שב״ק פרשת ראה בצל הקודש
אום 7:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול - היכל אלטר יחזקאל מעוטף בטליתו צו תפילת מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד,
קבלת שבת: הרה״ח ר׳ לוי יצחק שווארטץ הי״ו חבר הנהלת קהלתינו הק׳.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן פאר א לענגערע צייט, דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה״ח ר׳ יעקב מנחם דייטש הי״ו.
אום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צום טיש און אנגעהויבן שלום עליכם, מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו החתן נתן נטע בן הגה״צ אב״ד ור״מ שליט״א.
הגבהת הכוס צו קידוש הגה״צ אב״ד ור״מ שליט״א.
מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען
כל מקדש: הרה״ג ר׳ בערל ראזענבערגער שליט״א דומ״ץ ביהמ״ד ישמח משה דקהלתינו הק׳.
מנוחה ושמחה: הרה״ג ר׳ יואל ברוין שליט״א דומ״ץ ביהמ״ד בית יעקב נחמי׳ דקהלתינו הק׳.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פסוקי הפרשה ׳ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה וקללה׳ און ארומגערעדט פון די ספה״ק אז א איד דארף גלייבן אז כי הנה אויבך ה׳ און אז אין יעדע זאך איז דא א ניצוץ אלוקי און א רצון השם.
קה אכסוף: הרה״ח הישיש ר׳ אלטר יחזקאל גליק הי״ו.
קה רבון עלם: הרה״ג ר׳ שמואל יעקב מייזעלס שליט״א דומ״ץ ביהמ״ד בית מרדכי לייב דקהלתינו הק׳.
לאל אשר שבת: הרה״ח ר׳ אברהם יקותיאל יערמיאש הי״ו.
ביים טיש איז פארגעקומען די שלום זכור לבן הנולד אצל מו״ה אלי דוד פארקאש הי״ו און מו״ה וואלף ברוך ווייס הי״ו, דער רבי האט טועם געווען פון די בונדלעך און אנגעוואונטשען פאר די בעלי שמחה און די זיידעס.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה״צ דומ״ץ דקהלתינו שליט״א
אז ביום: הרה״ח הישיש ר׳ חיים משה פערל הי״ו.
מען האט פארענדיגט ארום 3:00 אזייגער און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא, אויפן וועג האט דער רבי איבערגעשמועסט די תורה.
יום שבת קודש
ארום 9:15 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די אריבער טויזענט תשב״ר פון די חברת תהילים שע״י קהלתינו הק׳, דער רבי האט מיטגעזאגט עטליכע קאפיטלעך, דערנאך האט הרה״ח ר׳ יודא בעריש לויפער הי״ו - מנהל חברת תהילים אויפגעטרעטן און מקבל פנים געווען דעם רבין,
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית,
פסוקי דזמרה: הרה״ח ר׳ פישל פריינד הי״ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית,
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן פילע נדיבים בעם ותומכי קהלתינו הק׳ און דערביי מנדב געווען גאר גרויסע סכומים לטובת השלמת בנין הביהמ״ד,
הוצאה והכנסה: הרה״ג ר׳ יושע וואלף יאקאבאוויטש הי״ו ר״מ בישיבתינו הק׳.
פסוקי שמע ישראל: הרה״ח ר׳ סענדר גאלדבערגער הי״ו - וומס״ב.
כהן: הרה״ח ר׳ מאיר ראטה הי״ו - וומס״ב.
לוי: הרה״ח ר׳ ישראל חיים קרויס הי״ו - סגן ראה״ק דקהלתינו הק׳.
שלישי: הגה״צ אב״ד ור״מ שליט״א.
רביעי: החתן בן הרה״ח ר׳ לוי יצחק שווארטץ הי״ו.
חמישי: החתן בן הרה״ג ר׳ יעקב יוסף קרויס שליט׳א ר״מ בישיבתינו הק׳.
דער רבי האט עולה געווען שישי.
שביעי: הרה״ח הישיש ר׳ אלטר יחזקאל גליק הי״ו.
הוספות: הרה״ח ר׳ משה פריעדמאן הי״ו חבר הנהלת המוסדות, הרה״ח ר׳ מענדל שווימער ראה״ק, הרה״ח ר׳ חיים הערש גאלדבערגער הי״ו, הרה״ח ר׳ יוסף שווימער הי״ו - ב״פ, הרה״ח ר׳ דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי״ו - וומס״ב, הרה״ח ר׳ יושע איצקאוויטש הי״ו - ב״פ, הרה״ח ר׳ יעקב יושע שווארטץ הי״ו, הרה״ח ר׳ יוסף יוזפא לאנדא הי״ו חבר הנהלת קהלתינו, הרה״ג ר׳ יעקב יוסף קרויס שליט״א ר״מ בישיבתינו, הרה״ח ר׳ לוי יצחק שווארטץ הי״ו חבר הנהלת קהלתינו, הרה״ג ר׳ משה ביטמאן שליט״א מנה״ר בישיבתינו, הרה״ג ר׳ אלי קרויס שליט״א - וומס״ב, הרה״ח ר׳ חיים הערש יאקאבאוויטש הי״ו.
אחרון: הרה״ח ר׳ ישראל דוב גאלדבערגער הי״ו.
מפטיר: הגה״צ דומ״ץ קהלתינו הק׳ שליט״א.
הגבה: הר״ר יוסף הערש לויפער שליט״א - וומס״ב.
גלילה: הרה״ח ר׳ חיים וויינבערגער הי״ו.
נאכן ליינען האט דער רבי איבערגענומען דעם ספר תורה און ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב,
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה״צ דומ״ץ דקהלתינו שליט״א.
פתיחה לאנעים זמירות: הרה״ג ר׳ מרדכי קאהן שליט״א - מאנסי.
מען האט פארענדיגט ארום 1:15.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבה לרגל די ׳חנוכת הביהמ״ד׳ און די שמחת הבאווארפען פון החתן בן הרה״ח ר׳ לוי יצחק שווארטץ הי״ו חבר הנהלת קהלתינו און החתן בן הרה״ח ר׳ יעקב יוסף קרויס הי״ו - ר״מ בישיבתינו,
הגבהת הכוס צו קידוש החתן בן הרה״ח ר׳ לוי יצחק שווארטץ הי״ו, דער רבי האט טועם געווען פון די מזונות, פארטיילט שריים פאר די בעלי שמחה און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הנגיד ר׳ ישראל דוב גאלדבערגער הי״ו מגדולי תומכי קהלתינו ומוסדותינו הק׳ ווי עס איז פארגעקומען א קידוש מיט פילע נדיבים ותומכי הקהלה,
עס איז אויך אנוועזנט געווען דער רב שליט״א, דער רבי האט טועם געווען פון די מזונות און פיש און פארטיילט שריים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געוואונטשען ברכת קדשו.
אום 2:30 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען צום בייטאג טיש באולם שע״י בית האכסניא,
ביים טיש האט זיך אויך משתתף געווען הגה״צ אב״ד טשאטא שליט״א ווי עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן זכרונות מימי קדם פון רביה״ק הק׳ זי״ע,
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער בעל אכסניא הרה״ח ר׳ מענדל שווימער הי״ו.
מען האט געענדיגט ארום 3:45.
מנחה ושל״ס
אום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ חיים אהרן פלאהר הי״ו משב״ק.
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הרה״ח ר׳ שמואל דוד בירונבוים הי״ו.
לוי: הרה״ח ר׳ יואל בר״ש קרויס הי״ו.
שלישי: הרה״ח ר׳ וואלף לעפקאוויטש הי״ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ אביגדור נחום שלעזינגער הי״ו משמש דקהלתינו הק׳.
דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ מענדל שווימער הי״ו ראה״ק.
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ משה פריעדמאן הי״ו חבר הנהלת מוסדותינו הק׳
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק ׳ראה אנכי נותן לפניכם היום׳ און געטייטשט אז ׳היום׳ איז מרומז ׳ראש השנה׳ און דער אויבערשטער גיבט א חודש אלול מען זאל זיך קענען צוגרייטן פארדעם עס זאל זיין לברכה און נישט חלילה פארקערט.
ידיד נפש: הרה״ח הישיש ר׳ אלטר יחזקאל גליק הי״ו.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט די שבע ברכות פאר די חתנים.
דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און געדאווענט תפילת מעריב אויפן בימה, בעל תפילה איז געווען הגה״צ דומ״ץ דקהלתינו שליט״א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און געזאגט ויתן לך,
״בורא עולם בקנין השלם זה הבנין״
נאך אמירת ויתן לך איז פארגעקומען די מעמד אדיר ״מכונך והיכלך״ לרגל חנוכת ההיכל הגדול ׳היכל אלטר יחזקאל׳ בביהמ״ד דק״ק קרית יואל - בנין אליהו, נתנדב דורך הרה״ח הישיש ר׳ אלטר יחזקאל גליק הי״ו,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, עס האט אויפגעטרעטן דער משב״ק הרה״ח ר׳ חיים אהרן פלאהר און אויפגערופן הרה״ח ר׳ ישראל חיים קרויס הי״ו סגן ראה״ק דקהלתינו הק׳ וואס האט באגריסט די אלע עסקנים און נדיבים בעם וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט דעם פראיעקט, און אויסגערופן אז לאות הכרת הטוב פארן רוח החיים דקהלתינו הרה״ח ר׳ יוסף יוזפא לאנדא הי״ו וועט קהל אוועקגעבן א זכות קומה שלימה אינעם ביהמ״ד ע״ש פון זקינו הרב ישעי שלום לאנדא ז״ל.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נדבן הרה״ח ר׳ אלטר יחזקאל גליק הי״ו ובנו הרה״ח ר׳ שלמה הי״ו וואס האבן איבערגעגעבן רגשי לבבם,
און דערנאך האט אויפגעטרעטן דער ראה״ק הרה״ח ר׳ מענדל שווימער הי״ו און אויסגערופן די פריידיגע בשורה אז רבינו שליט״א וועט וויילן אויף יוה״ק הבעל״ט בקרב קהלתינו הק׳ אין ק״י און דערביי איבערגעגעבן אז ער און הרה״ח ר׳ ישראל חיים הי״ו זענען מנדב א פרישע פאנטאסטישע סומע לטובת השלמת הביהמ״ד והקמת ביהמ״ד החדש דקהלתינו אויף פארעסט ראוד, דערנאך האט הגה״צ אב״ד ור״מ שליט״א משמיע געווען קורצע דברי ברכה ארומרעדנדיג איבער די גרויסע זכיה פון די אלע נדבנים ארויסצוהעלפן בויען דעם ביהמ״ק מעט און די זכות בלייבט לעלמי עד און דערביי דערמאנט לשבח די חשובע חברי הנהלת הקהלה וואס יומם ולילה לא ישבותי למען הצלחת קהלתינו הק׳, און דער רב שליט״א האט ארומגערעדט פון זיינע זכרונות פונעם לעצטן שבת פרשת ראה ביי רביה״ק זי״ע בשנת תשל״ט וויילענדיג בצ״ק אינאיינעם מיט אביו מרן רבינו שליט״א און אויסגעפירט אז עס זיכער אז מן השמים האט מען צוגעפירט אז יעצט פינף און פערציג יאר שפעטער איז מען זוכה צו פראווענען א חנוכת הביהמ״ד אין קרית יואל.
דער רבי האט געטרינקען לחיים און פארטיילט שריים פאר אלע דייני קהלתינו אויפן אויבנאן, דערנאך געוואונטשען פארן גאנצן ציבור ׳לחיים טובים ולשלום׳ און זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיטן נדבן ההיכל הרה״ח ר׳ אלטר יחזקאל הי״ו און עקסטער מיט הנגיד ר׳ אברהם יקותיאל יערמיאש הי״ו נדבן בנין אליהו און דערנאך אין א עקסטערן ריקוד מיט בנו הגה״צ אב״ד ור״מ שליט״א און דערנאך מיט אלע נדבנים וחברי הנהלת הקהלה,
מען האט געענדיגט ארום 11:55 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט״א בשירה ובזמרה.
~


~