בלאט 148 פון 153
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 1:39 pm
דורך חלום חלמתי
פריש. מאן אין אריזאנע איז אין א קריטישע צושטאנד נאכן געשאסן ווערן דורך בארדער פאטראל זעלנער. דעטאלן אומקלאר
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 1:44 pm
דורך בני יואל
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:43 pm
די נאטא טשיף מארק ראטה האט נעכטן אין א רעדע שארף קלארגעשטעלט אז אָן אמעריקע איז נישט דא קיין נאטא, און די אייראפעאישע לענדער זאלן אויפהערן פון חלומ'ן פון אזא מעגליכקייט.
אמעריקע דארף נאטא - פונקט ווי זיי דארפן גרינלאנד פאר זייער זיכערהייט וואלטן זיי נישט געקענט זיין זיכער אן נאטא, און אייראפע דארף אמעריקע. איר האט א פראבלעם אז טראמפ הייסט אייך שפענדן מער פאר זיכערהייט? טראכט וויפיל איר וואלט געשפענד אן אמעריקע.
דער ראטה פארשטייט גוט וויאזוי צו האנדלען מיט טראמפ
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 3:06 pm
דורך בודקע
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 1:04 pm
אזוי אויך איז די טרייעל פונעם ראש ממשלה ביבי נתניהו אפגעשטופט געווארן צוליב אן אומבאקאנטן אורזאך.
די אורזאך איז למעשה באקאנט געווארן, ווייל ער האט זיך געוואלט באטייליגן ביי רן גואילי'ס לוי'.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 4:28 pm
דורך חלום חלמתי
די אידישע NYPD פאליציי קאמישענער'ן מרת. טיש, האט היינט געלייגט א מזוזה אויף איר אפיס אין 1 פאליס פלאזא.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 4:33 pm
דורך חלום חלמתי
וויצע פרעזידענט ווענס לכ' די נאציאנאלע צווייטע וועלט־מלחמה געדענק טאג.
קארליסאן'ס חבר האט פארגעסן ווער די מיליאנען געהארגעטע זענען געווען, און צו וועלכע רעליגיע זיי האבן באלאנגט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 5:05 pm
דורך חלום חלמתי
מעטא ארבעט צוצילייגן א פרימיום סובסקריבשן אפציע פאר זייערע סאושל מידיע עפפ'ס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 5:07 pm
דורך חלום חלמתי
נאך וועטער עקספערטן טענה'ן אז די פרישע שניי שטורעם וואס קומט קיין ניו יארק וועט זיין שווערער ווי די נעכטיגע.
וועט אנפאלן דעם דעם טריי סטעיט ראיאן דעם קומענדיגן מוצאי שבת. דיטעילס וויל פאלאו.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 5:08 pm
דורך שינאווער
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 5:07 pm
נאך וועטער עקספערטן טענה'ן אז די פרישע שניי שטורעם וואס קומט קיין ניו יארק וועט זיין שווערער ווי די נעכטיגע.
וועט אנפאלן דעם דעם טריי סטעיט ראיאן דעם קומענדיגן מוצאי שבת. דיטעילס וויל פאלאו.
בעסער ווי די פאריגע וועט עס זיכער זיין, ווייל דער פאריגע שניי איז געווען אן חלום חלמתי ביים רידער דא, און די קומענדיגע וועט האפפענטליך זיין מיט...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 5:08 pm
דורך חלום חלמתי
עקספערטן זאגן אז וואטסעפפ מעסידזש'ס זענען ווייט נישט ענקריפטעט, און מעטא האט עקסעס צו יעדן'ס פריוואטע מעסידזשעס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 5:13 pm
דורך חלום חלמתי
א גוטע וועג צו פטור ווערן פון די שניי אויפן ווינדשילד איז דורכ'ן גיסן הייס וואסער דערויף.
אבער נעמט אין אכט, די גאנצע ווינדאו גייט מיט....
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 6:55 pm
דורך חלום חלמתי
די טראמפ אדמיניסטראציע האט דעם זינטאג צוריקגעשיקט 14 איראן'ע אימיגראנטן צוריק צום לייבן גרוב, די ערשטע אזא דעפארטאציע זינט די אויסבראך פון די ארטיגע פראטעסטן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 7:02 pm
דורך חלום חלמתי
טאם האומען פארציילט איבער זיינע זיצונג'ן מיט די מאניאפעלעס באאמטע, זאגט אז דאס איז געווען א גוטע אנהייב פון קאמיוניקאציע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 7:27 pm
דורך חלום חלמתי
סענאט פירער דזשאן טון איז זייער פרייליך מיט פרעזידענט טראמפ'ס הבטחה היינט ביים מסע חיזוק אין אייאווע, צו ערלויבן E15 גאזאלין.
טון זאגט אז ער האט אסאך געשוויצט דערפאר, און דאס וועט העלפן די איינוואוינער פון זיין היימשטאט
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 7:30 pm
דורך חלום חלמתי
ביים נסיעה האט טראמפ באזוכט אין א רעסטוראנט ווי ער האט אפגעהאלטן א לייוו אינטערוויו אויף פאקס ניוז.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:06 pm
דורך חלום חלמתי
משפחה מיטגלידער פון צוויי טויטע אין די ווענעזועלע שיפלעך האבן גערופן די אמעריקאנער אין געריכט מיטן טענה אז דאס איז געווען אן אומבארעכטיגטע מארד.
די אדמיניסטראציע וועט דארפן אויפווייזן אין געריכט וואס דארט איז געווען.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:51 pm
דורך חלום חלמתי
פונעם אלד עדזש האום הערט זיך א וויי געשריי דורכן געוועזענעם פרעזידענט ביידען, וואס האט נישט געקענט ווייטער שווייגן און געמיזט אויסרופן א מחאה קעגן די ברוטאלע אדמיניסטראציע וואס שיסט אויס אירע בירגער אויף די גאסן פון מינעסאטע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:52 pm
דורך חלום חלמתי
אזוי אויך די געווענליכע בדחן דזשימי קימל האט זיך צוכליפעט מיט זידיגע טרערן ביים מספיד זיין די קרבנות פונעם רעדזשים, און גערופן אמעריקאנע בירגער צו איינטוישן זייערע פירער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:54 pm
דורך חלום חלמתי
סעמסאנג 'טרי פאולט' נייע געדריפלטע סמארטפאון איז שוין דא צו באקומען אין אמעריקע, נאר דורך סעמסאנג דירעקט פאר די פרייז פון $2,899
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:55 pm
דורך חלום חלמתי
סאודי אראביע קרוין פרינץ בין סאלאמאן האט געזאגט פארן איראן'ע פרעזידענט אז ער וועט נישט ערלויבן צו ניצן די סאודיע הימלען צו אטאקירן איראן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:57 pm
דורך חלום חלמתי
פליגער פון נאסא האט געלאנדעט אויפן בויך אין זייער טעקסאס עירפארט, צוליב א טעכנישע פראבלעם. קיין געשעדיגטע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:57 pm
דורך טיפע טאשן
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 5:08 pm
עקספערטן זאגן אז וואטסעפפ מעסידזש'ס זענען ווייט נישט ענקריפטעט, און מעטא האט עקסעס צו יעדן'ס פריוואטע מעסידזשעס.
אלטע זאך, אויב געדענק איך גוט איז ביי די ערשטע געריכט פון לב טהור פון די חכם ועוד געברענגט געווארן זאכן וואס זיי האבן געשריבן אויף ווטסעפפ.
@אין כל חדש
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 9:00 pm
דורך חלום חלמתי
די אפציעלע צאל פון פארלוירענע געשעדיגטע און געהארגעטע זעלנער אינעם רוסיש-אוקריינע מלחמה האט דערגרייכט צוויי מיליאן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 9:05 pm
דורך חלום חלמתי
בשעת א טאון האול זיצונג איז קאנגרעספרוי אילאן אומער פון מינעסאטע באשפריצט געווארן מיט אן אומבאקאנטן כעמיקאל דורך א אנוועזנדע פארשוין.

- 230202115350-01-ilhan-omar-020223.jpg (111.3 KiB) געזען געווארן 203 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 9:10 pm
דורך חלום חלמתי
יאאַהאָו (וויזוי ס'פּעלט מען Yahoo?) האט זיך מאדעזענירט און צוגעלייגט א AI אפציע מיטן נאמען סקאט, פאר אירע עקשנותדיגע באנוצער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 9:12 pm
דורך חלום חלמתי
פאליציי אין טינעק ניו דזשערסי באדאנקט זיך פאר די חברים ארגענעזאציע פאר זייער הילף פאר תושבי טינעק בשעת די שטורעם, ובפרט היינט ווען זיי האבן ארויסגעגראבן א טראנזיט באס פון די שניי.