בלאט 16 פון 69

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:15 pm
דורך ניקל
בילד פון אוקריינישע אטאקעס אויף די רוסישע שיץ ליניעס ביי ווערבאווע
Screenshot_20230829_151420_Chrome.jpg
Screenshot_20230829_151420_Chrome.jpg (197.05 KiB) געזען געווארן 363 מאל

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:15 pm
דורך ניקל
גירקין וועט ווייטער פארהאלטן ווערן אין תפיסה פאר ביז SEP 18 לויט א פרישע אורטייל

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 6:45 pm
דורך ניקל
20 אוקריינישע דראונס האבן אטאקירט די פסקאוו עריפארט און מזרח רוסלאנד

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 6:57 pm
דורך ניקל
Screenshot_20230829_184521_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230829_184521_WhatsApp.jpg (74.72 KiB) געזען געווארן 339 מאל

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 7:00 pm
דורך ניקל
Screenshot_20230829_185844_Chrome(1).jpg
Screenshot_20230829_185844_Chrome(1).jpg (101.08 KiB) געזען געווארן 338 מאל
Screenshot_20230829_185844_Chrome.jpg
Screenshot_20230829_185844_Chrome.jpg (39.41 KiB) געזען געווארן 338 מאל

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 7:01 pm
דורך ניקל
היבש ווייט פון אוקריינא

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 7:04 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 7:01 pm היבש ווייט פון אוקריינא
Screenshot_20230829_190132_Maps.jpg
Screenshot_20230829_190132_Maps.jpg (211.33 KiB) געזען געווארן 332 מאל

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 7:05 pm
דורך ניקל
ממש נעבן די גרעניצן פון עסטאניע אין לאטוויע

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 7:06 pm
דורך ניקל
ארום 400 מייל אוועק פון אוקריינא

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 7:08 pm
דורך ניקל
לופט רוימען פעסקאוו איז פארשלאסן

עירפארטס און מאסקווע איז אויך פארשלאסן, נאך באריכטן איבער פליענדיגע דראונס אהין

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 7:09 pm
דורך ניקל
4 ll-76 טראנספארט פליגער זענען געשעדיגט געווארן

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:24 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 7:09 pm 4 ll-76 טראנספארט פליגער זענען געשעדיגט געווארן
פון דעם רעדט מען
Screenshot_20230829_190852_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230829_190852_WhatsApp.jpg (72.71 KiB) געזען געווארן 703 מאל

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:09 am
דורך טראפקעלע
פראנט אפדעיטס:

אויף די לינקע זייט פון כערסאן האבן די אוקריינער באפרייט א געגנט.
לויט באריכטן האבן די אוקריינער געמאכט פארשריט נעבן ווערבאווע. (נעבן די באפרייטע ראבאטינא).

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:41 am
דורך טראפקעלע
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:10 pm
קצי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:55 pm אמעריקע גייט שיקן צו אוקריינא נאָך 250$ מיליאן דאלאר
וואס איז אלץ אינקלאדעד
Screenshot_20230829_150943_WhatsApp.jpg

AIM 9M איז מיסילס וואס איז געמאכט צו שיסן פון די לופט מיט א F-16!!

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:42 am
דורך טראפקעלע
זיינעדיג א פייערדיגע טאג היינט סיי אין רוסלאנד און סיי אין אוקריינא וועט מען פרובירן מאכן א שטיקל סך הכל, וויפיל מ'ווייסט שוין יעצט.

אוקריינא אויף רוסלאנד

אין פעסקאוו 650 ק"מ פון אוקריינא דורך בעלארוס, דורך רוסלאנד איז עס כמעט 700 ק"מ ווייט, איז געווארן אטאקירט דורך אוקריינא דראונס די ליפטפעלד און א אויל און געז סטאריטש, ווי מ'האלט יעצט איז שוין באריכטעט 4 רוסישע געשעדיגטע פליגער, פון די ווידיאס זעט מען איין אויפרייס נאכן צווייטן.
ווי פארשטענדליך האט דער גאווערנער פון פעסקאוו געזאגט אז אלע דראונס זענען געווארן אראפגעשאסן..... און אז ס'איז נישט דא קיין געשעדיגטע.....
די פעסקאוו לופטן איז געווארן געשלאסן.

אויך דא רוסישע באריכטען איבער אויפרייסען אין בריאנסק, און אין טולע רוסלאנד.

א גרויסע מייקרא טשיפ פראדוצירער אין רוסלאנד אין בריאנסק איז געווארן אטאקירט.
ווי פארשטענדליך....די גאווערנער דארט באריכטעט אלעס אראפגעשאסן....

די גאווערנער פון מאסקאווע זאגט אז זייהאבן אראפגעשאסן אלע דראונס געשיקט קיין מאסקאווע (.....)

וויינזשע מאמע, וויינזשע מאמע, מאמע רוסלאנד....(מיכאל ע"ה)


רוסלאנד קיין אוקריינא

רוסלאנד האט באווארפן אדעסע מיט מיסילס.
אזוי אויך האט קיעוו געכאפט.
אויכעט וועניציע און זיטאמיר.

געהערט געווארן אויפרייסן נאכנישט קלאר פון די מיסילס אדער פון די עיר דיפענס, עמיר דארפן ווארטן.

געווען ערגעץ די לעצטע פאר טעג, די רוסן האבן באמבארדירט אוקריינער אמוניציע מיט א דראון אין דאנעצק ראיאן אין א באן סטאנציע פיפציג קילאמעטער פון די פראנט ליניעס. קרוב צו צען וואגאנען מיט אמוניציע איז געשעדיגט געווארן.

די רוסישע מיליטער זאגט אז זיי האבן חרוב געלייגט 4 וואסער אטאקיר דראונס אינעם שווארצן ים.

הצלחה יעדעם איינעם.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 8:41 am
דורך דער תהלים איד
אזוי שיין און קלאר. א לייק איז נישט גענוג. יישר כח @טראפקעלע !!

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:24 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 6:45 pm 20 אוקריינישע דראונס האבן אטאקירט די פסקאוו עריפארט און מזרח רוסלאנד
מיט א פרישקייט יעצט ביינאכט און פעסקאוו טוט אוקריינא אטאקירן דארט

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:41 am
דורך טראפקעלע
טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:42 am

אין פעסקאוו 650 ק"מ פון אוקריינא דורך בעלארוס, דורך רוסלאנד איז עס כמעט 700 ק"מ ווייט, איז געווארן אטאקירט דורך אוקריינא דראונס די ליפטפעלד און א אויל און געז סטאריטש, ווי מ'האלט יעצט איז שוין באריכטעט 4 רוסישע געשעדיגטע פליגער, פון די ווידיאס זעט מען איין אויפרייס נאכן צווייטן.
ווי פארשטענדליך האט דער גאווערנער פון פעסקאוו געזאגט אז אלע דראונס זענען געווארן אראפגעשאסן..... און אז ס'איז נישט דא קיין געשעדיגטע.....
די פעסקאוו לופטן איז געווארן געשלאסן.

4 פליגערס האבן געליטן שאדנס און 2 זענען אינגאנצן חרוב געווארן לויט די באריכטן.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:45 am
דורך טראפקעלע
טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:42 am
רוסלאנד האט באווארפן אדעסע מיט מיסילס.
אזוי אויך האט קיעוו געכאפט.
אויכעט וועניציע און זיטאמיר.

געהערט געווארן אויפרייסן נאכנישט קלאר פון די מיסילס אדער פון די עיר דיפענס, עמיר דארפן ווארטן.

רוסלאנד האט געשאסן 28 קרוז מיסילס און 16 דראונס,
אוקריינא האט אלעס אראפגעשאסן חוץ איין דראון וואס האט געמאכט א גרויסן פייער.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:46 am
דורך טראפקעלע
זעענדיג אז מ'גלייכט די נייעס אויף א צאמגענומענע באריכט, וועל איך פרובירן מער אפטער.


פראנט אפדעיטס:

ווידאוס צייגן אז די אוקריינער זענען שוין אריבער די ערשטע חלק פון די דעפענס ליניעס ביי ווערבאוב (נאך ראבאטינא).


דראונס אויף רוסלאנד:

היינט האט אוקריינא באשאסן מיט דראונס קריימיע, ראסטאוו, בריאנסק (צפון פון כארקוב), פעסקאוו (א נייע סטארטעגישע שטאט?).
אין בריאנסק און אין פעסקאוו איז געהערט געווארן אויפרייסן.
דארף מען ווארטן אויף מער אינפארמאציע.
(דאס איז זעכער אז רוסלאנד האט אלעס אראפגעשאסן, די שאלה איז נאר אויף וואס....)


נעבן באכמוט בשעתן אטאקירן רוסישע פאזיציעס האבן זיך צוויי אוקריינישע העליקאפטער צאמגעשטויסן.
6 פילאטן געשטארבן.


זייטס געזונט.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 2:49 pm
דורך ניקל
א גרופע פון 200 אוקריינא זעלנער האבן גענדיגט טרענירונגען אויף די אמעריקאנער עברעהעמס טאנקן

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:54 pm
דורך מירון
א באריכט ווייסט צו פארציילן אז רוסן-העקערס ברעכן זיך איין אין טעלפאונען פון אוקריינישע סאלדאטן צו קענען באקומען אינפארמציע איבער זייער מלחמה פלענער.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 4:16 pm
דורך ווער
אוקראינא איז ארויס געקומען מיט שארפע ווערטער אקעגן די וועלכע קריטיקירן די לאנד'ס קאנטער-אפענסיווע
די שארפע ווערטער קומט נאך א רייע באריכטן אין אמעריקאנער צייטונגן באזירט אויף אמעריקאנער רעגירונג קוועלער אז די קאנטער-אפענסיווע אנגעפאנגן באלד דריי חדשים צוריק גייט ווייט נישט ווי געפלאנט. אוקראינער קאמאנדירן זאגן אז זיי גייען דירעקט לאנגזאם כדי אויסצומוטשענען רוסלאנד'ס פארטיידעונגס און לאגיסטיקס און צו מינימיזירן פארלוסטן, אבער מאסקאווא זאגט אז די אוקראינאר קאמפיין איז א הילכיגע דורכפאל

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:23 pm
דורך מירון
CNN ליפטערט א רעפארט ווי זיי זענען אראפגעגאנגען אויף א פלאץ אין אוקריינא, וואו מ'מאכט דארט איבער דראונס וואס מ'קען קויפן אין א פשוטע סטאר אדער עמזאן.

זיי טראנספארמירן די דראונס מיט ווייניג קאסט צו טויט אנזייער אויפן שלאכטפעלד. זיי טרעינען דארט מענטשן אינגאצן צוויי וואכן און די געטרעינטע זענען רעדי צום שאלכט פון דערווייטענס. רוב פון די דראון אפערעטעירס זענען פרויען.

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:08 am
דורך טראפקעלע
פראנט אפדעיטס:
רוסישע באריכטן אז מערב נאוואסעליווקע אין לוהאנסק איז צוריק אינטער די אוקריינער.

דראונס אויף רוסלאנד:
א אוקריינע דראון איז לויט באריכטן אראפגעשאסן געווארן 12 מייל ווייט פון מאסקעװע.
אזוי אויך האבן צװיי אנדערע אוקריינע דראונס אטאקירט א שטעטל אין קורסק ראיאן װאס האט געשעדיגט רעגירונג און ציװילע געביידעס, נישט װייט פון די קורסק נוקלעארע פאוער פלענט.

הצלחה רבה