בלאט 16 פון 18

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:07 pm
דורך דער תהלים איד
מ'קען נישט שיקן בילדער אין אישי.

מ'קען מיר שיקן א אימעיל אדרעס אין אישי...

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:45 pm
דורך וואס נישט
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 6:36 pm
world champion האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:28 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:20 pm גאר א שארפע מחאה ארויסגעקומען יעצט דורך מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו הצדק העדה החרדית, קעגן די מיטארבעט מיט די ציונים, און ספעציעל קעגן דאס אויפנעמען בחורים צו ארבעטן פאר זיי.

שוין לעצטע וואך איז געווען א ישיבת בי"ד איבער דעם, און בי"ד האט געשריבן א מחאה, אביסל מילדער ווי די היינטיגע, אבער די יעצטיגע עסקנים פון מירון זענען אנגעקומען אין בי"ד און גע'טענה'ט אז להד"ם, ס'איז נישטא קיין מיטארבעט און ס'איז נישטא קיין בחורים, ממילא איז נישטא פארוואס צו מאכן אזא מחאה.

בי"ד האט געריבער איבערגעגעבן דעם צעטל פאר א שליח, און אים געשטעלט צו מברר זיין אויב ס'איז יא אדער נישט דא בחורים מוסרים, און פון דעם וועט מען וויסן אויב מזאל ארויסגעבן די מחאה אדער נישט. למעשה האט יענער שליח גע'טענה'ט אז ער האט נישט גענוג באווייז און די צעטל איז נישט ארויס.

אבער היינט נאכ'ן הערן קלאר וואס ס'איז געווען שבת, מיט פארשידענע עדיות, האט בי"ד ארויסגעגעבן דעם מחאה נאך אסאך שארפער.

בית דין.jpg
וועלעכע יעצטיגע עסקנים פון מירון זענען אנגעקומען אין בי"ד און גע'טענה'ט אז להד"ם, ס'איז נישטא קיין מיטארבעט און ס'איז נישטא קיין בחורים?
ס'איז ערשינען בילדער ווי יענער עסקן פון אש דת קומט אן ל"ג בעומר אין מירון מיט זיין אפשערן אינגל, און מען לאזט אים אריבער אלע מחסומים, בשעת אנדערע כאפן מכות רצח.

ער קומט אן ביז אויבן וואו ער גייט אריין אינעם אפיס פון ועדת החמישה.

אבער די בילדער באלאנגט לכאורה נישט דא...
יענער עסקן האט א דירה און מירון ממילא האט ער געהאט אן אישור,
די אנדערע עסקנים פון 'אש דת' זענען געקומען פונקט ווי יעדעם ,
זיי האבן זיך געדארפט באהאלטען אינמיטען וועג פון די משטרה ,זיי זענען אריינגעקומען פון א פירצה און די גדר,

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:57 pm
דורך האקט א טאג
תמיכה במקביל להפגנות:
כ"ק האדמו''ר מבאיאן התקשר היום לשר ירושלים ומסורת ישראל הרב מאיר פרוש להודות לו על פעילותו במירון, ואמר לו שהוא עשה את הכי טוב שהיה אפשר, ושהוא יודע כל מה שמדברים עליו, ובזכות שישתוק ולא יגיב לכל המשמיצים תהיה לו הצלחה וברכה גדולה.

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 1:29 pm
דורך world champion
האקט א טאג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:57 pm תמיכה במקביל להפגנות:
כ"ק האדמו''ר מבאיאן התקשר היום לשר ירושלים ומסורת ישראל הרב מאיר פרוש להודות לו על פעילותו במירון, ואמר לו שהוא עשה את הכי טוב שהיה אפשר, ושהוא יודע כל מה שמדברים עליו, ובזכות שישתוק ולא יגיב לכל המשמיצים תהיה לו הצלחה וברכה גדולה.
איז ער נישט צוקריגט מיט באיאן?

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 6:06 pm
דורך געמיטליך
טועמי' די וואך בחוקותי שרייבט אז מרן שליט"א האט געהייסן בהוראת הדיינים צו אפשטעלן די מוזיק תיכף ביים זמן ר"ת
דאכצעכמיר אין קרית יואל האט מען נאך יא היבש אריינגעצויגן
איז עס א דבר השנוי במח' הפוסקים ?

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 6:09 pm
דורך מחדש
געמיטליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:06 pm טועמי' די וואך בחוקותי שרייבט אז מרן שליט"א האט געהייסן בהוראת הדיינים צו אפשטעלן די מוזיק תיכף ביים זמן ר"ת
דאכצעכמיר אין קרית יואל האט מען נאך יא היבש אריינגעצויגן
איז עס א דבר השנוי במח' הפוסקים ?
ניין, נישטא קיין מחלוקה, די מנהג איז א גאנצע נאכט.

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 6:11 pm
דורך פייל און בויגן
געמיטליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:06 pm טועמי' די וואך בחוקותי שרייבט אז מרן שליט"א האט געהייסן בהוראת הדיינים צו אפשטעלן די מוזיק תיכף ביים זמן ר"ת
דאכצעכמיר אין קרית יואל האט מען נאך יא היבש אריינגעצויגן
איז עס א דבר השנוי במח' הפוסקים ?
ווער איז דער מרן שליט"א?

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 6:14 pm
דורך געמיטליך
פייל און בויגן האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:11 pm
געמיטליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:06 pm טועמי' די וואך בחוקותי שרייבט אז מרן שליט"א האט געהייסן בהוראת הדיינים צו אפשטעלן די מוזיק תיכף ביים זמן ר"ת
דאכצעכמיר אין קרית יואל האט מען נאך יא היבש אריינגעצויגן
איז עס א דבר השנוי במח' הפוסקים ?
ווער איז דער מרן שליט"א?
די מרן פינעם כותב הגליון

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 6:15 pm
דורך געמיטליך
מחדש האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:09 pm
געמיטליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:06 pm טועמי' די וואך בחוקותי שרייבט אז מרן שליט"א האט געהייסן בהוראת הדיינים צו אפשטעלן די מוזיק תיכף ביים זמן ר"ת
דאכצעכמיר אין קרית יואל האט מען נאך יא היבש אריינגעצויגן
איז עס א דבר השנוי במח' הפוסקים ?
ניין, נישטא קיין מחלוקה, די מנהג איז א גאנצע נאכט.
עס מיינט אז ביזן עלות מעג יעדער איד ביי זיך אינדערהיים אנצינדן די מוזיק? אדער עס האט נאר מיט א מקום רבים וואס פראוועט א גרעסערע צאמקום

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 6:15 pm
דורך פייל און בויגן
געמיטליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:14 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:11 pm
געמיטליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:06 pm טועמי' די וואך בחוקותי שרייבט אז מרן שליט"א האט געהייסן בהוראת הדיינים צו אפשטעלן די מוזיק תיכף ביים זמן ר"ת
דאכצעכמיר אין קרית יואל האט מען נאך יא היבש אריינגעצויגן
איז עס א דבר השנוי במח' הפוסקים ?
ווער איז דער מרן שליט"א?
די מרן פינעם כותב הגליון
כאפ איך נישט.
האועווער.

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 6:17 pm
דורך געמיטליך
אדמו''ר מהרי''י

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 6:28 pm
דורך הימל
געמיטליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:14 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:11 pm
געמיטליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:06 pm טועמי' די וואך בחוקותי שרייבט אז מרן שליט"א האט געהייסן בהוראת הדיינים צו אפשטעלן די מוזיק תיכף ביים זמן ר"ת
דאכצעכמיר אין קרית יואל האט מען נאך יא היבש אריינגעצויגן
איז עס א דבר השנוי במח' הפוסקים ?
ווער איז דער מרן שליט"א?
די מרן פינעם כותב הגליון
רבי חיים הערש?

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: מאנטאג יוני 03, 2024 2:18 pm
דורך דער תהלים איד
די איזרעלי-חרדישע צייטונג "מרכז הענינים" צולייגט די דעטאלן פונעם ל"ג בעומר אונטערן שאטן פון די קריטיק אז ס'איז געווען א טאטאלע דורכפאל פאר די מדינה און איר פירערשאפט.

צווישן אנדערן ברענגט ער ארויס וויאזוי די אויפפירונג פון די פאליציי האט געפירט צו די דורכפעלער, זאגנדיג אז טראץ אלע מיטארבעט מיט די קנאישע סדרנים, האט עס היי יאר נישט מצליח געווען.

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יוני 04, 2024 11:27 am
דורך באקאנטע ידען
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 2:18 pm
צווישן אנדערן ברענגט ער ארויס וויאזוי די אויפפירונג פון די פאליציי האט געפירט צו די דורכפעלער, זאגנדיג אז טראץ אלע מיטארבעט מיט די קנאישע סדרנים, האט עס היי יאר נישט מצליח געווען.
!

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יוני 04, 2024 11:49 am
דורך צווייזייטיג
אזוינע שטותים שרייבט ער...

מוצ"ש באלד נאכ'ן זמן האבן די פאליציי אנגעהויבן שאנטאזירן.

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יוני 04, 2024 12:42 pm
דורך שמח
צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 11:49 am אזוינע שטותים שרייבט ער...

מוצ"ש באלד נאכ'ן זמן האבן די פאליציי אנגעהויבן שאנטאזירן.
איך קען נישט די מציאות (דערווייל), דו שרייבסט ''שטותים'', איז עס געבויט אויף עפעס קראנט אדער סתם האסט פראבירט צו טרעפן אפאר ווערטער וואס איז נישט הונדערט פראצענטיג?

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:38 pm
דורך אפשר נישט
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 6:36 pm ס'איז ערשינען בילדער ווי יענער עסקן פון אש דת קומט אן ל"ג בעומר אין מירון מיט זיין אפשערן אינגל, און מען לאזט אים אריבער אלע מחסומים, בשעת אנדערע כאפן מכות רצח.

אבער די בילדער באלאנגט לכאורה נישט דא...
שתי תירוצים בדבר

1) אפילו די מעשה וואלט ווען געווען אמת איז אבער די מציאות אז דער עסקן איז לויט די שטאטישע פאפירן א תושב מירון די לעצטע פאר יאר וואס זיי האבן די יאר געמעגט זיך געהעריג דרייען אין מירון לויט זייערע געזעצן

2) וואס זאל מען אבער טוען אז די מעשה איז נישט געשטויגן אין נישט געפלויגן!!!!!!!!!!!
עס איז ארויס געקומען די גאנצע ווידיאו ווי דער עסקן גייט ארויף אין פאליציי לויפן עם נאך אין שטעלן עם אפ אין ער דרייעט זיך ארויס פון זיי

סא לאמיר יעצט ארויף לייגן ביידע בילדער

דאס איז די בילד וואס די שקרנים האבן ארום געשיקט ווי כאילו מזעהט ווי ער שפאצירט ארויף
1000056744 (1).jpg
1000056744 (1).jpg (110.4 KiB) געזען געווארן 611 מאל

אין דאס איז די בילד פון בערך 10 סקונדעס שפעטער

יט.png
יט.png (682.89 KiB) געזען געווארן 611 מאל

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:41 pm
דורך דער תהלים איד
אפשר נישט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:38 pmעס איז ארויס געקומען די גאנצע ווידיאו ווי דער עסקן גייט ארויף אין פאליציי לויפן עם נאך אין שטעלן עם אפ אין ער דרייעט זיך ארויס פון זיי
1) וואו איז דער קליפ?

2) וויאזוי דרייט ער זיך ארויס פון זיי?

3) וואס האט ער געזוכט ביים אפיס פון די ציוניסטישע ועדת החמשה?

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:50 pm
דורך שמח
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:41 pm
אפשר נישט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:38 pmעס איז ארויס געקומען די גאנצע ווידיאו ווי דער עסקן גייט ארויף אין פאליציי לויפן עם נאך אין שטעלן עם אפ אין ער דרייעט זיך ארויס פון זיי
1) וואו איז דער קליפ?

2) וויאזוי דרייט ער זיך ארויס פון זיי?

3) וואס האט ער געזוכט ביים אפיס פון די ציוניסטישע ועדת החמשה?
כ'וועל עס אי''ה ברענגען, ס'איז גוט עס צו זעהן, דעמאנט אביסל פון ''עקיבא'' שפיל וואו מ'שלאגט זיך אבער מ'שלאגט זיך נישט...

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:55 pm
דורך שמח
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:50 pm

זיי האבן איבערגעמאכט אפאר מאל די חלק ווי ער וויל אים אפהאלטן ס'זאל אויסקוק גוט...

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:58 pm
דורך שמח
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:55 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:50 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:41 pm

1) וואו איז דער קליפ?

2) וויאזוי דרייט ער זיך ארויס פון זיי?

3) וואס האט ער געזוכט ביים אפיס פון די ציוניסטישע ועדת החמשה?
כ'וועל עס אי''ה ברענגען, ס'איז גוט עס צו זעהן, דעמאנט אביסל פון ''עקיבא'' שפיל וואו מ'שלאגט זיך אבער מ'שלאגט זיך נישט...
זיי האבן איבערגעמאכט אפאר מאל די חלק ווי ער וויל אים אפהאלטן ס'זאל אויסקוק גוט...

וויאזוי ער געט אויף אזוי מיט די הענט אין די הייעך מאכט מיר אויך שטארק לאכן...

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 3:04 pm
דורך דער תהלים איד
פשוט ליצנות. טויזנטער אידן שטייען אונטן און ווערן בא'מקל'ט און קענען נישט אריינגיין, און דא זעט מען "איין" פאליציאנט ביי איין פונקט וואס וויל אים האלבוועגס אפהאלטן. וואס דארף דאס ווייזן?

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 3:19 pm
דורך באקאנטע ידען
אפשר נישט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:38 pm
שתי תירוצים בדבר

1) אפילו די מעשה וואלט ווען געווען אמת איז אבער די מציאות אז דער עסקן איז לויט די שטאטישע פאפירן א תושב מירון די לעצטע פאר יאר וואס זיי האבן די יאר געמעגט זיך געהעריג דרייען אין מירון לויט זייערע געזעצן
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:41 pm 3) וואס האט ער געזוכט ביים אפיס פון די ציוניסטישע ועדת החמשה?
@אפשר נישט?

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 3:27 pm
דורך שאינו יודע לשאול
יט.png
יט.png (682.89 KiB) געזען געווארן 552 מאל
די בילד קוקט אויס שרעקעדיג.

ביז מ'זעט די גאנצע קליפ...

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 4:43 pm
דורך אפשר נישט
באקאנטע ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 3:19 pm
אפשר נישט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:38 pm
שתי תירוצים בדבר

1) אפילו די מעשה וואלט ווען געווען אמת איז אבער די מציאות אז דער עסקן איז לויט די שטאטישע פאפירן א תושב מירון די לעצטע פאר יאר וואס זיי האבן די יאר געמעגט זיך געהעריג דרייען אין מירון לויט זייערע געזעצן
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:41 pm 3) וואס האט ער געזוכט ביים אפיס פון די ציוניסטישע ועדת החמשה?
@אפשר נישט?
וועגן ועדת החמשה וועלמיר רעדן א אנדערע מאל

איך האב מיר באצויגן צו א שקר וואס איינער האט געשריבן אז ס'איז ערשינען בילדער ווי יענער עסקן פון אש דת קומט אן ל"ג בעומר אין מירון מיט זיין אפשערן אינגל, און מען לאזט אים אריבער אלע מחסומים,

אין אויף דעם האב איך מיך באצויגן

וועגן אלע אנדערע זאכן וועלמיר רעדן א אנדערע מאל