בלאט 150 פון 153

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 5:42 pm
דורך חלום חלמתי
בלאט 150
---------------------------------

די US מארשלס פארשן אויס א מעגליכע העקעריי אויף די פעדעראלע קריפטא אקאונטס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 5:44 pm
דורך נאסע שמאטעס
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 5:42 pm בלאט 150

די US מארשלס פארשן אויס א מעגליכע העקעריי אויף די פעדעראלע קריפטא אקאונטס.
150 שכוח'ס איז נישט גענוג.... אפשר זאל מען מאכן א גאול פון 150 לייקס... שכוח שכוח ביסט מיך מחי'.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 6:17 pm
דורך חלום חלמתי
אמעריקע ארבעט העפטיג צו ווידער עפענען זייער אמבאסאדע אין ווענעזועלע.

אזוי אויך האט היינט רוביא מסביר געווען פאר די סענאט אז מען קען נישט ערווארטן אז איינער מיט צובראָכענע פוס זאל לויפן אויף א טרעדמיל א טאג נאך אן אפעראציע, און מען דארף געבן צייט פאר די נייע ווענעזועלע צו אריינגיין אין קראפט.

ווענעזועלע טריקנט אויס און האט נישט צו צאלן אויפצוהאלטן זייער גאווערמענט, פון די צווייטע זייט ווערן זיי פארפלייצט פון געפאמפטע אויל וואס זיי האבן נישט ווי צו לייגן, דעריבער וועט מען זיי צוריקגעבן אן אויל טאנקיר און זיי ערלויבן צו פארקויפן אויל אויף א קאנטראלירטע פארנעם - אן צולייגן ריזיגע הנחות פאר כינע ווי ביז היינט, און מען וועט זיכער מאכן אז דאס געלט גייט פאר נארמאלע צוועקן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 6:19 pm
דורך חלום חלמתי
קאנגרעסמאן ר' רענדי פיין פרעגט איליאן אומער וויזוי ס'שפירט זיך א שפריץ פון א פרידליכע פראטעסטירער...?!

מאכט נישט קיין טעות זאגט ער, די שפריצער באלאנגט אין טורמע, אבער אינאיינעם מיט אלע וואס ווארפן חפצים אויף פעדעראלע איינגעשטעלטע וואס די רופסט זיי פרידליכע פראטעסטירער.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 6:25 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:21 pm ספיקער מייק דזשאנסאן האט צום ערשטן מאל אין יארן באוויזן צו צוזאמשטעלן א געהעריגע בודזשעט ביל - נישט אזויווי די CR בילס פון די לעצטערע יארן - און ס'איז דורך אין קאנגרעס מיט די הילף פון 8 מעסיגע דעמאקראטן וואס האבן געשטימט טראץ די שטיצע פאר אייס וואס ליגט אינעם ביל.

נאך די פרישע שיסעריי אין מאניאפעלעס האט אויסגעקוקט ווי די ביל וועט שוין נישט קענען דורכגיין אין סענאט מיט די אייס געלט דערינען, אבער יעצט נאך די נעכטיגע שמועס צווישן טראמפ און וואלץ ווי ס'זעהט אויס מען האט דעגרייכט א פארשטענדעניש האפט מען אז דאס ביל וועט קענען דורכגיין דאנערשטאג.
א טאג פאר די שטומען צו פינאנצירן די גאווערמענט.

אינעם ביל ליגט אלע פליגלען פונעם לאנד וואס דארפן באקומען פאנדן צו קענען זיין אפן, אריינגערעכנט אייס. און שומער זאגט אז ער דארף די האומלענד סעקיוריטי זאל זיך מחייב זיין צו ארבעטן מיט לאקאלע פאליציי, אראפנעמען די מאסקעס פון די פנימ'ער, זיכער מאכן ס'איז דא באדי קעמרעס, מען זאל דארפן האבן ווארענט'ס, און נאך. אן דעם וועט קיין איין דעמאקראט נישט שטומען אויפן ביל, און מען זאל ארויסנעמען אייס פונעם פעקידזש צו פארמיידן א פולע שאטדאון.

סענאט פירער דזשאן טון זאגט אז ער האט די מעגליכקייט זיך צו פארשטענדיגן מיט די דעמאקראטן, און ער וועט פארמיידן א פרישע שאטדאון.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 7:52 pm
דורך חלום חלמתי
אמעריקע האט קלארגעשטעלט אירע תנאים פאר די איראן'ע רעדזשים.
פערמענאנט אויפהערן בארייכערן אוראניום.
מינימיזירן זייער באליסטישע מיסיל ארסענאל.
אויפהערן שטיצן זייערע פראקסיס - כוטים, חיזבאלא, וכו'.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 7:53 pm
דורך פליט
בום! די טעסלא קאר פירמע, וועט אויפהערן מיט די פראדוקציע פון די מאדעל X און די מאדעל S קארס.

זיי וועלן ווייטער אנהאלטן מיט די פראדוקציע פון די מאדעל Y, און די פעקטארי אין קאליפארניע וועט גענוצט ווערן צו פראדוצירן די טעסלא ראובאט.
IMG_20260128_194959_438.jpg
IMG_20260128_194959_438.jpg (87.08 KiB) געזען געווארן 748 מאל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 7:53 pm
דורך חלום חלמתי
בריטישע פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער מאכט חוזק פון פראנקרייך'ס מאקרוין וואס האט זיך לעצטענס אנגעטון באמישע זון ברילן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 9:38 pm
דורך וויענער חסיד
מרת טראמפ זאגט אויף פאקס, אז זי האט אייביג געטראכט איר מאן גייט לויפען, ווי אויך האט זי געוויסט אז אויב ער לויפט גייט ער געווינען, צוליב די ליבשאפט וואס מענטשען האבן צו איהם.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:14 pm
דורך חלום חלמתי
א פארשוין איז אריינגעפארן אין ביהמ"ד חב"ד 770. קיין פארוואונדעטע, די דרייווער איז ארעסטירט געווארן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:16 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:14 pm א פארשוין איז אריינגעפארן אין ביהמ"ד חב"ד 770. קיין פארוואונדעטע, די דרייווער איז ארעסטירט געווארן.
מעיאר מאמדאני און פאליציי קאמישענער מרת. טיש זענען אנגעקומען צום סצענע

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:18 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:16 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:14 pm א פארשוין איז אריינגעפארן אין ביהמ"ד חב"ד 770. קיין פארוואונדעטע, די דרייווער איז ארעסטירט געווארן.
מעיאר מאמדאני און פאליציי קאמישענער מרת. טיש זענען אנגעקומען צום סצענע
אטוירני דזשענעראל לעטישע דזשעימס פארדאמט

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:20 pm
דורך חלום חלמתי
שוין פיר טאג נאכן שטורעם, און די ערשטע טאטע טראק'ס זענען ענדליך אנגעקומען קיין בארא פארק צוזאמצונעמען די שניי.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 12:28 am
דורך חלום חלמתי
הויעכראנקיגע דעמאקראטן האבן אפגעזאגט אן איינלאדנונג פון פרעזידענט טראמפ צו קומען דיסקוסירן דעם בודזשעט בעפאר די שאטדאון דעדליין פרייטאג צונאכטס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 12:53 am
דורך חלום חלמתי
קאליפארניע געווערנער געווין ניוסאם פרובירט צו מאכן סדר פון א טראמפ אויסברוך אויף טרוט סאושל, ווי דער פרעזידענט האט געפאוסט 56 מעסידשעס אין א שעה, בתוכם אראפגעריסן ניוסאם מיט זיין פירערשאפט.

צום ענדע גיבט ניוסאם אויף, און ער גיבט א טיפע אטעם רעאלעזירנדיג אז ס'קומט נאך 3 יאר...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 12:56 am
דורך חלום חלמתי
צום ערשטן מאל אין באלד 30 יאר. אמעריקע איז איבערגעשטיגן יאפאן אין שטאל פראדוקציע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:15 am
דורך חלום חלמתי
ניו יארק פאוסט רייסט אראפ מאמדאני'ס גוט הארציגקייט נישט צו פארטרייבן די היימלאזע פון גאס, וואס האט שוין געקאסט 10 טויטע אין די ביטערע פרעסטן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 11:15 am
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 5:13 pm א גוטע וועג צו פטור ווערן פון די שניי אויפן ווינדשילד איז דורכ'ן גיסן הייס וואסער דערויף.

אבער נעמט אין אכט, די גאנצע ווינדאו גייט מיט....

גלאז קען בדרך כלל פארנעמען סיי היץ (ביי גאר הויכע היץ ווערט עס אביסל קאמפליצירט) און סיי קעלט, אבער א פלוצלונגדיגע טויש אין טעמפעראטור איז בדוק ומנוסה אז די גלאז וועט פלאצן אויף די רגע. די סיבה איז לכאורה ווייל יעדע זאך ציט זיך איין און אויס לויט די קעלט/היץ, און אפילו גלאז קען עס אויך טון, אבער עס מוז צוגיין בהדרגה און א פלוצלונגדיגע טויש איז צו שטארק פאר די גלאז צו פארטראגן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 11:15 am
דורך Think and Thank
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:57 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 5:08 pm עקספערטן זאגן אז וואטסעפפ מעסידזש'ס זענען ווייט נישט ענקריפטעט, און מעטא האט עקסעס צו יעדן'ס פריוואטע מעסידזשעס.
אלטע זאך, אויב געדענק איך גוט איז ביי די ערשטע געריכט פון לב טהור פון די חכם ועוד געברענגט געווארן זאכן וואס זיי האבן געשריבן אויף ווטסעפפ.
@אין כל חדש

קען זיין אז זיי האבן גענומען די מעסעדזשעס פון די פאון זעלבסט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 11:46 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 2:18 pm פעדעראל רעזערוו האט באשלאסן נישט צו שניידן די אינטרעסט ראטעס
אין איין ווארט? די פרעזידענט בייזערט זיך...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 12:35 pm
דורך חלום חלמתי
עקאנאמיע ערהוילט זיך? סטארבאקס זאגט אז זייער סעילס אינעם לעצטן קווארטל האבן זיך געהויבן פול שענער ווי ערווארטעט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 1:53 pm
דורך חלום חלמתי
פרעזידענט טראמפ האט היינט אפגעהאלטן זיין קאבינעט זיצונג, בתוך דבריו האט ער פארציילט אז ער האט געבעטן פוטין צו נישט באמבאדירן די וואך אין באוואוינטע שטעט ווייל ס'איז זייער קאלט און פוטין האט איינגעשטימט.

אויך זאגט ער אז ער וועט נישט לאזן יעדן רעדן ווייל לעצטע מאל האט עס גענומען שרעקלעך לאנג און ער האט זיך געוואלט דאס גיהנום ארויסזעהן פון צימער, און ווען ער האט פארמאכט זיינע אויגן פון לאנגווייליגקייט האט די מידיע טראמפייטערט אז ער איז איינגעשלאפן. טראץ דעם וואס צווישן העגסעט און רוביא וואלט אים איינער זיכער אויפגעוועקט און ס'קען נישט זיין אז זיי וואלטן אים געלאזט שלאפן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 1:53 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:20 pm שוין פיר טאג נאכן שטורעם, און די ערשטע טאטע טראק'ס זענען ענדליך אנגעקומען קיין בארא פארק צוזאמצונעמען די שניי.

איך האב גראדע געזען א טרעקטאר דינסטאג צענע ביינאכט אויף פארט העמילטאן ביי זעכציג.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 1:54 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 2:16 pm די FBI איז היינט איבערגעפאלן א וואוט'ינג אפיס אין פאלוטין קאונטי דזשארדזשיע, זיכענדיג באווייז אויף 2020 עלעקשן פראוד
די מידיא איז אויף מיטן פאקט אז DNI דירעקטאָר מרת טולסי גאבארד האט זיך פערזענליך באטייליגט ביי דעם איבערפאל, און איז געזען געווארן איבערגעבן באריכטן פאר עמיצן אויפן טעלעפאן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 2:12 pm
דורך חלום חלמתי
פרייז פון אויל איז געשטיגן צו $70 א פעסל, נאך די פרישע טראמפ סטראשערייען אין ריכטונג פון איראן.