זונטאג פרשת כי תצא בצל הקודש
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ח ר׳ ישראל יושע רובין הי״ו.
בן הרה״ח ר׳ מענדל טירנוער הי״ו.
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול, בעל תפילה איז געווען מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו.
נאכן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
אום 1:00 אזייגער איז רבינו שליט״א אנגעקומען קיין בארא פארק צום מסע הלויה פון מחותנו האדמו״ר מסקולען זצוק״ל, דער רבי האט מיטגעהאלטן די הספדים אין ביהמ״ד סקולען און דערנאך ארויסבאגלייט די מיטה פון ביהמ״ד און מלוה געווען בראש המלוים פאר עטליכע מינוט,
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באגריסט מיט האדמו״ר מקאשוי שליט״א און גאב״ד טענקא שליט״א, אום 2:15 האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.
אום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה איז געווען הב׳ חיים זאפיר ני״ו.
זמני כניסה איז געווען פון 7:15 ביז 9:30 אויפדערנאכט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין ביי די חופה פון החתן בן הרה״ג ר׳ יעקב הערש מאשקאוויטש שליט״א עב״ג הכלה בת הרה״ח ר׳ שאול יחזקאל פערלשטיין הי״ו אין די כתר ריזל זאל,
און ביים חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ ראובן וואלף שרייבער הי״ו עב״ג הכלה בת הרה״ח ר׳ יואל בר״פ גלויבער הי״ו אין די פרדס פיגא זאל.
אום 9:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול צו תפילת מעריב דער רבי האט געצינדן פינף ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו מרן הגה״ק בעל יטב לב זי״ע,
נאך מעריב האט דער רבי מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק בהיכל ביהמ״ד הגדול,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, פאר די פיש האט דער רבי געמאכט די סיום ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך חברה ש״ס דקהלתינו הק׳ און דער רבי האט געזאגט קדיש,
ביים לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן ברכת קדשו, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען בנש״ק הרה״ח ר׳ יעקב שמשון גאלד הי״ו נכד בעל ההילולא זי״ע.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש דער רבי האט משלב געווען סוף משניות לתכילתו און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע, און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון זיך מקשר זיין צו צדיקי אמת דורכ'ן לערנען זייערע ספרים און ממשיך געווען מיט סיפורים ועובדות פונעם בעל הילולא זי"ע און מסיים געווען בברכת קדשו,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה״צ ר׳ אהרן שליט״א מען האט געענדיגט ארום 10:30.
נאכן טיש איז רבינו שליט״א אנגעקומען אין ׳עדן לאנדא׳ זאל צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה״ח ר׳ יעקב רובין הי״ו -חבר הנהלת חבורת זכרו עב״ג הכלה בת הרה״ח ר׳ שמואל יודא פאשקעס הי״ו, ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט האדמו״ר מצאנז זימיגראד שליט״א, דער רבי האט געטרינקען לחיים און געוואונטשען פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן האדמו״ר מצאנז זימיגראד שליט״א.
אום 11:10 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז שפעט אויפדערנאכט.
מאנטאג פרשת כי תצא בצל הקודש
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ח ר׳ מאיר מרדכי קאהן הי״ו.
אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול, דער רבי האט געצינדן פינף ליכט לרגל יומדה״ק פון זקינו מרן הגה״ק בעל יטב לב זי״ע און צוגעגאנגען צום עמוד,
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
כהן: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ מאיר מרדכי קאהן הי״ו.
לוי: מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו.
דער רבי האט עולה געווען שלישי.
הגבה: הרב שמעון מייזליש שליט״א נכד רבינו.
גלילה: מו״ה שלום מייזעלס הי״ו.
נאכן דאווענען איז דער בר מצוה בחור אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אנגעקומען אויף ב״פ און מנחם אבל געווען משפחת קליין וואס זיצן שבעה ע״פ אמם אלמנת הרה״ח ר׳ אברהם ע״ה, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין קרית ייטב לב.
אום 5:30 נאכמיטאג איז רבינו שליט״א אנגעקומען בביתו נאוה קודש אין קרית ייטב לב ווי עס איז געווען ספעציעלע זמני כניסה פאר תושבי העיר לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל״ט,
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז ארום 12:15 אויפדערנאכט.
אום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, דער רבי האט געצינדן פינף ליכט לרגל יומדה״ק פון זקינו מרן הגה״ק בעל יטב לב זי״ע און צוגעגאנגען צום עמוד, נאך מנחה האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור,
און ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען הר״ר שלום מאיר דאסקאל שליט״א, נאך מעריב האט דער רבי ווייטער אויפגענומען דעם ציבור ביז ארום 12:15, בין הנכנסים איז אריין בקו״פ הגה״צ ר׳ יואל זוסמאן ראזענצווייג שליט״א דומ״ץ העיר.
דינסטאג פרשת כי תצא בצל הקודש
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ח ר׳ יוסף מענדל פערלשטיין הי״ו.
בן הרה״ח ר׳ שלום יוסף גראס הי״ו.
ובן הרה״ג ר׳ יואל כ״ץ שליט״א מו״ץ בקהלתינו הק׳.
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול, בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ ישראל אלטר גרינבוים שליט״א מגי״ש בקהלתינו הק׳.
נאכן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי אנגעקומען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית האופה דקהלתינו הק׳ אויף בראדוועי עוו. דער רבי איז ארומגעגאנגען אין אלע אפטיילונגען פאר א לענגערע צייט.
אום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה איז געווען הבה״ח רפאל שלום קליין ני״ו.
זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט.
דער רבי האט מסדר קידושין ביי די חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ יואל בר״ש ניימאן הי״ו עב״ג הכלה בת הרה״ח ר׳ יעקב יודא עסטרייכער הי״ו אין די ויואל משה זאל.
אום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען הב׳ הירצקא ב״ר יואל זופניק הי״ו, נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
מיטוואך פרשת כי תצא בצל הקודש
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ח ר׳ יעקב אליעזר כ״ץ הי״ו.
בן הרה״ח ר׳ דוד שמואל ווייס הי״ו.
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול, בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ ישראל אלטר גרינבוים שליט״א מגי״ש בקהלתינו הק׳.
נאכן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
אום 12:15 איז רבינו שליט״א אנגעקומען קיין ב״פ אין ביהמ״ד סקולען ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען האדמורי״ם מסקולען שליט״א וואס זיצן שבעה ע״פ אביהם/אחיהם כ״ק אדמו״ר מסקולען זצוק״ל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די מסי״נ פון צדיקי בית סקולען אינטער די קאמוניסטישע הענט, און איבער זייער התקשרות צו רבותינו הק׳ זי״ע, דער רבי האט געוואונטשען ברכת תנחמין, דערנאך האט דער רבי עקסטער געוואונטשען און מחזק געווען די אלמנה הרבנית מסקולען תליט״א, און צוריק אהיים לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.
נאכמיטאג איז פארגעקומען א אסיפה בקו״פ מיט חברי הנהלת מוסדותינו הק' אין לעיקוואוד, דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה און האט פאר א לענגערע צייט דן געווען פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, דערנאך געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכותיו פאר הרה"ח ר' יואל גאלדבערגער הי"ו מנכ״ל המוסדות אינאיינעם מיט א קבוצה מחשובי אנ"ש אין לעיקוואוד 'חברי וועד ההורים' וועלכער האבן אונטערגענומען די הייליגע ארבעט צו אנהאלטן און מרחיב זיין גבולי הקדושה פון די מוסדות הק' מיט די קרוב צו 800 תלמידים ותלמידות בלעה"ר,
אום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה איז געווען הב׳ חיים זאפיר ני״ו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין ביי די חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ יואל גראס הי״ו - ק״י עב״ג הכלה בת הרה״ח ר׳ ארי׳ יודא פלאהר הי״ו אין די ויואל משה זאל,
און ביים חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ יוסף זאב לעפקאוויטש הי״ו עב״ג הכלה בת הרה״ח ר׳ הערשל קרויס הי״ו אין די כתר ריזל זאל.
זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 11:00 אויפדערנאכט.
אום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען הב׳ הירצקא ב״ר יואל זופניק הי״ו, נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט״א אנגעקומען אין שטוב פון הרה״ג ר׳ אלימלך בנציון פאלאטשעק שליט״א ר״מ בישיבתינו הק׳ ווי עס פארגעקומען די כתיבת האותיות אויפן ספר תורה וואס וועט אריינגעגעבן ווערן דורך ר׳ אלימלך בנציון שליט״א אין ביהמ״ד הגדול דעם קומענדיגן זונטאג פרשת כי תבא הבעל״ט, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אויתיות, דערנאך געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען פארן נדבן און די בני המשפחה.
פון דארט איז דער רבי אנגעקומען מלובש בבגדי שבת צום שמחת החתונה פון החתן בן הרה״ג חיים יחיאל בר״מ פילאפף שליט״א חתן הגה״צ אב״ד פאיע וחבר הביד״ץ שליט״א עב״ג הכלה בת הרה״ג ר׳ יואל אשכנזי שליט״א ר״מ בישיבתינו הק׳ זוהן פון הגה״צ אב״ד חוות דעת שליט״א וחתן הגה״צ ר׳ ברוך אברהם פריעדמאן שליט״א דומ״ץ ביהמ״ד דקהלתינו העריסאן עוו.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס הרבנים שליט״א, דער רבי האט געטרינקען לחיים און געוואונטשען ברכת קדשו, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיט׳ן חתן, מחותנים און די זיידעס.
דאנערשטאג פרשת כי תצא בצל הקודש
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרב שרגא טענענבוים שליט״א.
בן הרה״ח ר׳ אלעזר גליק הי״ו.
אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד,
בעל תפילה: הרה״ג ר׳ ישראל אלטר גרינבוים שליט״א מגי״ש בקהלתינו הק׳.
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
כהן: מו״ה יצחק ברוין הי״ו.
לוי: מו״ה עמרם קערנקרויט הי״ו.
שלישי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ אלעזר גליק הי״ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: בן הרב שרגא טענענבוים שליט״א.
נאכן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
אום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה איז געווען הב׳ חיים זאפיר ני״ו.
דער רבי האט מסדר קידושין ביי די חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ שמואל ארי שפילמאן הי״ו עב״ג הכלה בת הרה״ח ר׳ שלמה יואל שטיינבערג הי״ו אין די כתר ריזל זאל,
און ביים חופה פון החתן בן הרה״ג ר׳ זלמן לייב היללער שליט״א מנה״ר בישיבתינו הק׳ עב״ג הכלה בת הרה״ח ר׳ יואל משולם צבי יאקאבאוויטש הי״ו אין די פרדס פיגא זאל.
און ביים חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ אברהם חיים הערמאן הי״ו עב״ג הכלה בת הרה״ח ר׳ יוסף יושע אדלער הי״ו אין די פרדס צבי זאל.
אום 9:15 איז רבינו שליט״א אנגעקומען קיין מאנסי אויף ניחום אבילים ביי ש״ב הגה״צ ר׳ אשר אדלער שליט״א אב״ד סערעדנא ובני משפחתו וואס זיצן שבעה ע״פ אשתו/אמם ע״ה, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס, דער רבי האט א לענגערע צייט מחזק געווען די יתומים און געוואונטשען ברכת תנחומין.
דערנאך איז רבינו שליט״א אנגעקומען אין עטרת חי שרה זאל מלובש בבגדי שבת צום שמחת החתונה פון נכד גיסו הגה״צ אב״ד רענדיק שליט״א החתן בן חתנו הרה״ג ר׳ צבי הירש ראטענבערג שליט״א בן האדמו״ר מוואוידיסלאוו שליט״א עב״ג הכלה בת הרה״ג ר׳ יואל מייזליש שליט״א מגי״ש בקהלתינו בן הגה״צ אב״ד ווייצטען שליט״א, דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט מיט די זיידעס הרבנים שליט״א, דער רבי האט געטרינקען לחיים און געוואונטשען ברכת קדשו, און זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד דערנאך געטאנצן די ריקודין לפני הכלה אנגעכאפט מיט׳ן חתן, מחותנים און די זיידעס,
ארום 10:30 איז רבינו שליט״א אנגעקומען קיין קרית יואל אויפן ׳שטח גאלדבערגער׳ פון מוסדותינו הק׳, צומערשט איז דער רבי אריבער אין די עטרת מייזעלס זאל צום שמחת השבע ברכות פון נכדת הרבני הנגיד ר׳ אברהם יקותיאל יערמיאש הי״ו מגדולי תומכי קהלתינו ומוסדותינו הק׳ - ק״י, החתן בן חתנו הרה״ח ר׳ יואל ברא״ש ווייס הי״ו עב״ג הכלה בת הרה״ח ר׳ שלום יוסף האניג הי״ו, דער רבי האט געטרינקען לחיים און געוואונטשען ברכת קדשו, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיט׳ן חתן, מחותנים און די זיידעס.
פון דארט איז דער רבי אריבער אינעם ריזן זאל בבנין הבית רחל האדיר והחדש - בנין גאלדבערגער צום היסטארישן מעמד ׳אדיר וחזק׳ פאר אלע הורי מוסדותינו הק׳ לקראת די מגבית לטובת השלמת הבנין האדיר וואס וועט פארקומען קומענדיגן דינסטאג און מיטוואך פ׳ נצבים - וילך הבעל״ט,
עס האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה דער יו״ר הרה״ח ר׳ מאיר מרדכי בערקאוויטש הי״ו און אויפגערופן דער מנכ״ל המוסדות הרה״ח ר׳ משה אלי׳ עסטרייכער הי״ו ווי ער האט ארויסגעברענגט די שווערע עול וואס ליגט אויף די הנהלת המוסדות און אויפגעפאדערט די הורי המוסדות צוצוהעלפן ביים קאמפיין, און דערביי איבערגעגעבן דראמאטישע אנטוויקלונגען בקרב המוסדות אז א גרויסער נדבן ותומך המוסדות האט לכבוד דער ערעפענונג פונעם קאמפיין מנדב געווען די פאנטאסטישע סומע פון א מיליאן דאלאר און אפגעקויפט די בר מצוה זאל פונעם נייעם בנין ויקרא שמו בישראל "פרדס יואל" און צוגאב צו א צווייטע גרויסער נדבן וואס האט מיט עטליכע וואכן צוריק שוין אפגעקויפט דעם שם פון די צווייטע "בר מצוה" זאל, און עס וועט תיכף נאכן זיך אריינציען אין דעם בנין הבית רחל החדש זיך בעז"ה עפענען די צוויי ביליגע בר מצוה זאלן, און וועט ווערן איינגעפירט א נייע תקנה אינעם מוסד ע״פ פקודת רבינו שליט״א אז יעדע בר מצוה פון די תלמידי המוסדות וועט פארקומען אין די נייע בר מצוה זאלן און מיט דעם איינשפארן טויזנטער דאלארן פאר אלפי אנשי שלומינו תושבי העיר, און מיט פרייד האט דער מנכ״ל אויסגערופן אז נאכן אפקויפן דעם ריזיגער שטח המוסדות אין בלומינגראוו איז שוין בסייעתא דשמיא געפיילט געווארט די פלענס פאר דריי נייע פרעכטיגע בנינים אדירים אויפן ריזן שטח המוסדות פארן באנוץ פון די תלמוד תורה און יעדער בנין עקסטער וועט האבן אין זיך 50 קלאסן, און אין די יעצטיגע טעג ווערט שוין גערעדט צווישן עטליכע גדולי תומכים ונדיבים צו פארקויפן די שם הבנינים ובשם השם נעשה ונצליח, און דאן אויך געמאלדן אז הנגיד ר' אברהם בנינין קרויס הי״ו נעמט א גאול פון א מיליאן דאלאר, און אויך העסקן ר' אייזיק וואלטער הי״ו נעמט א גאול פון א מיליאן דאלאר פארן קאמפיין,
דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און געוואונטשען ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור אז די אלע וואס העלפן ארויס די מוסדות הק׳ ווי מען ווערט נתחנך אויפן דרך פון רביה״ק זי״ע וועט דער רבי זי״ע זיכער משפיע אלע השפעות טובות און דער רבי האט אויסגעפירט בברכות לרוב פאר די געטרייע הנהלת המוסדות,
נאך די דב״ק איז דער גאנצער ציבור אריבער איינציגווייז ביי רבינו שליט״א פאר א לענגערע צייט מיט די שטרי קבלות, דער רבי געוואונטשען ברכת קדשו און פארטיילט געבענטשטע ׳דבש חי׳ במתנה,
נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם זאל, בעל תפילה איז געווען מו״ה זלמן לייב מארקאוויטש הי״ו, נאך מעריב איז דער רבי אינאיינעם מיט חברי הנהלת המוסדות ארומגעגאנגען אין אלע אפטיילונגען פונעם בנין און דער רבי האט געוואונטשען ברכת קדשו,
אום 12:30 האט זיך דער רבי אהיימגעקערט לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.
~


~