תפארת שבתפארת האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 10:25 am
See attached
קוקט זיך אויס אז די ווילעדזש האט פארלוירן די אפעלאט געריכט קעגן לייפניק קאנדאמיניום (ס'קוקט אויס אז די ארגומענטס זענען געווען איבער טעקניקעלס ווי נישט נאכקומען די אפיציעלע טיימליינ'ס וכו' )
סאו ווי פארשטענדליך מאכט מען א שווייג פון א דורכפאל
איינער האט עני אינפא צי מ'האט מאדיפיצירט די פלענער? האט די רבי מהר"א אמאל געזאגט עניטינג וועגן די וואס שטייען אונטער די מערכה?
א שטיקל ערבוב דברים, לאמיך עס טרייען צו קלארמאכן.
1) די קאורט רולינג וואס דו ברענגסט איז נישט איבער די ארבעט וואס ווערט יעצט געמאכט, ווייל צוליב די קעגנערשאפט פון לייפניק האט די ווילעדזש שוין לאנג ארויסגענומען יענעם טורן לעין פון די יעצטיגע פאזע וואס ווערט פינאנצירט דורך א סטעיט גרענט און האט זיך נישט געקענט אנהויבן בעפאר אלעס איז קליער.
דעם טורן לעין האט די ווילעדזש אפגעלייגט אויף שפעטער.
2) עמינענט דאמעין איז נישט קיין געזעץ וואס מ'קען טשעלענדזשען, נאר מ'קען אויסציען די פראסעס. דהיינו, די קלאגע קעגן די ווילעדזש איז נישט געווען אז זיי האבן נישט די רעכט, ווייל זיי האבן עס ממילא. די קלאגע איז געווען אז די פראצעדור האט געדארפט זיין אנדערש מיט מער צייט צווישן די פובליק הירינג און די פלענס, וואטעווער, ממילא לויט'ן פסק דארף די ווילעדזש איבערמאכן די פראצעדור.
פארוואס זיי האבן נישט געמאלדן די פסק? ווייל וואס זאלן זיי מעלדן? אז דער טורן לעין גייט נישט זיין אדאנק אפאר תושבים?...
די ווילעדזש זוכט נישט זיך צו אמפערן פערזענליך, ס'איז בעצם זייער פארשטענדליך אז פאר שכנים זאל באדערן אז זיי פארלירן א חלק גראז, נאר, די ווילעדזש דארף טון טובת הציבור, און זיי וועלן טון וואס ס'פעלט זיך אויס.
דאס אלעס איז נישט נוגע צו רוב ראודס אין קרית יואל, ווייל מ/בויעט שוין גלייך גענוג ברייט. די אישוס מאכן זיך נאר ביי די ראוד'ס וואס זענען אלט 100 יאר נאך אסאך פאר קרית יואל, בעיסיקלי די מעין ראוד ווי בעיקערטאון פארעסט און עיקערס.
ויזכר לטוב - אלס א סעמפל - מו"ה זלמן לייב קאפעל אויף פארעסט ביי קוויקוועי, וואו ער האט געהאט א הויכע וואנט פון ביימער פאר פריוואטקייט, און יעצט ווען ער האט איבערגעבויט האט ער אוועקגעגעבן די ספעיס פאר א טורן לעין צו קוויקוועי גלייך ביים ערשטן מאל בעטן, ווייל דאס איז דער טובת הציבור.
3) די יעצטיגע ארבעט אינקלודעד אלע אימפראוומענט אויף בעיקערטאון "אויסער" די וויכטיגע טורן לעין פאר די וואס קומען אויף בעיקרעטאון (פונעם שטעטל זייט) צו מאכן א רעכטס אויף מירון.
די סיבה פארוואס מ'האט עס אפגעלייגט איז, ווייל ווילאנג ס'איז אין קאורט גייט נישט די סטעיט אפראוון אנצוהייבן די גרויסע 10-מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט וואס נעמט אריין בעיקערטאון און מאונטעין ראוד אינאיינעם. אלעס האט געווארט און געקענט בלייבן שטיין אדאנק די איין טורן לעין. ממילא האט מען עס ארויסגענומען פונעם פלאן, געמאכט א דעזיין אן דעם, און די פראצעדור איז געפארן פאראויס, און יעצט האט זיך די ארבעט שוין אנגעהויבן.
אינצווישן האט שוין די קאורט געגעבן א אורטייל אז די ווילעדזש מוז טאקע איבערמאכן די פראצעדור מיט די לייפניק חלק.
ס'איז אין פלאן, ווייל ס'איז וויכטיג, און ס'איז נישט קיין שאלה אז די געזעץ זאגט אז מ'קען עס טון. אבער צייט וועט עס יעצט נעמען מער.
להבנת הענין לייג איך א בילד פונעם טורן לעין פון וואס מ'רעדט:

- לייפניק.png (79.8 KiB) געזען געווארן 640 מאל