בלאט 16 פון 39

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:36 am
דורך ווער
אין רעאַקציע צו די טאַריפס האָט קאַנאַדע געמאָלדן א 25 פּראָצענט טאַריף אויף 150 ביליאָן דאָלער ווערד אַמעריקאַנער פּראָדוקטן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 10:41 am
דורך ווער
היינט דינסטאג נאכט וועט פּרעזידענט טראמפּ געבן זיין אומאפיציעלע ערשטע "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע פון זיין צווייטן טערמין.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 11:51 am
דורך נאו לעיבל
ווער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:36 am אין רעאַקציע צו די טאַריפס האָט קאַנאַדע געמאָלדן א 25 פּראָצענט טאַריף אויף 150 ביליאָן דאָלער ווערד אַמעריקאַנער פּראָדוקטן
טרודא האט יעצט אפיציעל געמאלדן די טאריפס אויף אמעריקע. ער האט שארף אינטערגעריסן טראמפ.

עטליכע אויסצוגן:

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 12:57 pm
דורך ווער
טראמפּ מעלדט אז ער טוט אפהאקן פעדעראלע שטיצע צו סיי וועלכע אמעריקאנער קאלעדזש, שולע אדער אוניווערזיטעט וועלכע אויטאריזירט, אומלעגאלע פראטעסטן צו פארקומען דארט.

די וועלכע שטייען אונטער דעם וועלן ווערן צוריק געשיקט צו די לענדער פון וואו זיי שטאמען.

די סטודענטן וואס נעמען אנטייל אין אזאנע פראטעסטן, וועלן ווערן ארויסגעווארפן אן די מעגליכקייט פון זיך קענען אומקערן צו די פאראייניגטע שטאטן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 1:38 pm
דורך קיין נפקמ
נאו לעיבל האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 11:51 am
ווער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:36 am אין רעאַקציע צו די טאַריפס האָט קאַנאַדע געמאָלדן א 25 פּראָצענט טאַריף אויף 150 ביליאָן דאָלער ווערד אַמעריקאַנער פּראָדוקטן
טרודא האט יעצט אפיציעל געמאלדן די טאריפס אויף אמעריקע. ער האט שארף אינטערגעריסן טראמפ.

עטליכע אויסצוגן:
ער פלאנט צו געווינען טראמפ מיטן שרייבן אויף אים דאמב און מאכן קאנספעראציעס אז ער זיכט אינטער ברענגן קאנאדא ? זייער נאריש פון אים

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 4:39 pm
דורך פעיק ניוז
קיין נפקמ האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 1:38 pm
נאו לעיבל האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 11:51 am
ווער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:36 am אין רעאַקציע צו די טאַריפס האָט קאַנאַדע געמאָלדן א 25 פּראָצענט טאַריף אויף 150 ביליאָן דאָלער ווערד אַמעריקאַנער פּראָדוקטן
טרודא האט יעצט אפיציעל געמאלדן די טאריפס אויף אמעריקע. ער האט שארף אינטערגעריסן טראמפ.

עטליכע אויסצוגן:
ער פלאנט צו געווינען טראמפ מיטן שרייבן אויף אים דאמב און מאכן קאנספעראציעס אז ער זיכט אינטער ברענגן קאנאדא ? זייער נאריש פון אים
ער איז סיי ווי אט אט אינדרויסן. ער כאפט נאך אריין צו דערלאנגען ביז'ן לעצטן אטעם.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 4:47 pm
דורך ווער
די קרעמלין ווארטזאגער דעמיטרי פעסקאוו האט היינט ביי זיין טעגליכע בריעפינג צו די פרעסע זיך אויסגעדריקט אז אראפנעמען די אמעריקאנער עקאנאמישע סאנקציעס איז עפעס וואס מוז פאסירן פאר מען קען אנהייבן רעדן ערנסטע געשפרעכן צו נארמאליזירן די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 7:22 pm
דורך שינאווער
שטייענדיג אינ'ם ערשטן טאג פון די נייע טאריפס אויף קאנאדא מיט מעקסיקא האט די קאמערס סעקרעטערי געמאלדן אז עס גייט מעגליך קומען א פשרה.


לוטניק זאגט אז עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז מארגן מיטוואך וועט געמאלדן ווערן א פשרה וואס וועט נישט אפשטעלן די טאריפס, נאר די צוויי זייטן וועלן זיך טרעפן ערגעץ אינדערמיט. ווי ער זאגט האט ער היינט גערעדט מיט פארשטייער פון ביידע לענדער, און אלע האבן פארשפראכן אז זיי גייען שוין טון בעסער ווי ביז יעצט.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 7:32 pm
דורך נאו לעיבל
געזאגט און געטון

קאנאדע ליידיגט אפ זייערע שעלפס פון אלע אמעריקאנע וויינען און ליקערס אין די ווערט פון 750 מיליאן דאלער יערליך.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:40 pm
דורך קרית יואל'ער איד
טראמפ האט יעצט געזאגט ביי זיין רעדע און קאנגרעס אז שינו הבריות איז אסור וד"ל און מענער האבן נישט וואס צו זוכן ביי פרויען ספארטס ...
ווער האט געגלייבט אז א גוי גייט דאס זאגן ברבים 2025......
(טראמפ איז נאך אלץ א שמוציגע גוי נאר מיט מער מענטשליכקייט ווי סתם גוים...)

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 10:37 pm
דורך קרית יואל'ער איד
נאך פון טראמפ, א מעסידזש פאר קינדער אין אמעריקא "עטץ זענט פינקטלעך דאס וואס די באשעפער האט געוואלט עטץ זאלסט זיין".........

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 10:58 pm
דורך יש ענין
טראמפ אויף גרינלאנד:

וויל געט איט וואן וועי אר די אדער וועי...

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 8:51 am
דורך ווער
איינס פון די גרעסטע איבערראשונגן פון די רעדע איז געווען נענטער צום ענדע פון די רעדע, ווען דער פרעזידענט האט געמאלדן אז אמעריקא האט געלייגט א האנט אויף די הויפט טעראריסט פאראנטווארטליך פאר די זעלבסטמארד באמבע אטאקע וואס האט אומגעברענגט 13 אמעריקאנער דורכאויס די 2021 ריקצונג פון אפגאניסטא

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 1:13 pm
דורך ווער
א פעדעראלער ריכטער האט בלאקירט די טראמפּ אדמיניסטראציע’ס אויפזאגן קעטי העריס פון איר פּאזיציע אלס פארזיצער פון דעם “פעדעראלן ארבייטערס’ באשיצונגס באורד”.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 1:25 pm
דורך ווער
טראמפ און טרודא וועלן היינט רעדן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 3:37 pm
דורך שינאווער
פרעזידענט טראמפּ ביי זיין רעדע האט געזאגט אז ער וויל איינפירן א געזעץ וואס פאדערט דער טויט אורטייל פאר סיי ווער עס מארדעט א פאליציי אפיציר.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 3:45 pm
דורך שינאווער
דעמאקראטישער קאנגרעסמאן אל גרין, וועלכע איז געווארן באזייטיגט פון קאנגרעס פאר'ן שטערן פרעזידענט טראמפּ פון געבן זיין רעדע, מיט נאכאנאנד שטערן און אריינשרייען.
hc88FY.jpeg
hc88FY.jpeg (30.02 KiB) געזען געווארן 397 מאל

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 4:15 pm
דורך נאו לעיבל
זעהט אויס אז נישט אלעס וואס מאסק זאגט איז וועיסט איז טאקע אזוי.

רח"ל

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 4:16 pm
דורך נאו לעיבל
נאו לעיבל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 4:15 pm זעהט אויס אז נישט אלעס וואס מאסק זאגט איז וועיסט איז טאקע אזוי.

רח"ל
א ריכטער זאגט יעצט אז אפשטעלן די געלטער קען זיין אומלעגאל.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:33 pm
דורך הדסים
אויך האט די סופרים קאורט גע'פסק'נט אז אמעריקע איז מחויב צו באצאלן די USAID געלטער

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:34 pm
דורך הדסים
ווער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 10:41 am היינט דינסטאג נאכט וועט פּרעזידענט טראמפּ געבן זיין אומאפיציעלע ערשטע "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע פון זיין צווייטן טערמין.
וואס איז פארגעגאנגען דארט מיט א יונגל וואס איז געווארן איינגעשוואוירן איו די סיקרעט סערוויס?

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:07 am
דורך אנדערער
נאו לעיבל האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 7:32 pm געזאגט און געטון

קאנאדע ליידיגט אפ זייערע שעלפס פון אלע אמעריקאנע וויינען און ליקערס אין די ווערט פון 750 מיליאן דאלער יערליך.
די געשעפטן האבן אויפגעהערט פארקויפן? די אלטע סחורה געלייגט אין גארבעדזש

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:08 am
דורך אנדערער
הדסים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:33 pm אויך האט די סופרים קאורט גע'פסק'נט אז אמעריקע איז מחויב צו באצאלן די USAID געלטער
נאר א טייל

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:48 am
דורך הדסים
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:08 am
הדסים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:33 pm אויך האט די סופרים קאורט גע'פסק'נט אז אמעריקע איז מחויב צו באצאלן די USAID געלטער
נאר א טייל
2 billion

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:51 am
דורך הדסים
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 3:45 pm דעמאקראטישער קאנגרעסמאן אל גרין, וועלכע איז געווארן באזייטיגט פון קאנגרעס פאר'ן שטערן פרעזידענט טראמפּ פון געבן זיין רעדע, מיט נאכאנאנד שטערן און אריינשרייען.

hc88FY.jpeg
רעזאלוציע אים צו פארדאמען דורך אין קאנגרעס
10 דעמאקראטן געשטימט מיט די רעפובליקאנער