עדיטאריעל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 12:41 pm
ניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 12:35 pm
מען רעדט פון א סאלדאטקע וואס די מיליטער צוזאמען מיט די שב"כ האבן אונטערגענומען נעכטן נאכט א אפעראציע איר צו באפרייען
א סאלדאטקע מיטן נאמען אורי מגידיש.
די עלטערן פון מגידיש זענען תמומית'דיגע ספרדים,
ווי באוויסט שטייט אין זוה"ק די גרויסע סגולה אז בעת צרה זאל מען מתפלל זיין ביי א ספר תורה והישועה קרובה לבוא, ביי אונזערע קרייזן האלט מען זיך אפ דערפון אלס חשש אויב די ס"ת איז נישט 100% כשר קען אפשר זיין א פארקערטע פון א ישועה א חרון אף ח"ו, גדולים האבן זיך באניצט דערמיט נאר אין גאר זעלטענע פעלער, אבער ביי די ספרדים זעהט אויס איז מען זיך יא נוהג דערמיט, זיי האבן אריינגעברענגט א ס"ת ביי זיי אין שטוב, און אין שטוב פון די געפאנגענע קינד, און זיי האבן מתפלל געווען אנשים נשים וטף מיט אזאנע ילללות און קולות אז די ווענט האבן מיט געוויינט (איך אויך...), לדוגמא: רבוש"ע אונז גלייבן אין דיר, אונז האבן דיר ליב, שיק אונז אהיים 'אורי' גאנץ בגוף ונפש, כשם מיר האבן דא אריינגעברענגט א ס"ת ברענג אונז צוריק אורי... און יאפס די ישועה איז געקומען, זי איז אהיימגעקומען גאנץ.
אנדערע זענען ליידער נאכנישט אהיים געקומען...
טוט זיך א מאוומענט מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף כוחי ועוצם ידי, נאר אויף תפלה לה' ומצות ומעשים טובים