מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

באריכטעט אז א גרופע גוט אויסמושטירטע כאמאס מיליטאנטן האבן זיך טרענירט צו איבערפאלן צה"ל זעלנער, און דורכאויס די נאכט, האבן זיי פרובירט אמבושן און איבערפאלן א גרופע פון די 13-טע באטאליען, די טעראריסטן האבן פרובירט עלימינירן די צה"ל זעלנער און פארכאפן זייערע טאנקען.

די זעלנער האבן זיך געשלאגן מיט די טעראריסטן און באוויזן מיט די הילף פון די לופט אטאקעס, צו עלימינירן איבער 20 טעראריסטן, די רעשט פון ארום 10 טעראריסן זענען אנטלאפן מיט זייער לעבן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

היינט זענען ארויס פון עזה קיין עגיפטן 386 מענטשן

21 פארוואונדעטע מיט 21 באגלייטער
344 מענטשן מיט פרעמדע בירגערשאפט
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

102 טרעקלעך מיט הומינאטערישע הילף זענען אריין פון עגיפטן און עזה
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 11:48 am קרית שמונה
די טאטע האט געלאזט זיינע קינדער אין קאר, און אריין אין א געשעפט, ווען ער האט געהערט די אלארעם איז ער ארויס געלאפן נעמען זיינע קינדער, און זיי געראטעוועט די לעצטע רגע!

חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 3:48 pm 102 טרעקלעך מיט הומינאטערישע הילף זענען אריין פון עגיפטן און עזה
האלט ביי 374 טראקס אריין אין עזה
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך פארפאלענער »

ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 3:41 pm באריכטעט אז א גרופע גוט אויסמושטירטע כאמאס מיליטאנטן האבן זיך טרענירט צו איבערפאלן צה"ל זעלנער, און דורכאויס די נאכט, האבן זיי פרובירט אמבושן און איבערפאלן א גרופע פון די 13-טע באטאליען, די טעראריסטן האבן פרובירט עלימינירן די צה"ל זעלנער און פארכאפן זייערע טאנקען.

די זעלנער האבן זיך געשלאגן מיט די טעראריסטן און באוויזן מיט די הילף פון די לופט אטאקעס, צו עלימינירן איבער 20 טעראריסטן, די רעשט פון ארום 10 טעראריסן זענען אנטלאפן מיט זייער לעבן.
דראמאטישע ווידעא אינעווייניג פון א טאנק פון די שלאכטן די נאכט ווי א גרויסע גרופע טעראריסטן האבן אטאקירט א גרופע מדנ"י טאנקן


(מערקט ביי סעקונדע 12 די אויפרייס העכער די טאנק
און ביי סעקונדע 25 די שווייס אויפן סאלדאטס פנים)
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1214
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 3995

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך עדיטאריעל »

פרישע מעמבער אין אשרינו!
פיילס
Screenshot 2023-11-02 160343.png
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

מדינת ישראל כוחות ארבעטן ווידער און דזשענין
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

שיפא שפיטאל:
די מעין דזשענערעיטאר איז אויסגעגאנגען אונז ארבעט מיר יעצט אויף א צווייטער דזשענערעיטאר

אונז ריף מיר צו די פליטים און חולים וואס האלטן זיך אויף און די שפיטאל צו ברענגען נאך געז
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 412

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך קטןודל »

כאפטס ענק אן, נישט לאכן.

דער רוסישער אמבאסאדאר צו די יו-ען, די שלאק זאל אים באטרעפן אינשאללא, האט געזאגט אז מדנ"י האט נישט קיין רעכט פאר סעלף דעפענס וויבאלד זי איז אן 'אקופירנדע מאכט'...

דער איזראעלי אמבאסאדאר האט רעאגירט אז ס'איז א געלעכטער צו הערן דוקא פונעם רוסישן פארשטייער מוסר רעדעס איבער מענטשן-רעכטן און אינערנאציאנאלע געזעצן, ווען רוסלאנד איז געווארן ארויסגעווארפן דורך יו-ען לענדער פון איר מיטגלידערשאפט אין די יו-ען'ס 'יומען רייטס קאונסיל'. ער האט באטאנט אז ס'איז ווייטאגליך אז רוסלאנד באנוצט זיך מיט כאמאס'ס נאצישע אטאקעס אוועקצונעמען די וועלט'ס אויפמערקזאמקייט פון איר אוקראינער אינוואזיע.
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 412

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך קטןודל »

15 רעפובליקאנער סענעטערס האבן פארלאנגט פון סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקען צוריקצושטעלן די תימנ'ער האוטיס אללא אכבאר'ניקעס אויף די ווייסע הויז'ס טעראר ליסטע אין ליכט פון אירע לעצטערע אטאקעס אין ריכטונג פון מדנ"י. די ביידען אדמיניסטראציע האט אראפגענומען די טעראר גרופע פון די ליסטע אין יאר 2021 אויס זארגן אז דאס וועט שעדיגן די הומעניטארישע הילף פאר די מלחמה געפלאגטע תימן.
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 412

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך קטןודל »

זאב אלקין, א מיטגליד אין די כנסת ועדת חוץ ובטחון, האט נעכון געזאגט אז "רוסלאנד פירט זיך אויף ווי א פיינטליך לאנד צו מדינת ישראל", זאגנדיג אויפ'ן קול וואס פילע אין מדנ"י טראכטן. אלקין ווייזט אויף אויף דער פאגראם אין דאגאסטאןהאט נישט פאסירט אומזיסט, נאר בלויז נאכ'ן שמעקן די ווינטן וואס בלאזן אין מאסקווע זינט די כאמאס פאגראמען, ווען דער קרעמלין טוט כסדר אויסדרוקן שטיצן פאר עזה און כאמאס, און זאגאר אנטפאנגען א כאמאס דעלעגאציע מיט גרויס כבוד.

"די דאזיגע אויפפירונג שאפט זייער אן אנטי-איזראעלי אטמאספערע, און ווען פוטין פארגלייכט וואס ס'פאסירט אין עזה צו די בלאקאדע אויף לענינגראד, טוט ער למעשה פארגלייכן כאמאס צו אזעלכע וואס קעמפן קעגן די נאציס. ווען א רוסישער בירגער אויסער הערט אזא אויסדרוק דאן מיינט עס אויטאמאטיש אז מדינת ישראל איז די נאצי'שע זייט אינעם קאנפליקט", זאגט אלקין. ער צייגט אויף אויף אלע רוסישע מידיא קאנאלן - וועלכע זאגן בלויז וואס די רעגירונג וויל מען זאל זאגן - וואס שטיצן די פאלעסטינער און חזר'ן איבער זייערע טענות.

אלקין טעה'ט אז מדינת ישראל דארף פריש איבערקלערן אירע באציאונגען צו רוסלאנד און צו דער רוסישער-אוקראינער קאנפליקט. "מדינת ישראל דארף פארשטיין ווי מיר האלטן און זיך אויפהערן צו נארן", זאגט ער, "מיר באצאלן א פרייז פאר אונזער איינגעהאלטנקייט איבער די אוקראינער טעמע און די פראגע איז אויב דאס איז בארעכטיגט, וויבאלד מיר באקומען גארנישט צוריק פון רוסלאנד". אלקין זאגט אז ער באשולדיגט נישט קיינעם, ער איז אויך אמאל געווען פון די רוסישע שטיצער, אבער זאכן האבן זיך געטוישט.

אלקין דערמאנט אבער נישט דער פאקט אז רוסלאנד זיצט ביים גרעניץ פון מדינת ישראל אין סיריע, עפעס וואס שפילט מסתם אויך א ראלע. אגב, אלקין קען זיך גוט מיט פוטין'ען, ער פלעגט זיין דער אפיציעלער באגלייטער פון ביבי נתניהו, און דערנאך אויך פון נפתלי בנעט, דורכאויס די באגעגענישן מיט פוטין, וויבאלד ער רעדט א גוטן רוסיש. (אויף די בילדער אלקין, מיט'ן מזרחי קאפל, מיט פוטין אין אמאליגע גוטע צייטן).
פיילס
אלקין1.JPG
אלקין2.JPG
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 412

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך קטןודל »

פארניכטעטע געביידעס אין צפון עזה ווי אזוי ס'איז געזען געווארן היינט דאנערשטאג פון שדרות, מדינת ישראל
פיילס
5656439896.JPG
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

רוסישע אמבאסאדא צו די יונייטעט סטעיטס

די אמעריקאנער רעגירונג וויל נישט רעדן מיט אונז נישט וועגן אוקריינא און נישט וועגן מיטל מזרח
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

2 פרישע ברוכים און חיזבאלא
ברענגענדיג די נאמבער טויטע צו 53
IMG_20231102_164821_548.jpg
IMG_20231102_164821_548.jpg (103.67 KiB) געזען געווארן 385 מאל
IMG_20231102_164825_913.jpg
IMG_20231102_164825_913.jpg (84.88 KiB) געזען געווארן 385 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

דעמאקראטישער סענאטאר דיק דורבין פאר א פייער אפשטעל.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

דייטשלאנד מעלדט אפיציעל א פולשטענדיגע פארבאט אויף פרא כאמאס אקטיוויטעטן
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

פרעזידענט ביידן מעלדט אז צענדליגע אמריקאנע בירגער וואס זענען סטאק אין עזה זענען היינט ארויס.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

צה"ל ווארטזאגער:
איראן האט געשיקט מיליצעס אנטייל צו נעמען און די אקטן אנטקעגן מדינת ישראל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

מדינת ישראל איז אין א קרעקדאון אויף אראבישע אומלעגאלע ארבייטער, און עזה איינוואינער וואס האלטען זיך אויף און ארץ ישראל אומלעגאל, צוליב חששות וואס זענען ארויף געקומען נאכן וואס אינטערסאנטע שמועסן זענען אינטערהערט געווארען.
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3635

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך רואה חשבונות »

ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 5:05 pm דעמאקראטישער סענאטאר דיק דורבין פאר א פייער אפשטעל.
נאר בתנאי אז די כאמאס לאזט ארויס אלע געפאנגענע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

נישט באשטעטיגטע באריכטן אז מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו נעמט און באטראכט א פייער-אפשטעל פון געציילטע שעה'ן, צוליב די פארלאנג פון אמעריקע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

פרישע אטאקעס אויף אמעריקאנער באזע און איראק
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 5:17 pm פרישע אטאקעס אויף אמעריקאנער באזע און איראק
איינער קען שיקן א לינק פון די תגובה צו ביידען אדער אוסטין?
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12834
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29552

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

סאמיר דזשאדזשא (א קריסטליכע אקטעוויסט און די לבנון רעגירונג) זאגט אז חיזבאלא וועט טוען אז גרויסע אומרעכט אויב זיי וועלן זיך אריינמישן און די מלחמה, און ער בעט זיך צו נעסראלא נישט זיך אריינמישן און די קאנפליקט
שרייב פאוסט