בלאט 16 פון 28
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 2:55 pm
דורך Spa 42
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 8:44 pm
דער דעמאקראטישער סענעטאר פון פענסילוועניע דזשאן פעטערמאן און זיין פרוי, זענען געווען פארמישט אין א קאר עקסידענט ווי צוויי אויטאס זענען געווען פארמישט, ער איז אין א גוטער צושטאנד.
פעטערמאן איז באשולדיגט געווארן אינעם עקסידענט.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 3:34 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א טויטליכע וויקענד אין אמעריקע מיט מערערע מאסן שיסערייען.
- א שיסעריי אין מישיגען וואו צען מענטשן זענען געשאסן געווארן. דער שיסער האט זיך גענומען דאס לעבן.
- פינף מענטשן זענען געשאסן געווארן אין פילאדעלפיע. איינער איז אומגעקומען.
-א וואנזיניגער אין מעין האט אינטערגעצינדן דריי הייזער און געשאסן אויף פאליציי.
- א שיסעריי אין טעקסעס מיט מערערע פארוואונדעטע. דריי באשטעטיגט טויט דערווייל.
- א מאן טויט אין פלארידע נאך א געפעכט וואס האט זיך גענדיגט מיט א קויל. א פרוי טויט אין ניו יארק נאכן געשטאכן ווערן.

Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 4:59 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אמעריקאנע און קאנאדישע פאטראל שיפן זענען אנגעקומען נעבן די וואסערן פון קובא אלס רעאקציע צו די שיפן און סובמארינען וואס רוסלאנד האט אהינגעשיקט פאריגע וואך.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 5:43 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א מאסיווע וואלד פייער אין לאס אנזשעלעס האט געצווינגען נאנט צו צוויי טויזענט צו עוואקואירן.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 8:02 pm
דורך מיילעך פריילעך
די פעדעראלע אוויאציע אגענטור פארשט אן אינצידענט ווי א בואינג 737 מעקס-8 איז געפאלן מיט 4,000 פּער מינוט, פארלאפענעם מאנאט פון אפריל, שטייענדיג 400 פיס אפגערוקט פון קראכן אין די אקעאן נעבן האוואי, מיט די פּילאטן זייענדיג געצווינגען צו אויסמיידן צו לאנדן צוליב שווערע וועטערס.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 8:02 pm
דורך מיילעך פריילעך
צוויי מענטשן זענען טויט,
און אמווייניגסטנס זעקס מענטשן אריינגערעכנט צוויי קינדער זענען פארוואונדעט געווארן ביי א שיסעריי אינצידענט ביי א פעסטיוואל אין טעקסעס די פארגאנגענע שבת.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 8:02 pm
דורך מיילעך פריילעך
עמערדזשענסי אגענטורן האבן רעאגירט צו א הילפס רוף אין ארעגאן, באפרייענדיג 28 מענטשן וועלכע זענען געווען געשטראנדעט פאר העכער א האלבע שעה, הענגענדיג איבערגעדרייטערהייט אויף א רייד אין 'אוקס-פּארק' אמיוזמענט פּארק.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 8:03 pm
דורך מיילעך פריילעך
געוועזענע פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וועט מאכן א ענדע צו די אפענע ביליאנער קאנטע פאר אוקריינע,
ער רופט אן זעלענסקי די בעסטע סעילסמאן,
יעדע מאל ער קומט אריין צו אמעריקע שפאצירט ער ארויס מיט 60 ביליאן דאלאר.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 8:04 pm
דורך מיילעך פריילעך
רעפובליקאנער קאנגרעסמאן עריק בורליסאן האט געמאלדן אז ער וועט ארויסגעבן א רעזאלוציע מיט אנדערע קאנסערוואטיוון אין קאנגרעס צו צוריקציען די סופינעס ארויסגעגעבן דורך די יאנואר 6 קאמיטע פאר מארק מעדאוס, דען סקאווינא, סטיוו בענען און פיטער נעווארא. דאס וועט אויך צוריקציען די קאנטעמפט אוו קאנגראס קלאגעס קעגן די טראמפ אליאירטע.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 8:04 pm
דורך מיילעך פריילעך
דשענוערי סיקס, די ערגסטע טאג אין די היסטאריע פון אונזער דעמאקראטיעעעעע...!
נאך א שנירל אין די פארטוך וואס מ'האט איבערגעדעקט אונזערע אויגן מיט.
נייע פודעדש צייגט : נענסי פעלאוסי זאגט אז זי נעמט די ריספאנסעבילעטי פארן נישט אריינרופן די נאציאנאלע גארד.
פארשטייטזיך אז פאר די קאמרא האט זי באשולדיגט טראמפ, אבער אין ווארהייט איז די זיכערהייט פון די קאפיטאל אין די האנט פון די קאפיטאל פאליציי און די ספיקער.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 8:05 pm
דורך מיילעך פריילעך
די 'לעדשענדס' טורעם אין אקלעהאמע סיטי האט נארוואס באקומען די פערמיט צו בויען ביז 19 הונדערט פיס, און וועט קענען זיין די העכסטע געביידע אין אמעריקע און נישט די צווייטע נאך די פרידאם טאוער.
די געביידע וועט האבן 126 שטאק, און עטליכע 'קליינע' געביידעס ארום, האבן אין זיך א גרויסע האטעל מיט איבער 400 צימערן 1,000 אפארטמענטס און 48 אפארדעבל האוזינג.
די דעוועלאפערס 'מעטסאן קאפיטאל ' האבן שוין פארזיכערט די 1.5 ביליאן דאלאר וואס די פראיעקט פארלאנגט.
קאנסטרוקציע אויף די קלענערע געביידעס זענען ערווארטעט זיך אנצוהייבן די זומער, און אויף די גרויסע איינמאל פיפציג פראצענט פון די ערשטע פראיעקט איז פארטיג.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 10:28 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 3:34 pm
א טויטליכע וויקענד אין אמעריקע מיט מערערע מאסן שיסערייען.
- א שיסעריי אין מישיגען וואו צען מענטשן זענען געשאסן געווארן. דער שיסער האט זיך גענומען דאס לעבן.
- פינף מענטשן זענען געשאסן געווארן אין פילאדעלפיע. איינער איז אומגעקומען.
-א וואנזיניגער אין מעין האט אינטערגעצינדן דריי הייזער און געשאסן אויף פאליציי.
- א שיסעריי אין טעקסעס מיט מערערע פארוואונדעטע. דריי באשטעטיגט טויט דערווייל.
- א מאן טויט אין פלארידע נאך א געפעכט וואס האט זיך גענדיגט מיט א קויל. א פרוי טויט אין ניו יארק נאכן געשטאכן ווערן.
זיבן פארוואונדעט פון א מאסן שיסעריי אין מאסאטשוסעס. א אכטער איז פארוואונדעט געווארן פון די פאניק.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 10:31 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 4:59 pm
אמעריקאנע און קאנאדישע פאטראל שיפן זענען אנגעקומען נעבן די וואסערן פון קובא אלס רעאקציע צו די שיפן און סובמארינען וואס רוסלאנד האט אהינגעשיקט פאריגע וואך.
רוסישע סובמארין מאטראזן באטראכטן א קאנאדישע פאטראל שיף.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 8:29 pm
דורך מיילעך פריילעך
היינט איז ער אין די נייעס וואס קענסטו טון
מערילאנד גאווערנאר וועס מור (ד) וועט היינט ארויסגעבן א מאסיווע פארדאן פאר מער ווי 175,000 מעראוואנא אנגעקלאגטע.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 11:25 pm
דורך Spa 42
א סיקרעט סערוויס פון ביידן איז בא'גנב'ט געווארן אין לאס אנדזשעלעס דורך א רויבער מיט א ביקס, בשעת ביידן האט זיך געפונען אין שטאט אויפצוטרייבן געלט פארן קאמפיין.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 12:50 am
דורך אלטערנעסייד פארקינג
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 8:29 pm
היינט איז ער אין די נייעס וואס קענסטו טון
מערילאנד גאווערנאר וועס מור (ד) וועט היינט ארויסגעבן א מאסיווע פארדאן פאר מער ווי 175,000 מעראוואנא אנגעקלאגטע.
גאט זאל אונז באהיטן!
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 3:33 pm
דורך רואה חשבונות
די 911 סיסטעם איז כמעט אינגאצן אויסגעשאלטערט אין די סטעיט אוף מעסעטשוסעס.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 8:22 pm
דורך מיילעך פריילעך
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 18, 2024 3:33 pm
די 911 סיסטעם איז כמעט אינגאצן אויסגעשאלטערט אין די סטעיט אוף מעסעטשוסעס.
ארבעט שוין צוריק.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 8:23 pm
דורך מיילעך פריילעך
קאליפארניע גאווערנאר Gavin Newsom האט היינט געמאלדן צו שטרענג באגרעניעצן די נוצן פון סמארטפאונס בשעת ס'איז דא שולע טעג
זאגענדיג אז דאס שאט שטארק פאר די מענטעל העלט פון די קינדער
און דאס קומט א טאג נאכדעם וואס US surgeon general vivek murthy האט גערופן פאר א געזעץ אין קאנגרעס ארויפצולייגן א ווארענונג אויף סאושל מידיע אזוי ווי אויף ציגרעטלעך
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 8:23 pm
דורך מיילעך פריילעך
דער אמעריקאנער עלעקטראנישע קאר פירמע 'פיסקער' האט געפיילט באנקראט.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 8:24 pm
דורך מיילעך פריילעך
קאוטש יו עס עי וועלכע באזיצן אויך די מעגא באסעס וואס פארט פון ניו יארק צו ניו דזשערסי,
האבן געפיילט טשעפטער עלעווען באנקראט,
דאס קומט נאכדעם וואס זיי זאגן אז זיי קענען זיך נישט ערהוילן פון די דראסטישע רעדעצירונג פון פאסאזשירן זינט די קאוויד פענדעמיק,
זיי זאגן אז באסעס וועלן ווייטער ארומפארן אפילו בשעת די באנקראט פראצעס.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 3:17 am
דורך ניקל
שווערע וואלדפייערן בוזשעווען און ניו מעקסיקא, ווי די פייערן זענען ארויס פון קאנטראל,
די גאווענער פון שטאט האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערזשענסי
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 3:22 am
דורך ניקל

- Screenshot_20240619_032149_Chrome.jpg (95.79 KiB) געזען געווארן 315 מאל

- Screenshot_20240619_032134_Chrome.jpg (258.8 KiB) געזען געווארן 315 מאל

- Screenshot_20240619_032105_Chrome.jpg (233.24 KiB) געזען געווארן 315 מאל
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 3:23 am
דורך ניקל

- Screenshot_20240619_032056_Chrome.jpg (279.83 KiB) געזען געווארן 317 מאל

- Screenshot_20240619_032001_Chrome.jpg (223.87 KiB) געזען געווארן 317 מאל

- Screenshot_20240619_031856_Chrome.jpg (262.9 KiB) געזען געווארן 317 מאל
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 7:27 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איבער פופציג אידישע צענטערן אין פלארידא האבן באקומען באמבע סטראשונגען דורך די אימעיל. אלע האבן זיך ב"ה ארויסגעשטעלט פאלש.