בלאט 141 פון 155
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 1:58 pm
דורך ווער
קרית יואל ווילעדזש האט פארמאל אריינגעגעבן א פארלאנג צו טאון אוו וואודבורי פאר ענעקסעישאן פון עיס פארעם
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 3:36 pm
דורך דער תהלים איד
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג אפריל 11, 2025 8:22 am
דורך באמבאסטיש
ווי אין קרית יואל איז דא צובאקומען דרשו עמוד יומי גמרות?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:31 pm
דורך פופציגער
אין א באגריסנדע שריט האב איך געזען היינט א גוי ארומגיין קלעבן סטיקערס אויף פענסטערס פון קארס וועלכע פארלעצן דעם געזעץ אדער פארלעצן די מענטשהייט געזעצן, אינעם שאפינג סענטער פארקינג לאט.
מען דארף מחזק זיין די וועלכע שטייען אונטער דעם שריט, און זיי שטופן ווייטער צו טון אזוי ביי אלע ווינקלען און באס סטאפס איבער'ן שטאט.
געזעץ פארלעצער דארפן ווערן באשטראפט! זיי לייגן אין געפאר אונזער שטאט!
(באזונדער דארף מען באשטראפן מענטשהייט פארלעצער, און דאס האט מען געטון היינט אין שאפינג סענטער)
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:38 pm
דורך צמח
פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 2:31 pm
אין א באגריסנדע שריט האב איך געזען היינט א גוי ארומגיין קלעבן סטיקערס אויף פענסטערס פון קארס וועלכע פארלעצן דעם געזעץ אדער פארלעצן די מענטשהייט געזעצן, אינעם שאפינג סענטער פארקינג לאט.
מען דארף מחזק זיין די וועלכע שטייען אונטער דעם שריט, און זיי שטופן ווייטער צו טון אזוי ביי אלע ווינקלען און באס סטאפס איבער'ן שטאט.
געזעץ פארלעצער דארפן ווערן באשטראפט! זיי לייגן אין געפאר אונזער שטאט!
(באזונדער דארף מען באשטראפן מענטשהייט פארלעצער, און דאס האט מען געטון היינט אין שאפינג סענטער)
קום אריין קלארער, וואס פארלעצט מען אינעם פארקינג לאט?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:46 pm
דורך בן תורה
איך וויל פשוט אויסקלארן פארן ציבור אז די וואס קלעבן סטיקערס אויף קארס האבן נישט קיין שום געזעצליכע רעכטן דאס צו טוהן, סך הכל האבן זיי געקויפט סטיקערס.
איך פלאן צו קויפן סטיקערס און קלעבן אויף אלע קארס וואס פארקן אויף מעין ראודס און אויף די טוירנינג לעינס.
(אויך פלאן איך צו קויפן סטיקערס אין קעיס אויב מיין קאר באקומט א סטיקער זאל איך האבן צוריקצולייגן אויפן קלעבערס קאר)
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:28 pm
דורך דער תהלים איד
דער נייער ביהמ"ד אהערגעשטעלט און געעפנט אויף דעם יו"ט פסח, אין די נייע "שכונת קדושת לוי" (בריגאדון, וואודבורי)

- IMG_20250418_180246_340.jpg (232.87 KiB) געזען געווארן 1313 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:33 pm
דורך הימל
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 7:28 pm
דער נייער ביהמ"ד אהערגעשטעלט און געעפנט אויף דעם יו"ט פסח, אין די נייע "שכונת קדושת לוי" (בריגאדון, וואודבורי)
IMG_20250418_180246_340.jpg
וואס איז די אדרעס?
וואו ווייט איז עס פון קרית יואל?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:41 pm
דורך גרינגראז
הימל האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 7:33 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 7:28 pm
דער נייער ביהמ"ד אהערגעשטעלט און געעפנט אויף דעם יו"ט פסח, אין די נייע "שכונת קדושת לוי" (בריגאדון, וואודבורי)
IMG_20250418_180246_340.jpg
וואס איז די אדרעס?
וואו ווייט איז עס פון קרית יואל?
Brigadoon Blvd, Woodbury, NY 10930
עס נעמט צו גיין בערך א שעה אנדערהאלבן, ווענד זיך פון וועלכע זייט קרית יואל מ' גייט ארויס.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:43 pm
דורך דער תהלים איד
28 Cranberry Dr, Highland Mills, NY 10930
https://www.google.com/maps/place/28+Cr ... FQAw%3D%3D
ס'איז א 4 מינוט דרייוו (אדער 53 מינוט וואק) פון עיקערס קארנער בעיקערטאון.

- Screenshot 2025-04-22 194618.jpg (438.5 KiB) געזען געווארן 1288 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 10:21 pm
דורך דער תהלים איד
מרחיבין!!! א ביהמ"ד אין יעדע נייע שכונה! א הייליגע הנהגה אין גאנץ קרית יואל המורחבת
ביי די דברות קודש יעצט אויפדערנאכט אין ביהמ"ד קרית יואל בהילולת רבינו בעל ברך משה זיע"א,
האט כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) דערקלערט אז מען לאזט זיך ארויס בויען שולן און רוחניות'דיגע אינפראסטרוקטור אין אלע שכונות איבער גאנץ קרית יואל המורחבת, אפעלירנדיג אז יעדע נייע שכונה זאל פארמאגן א שיינעם צענטער לתורה ותפלה וטהרה, און א מורה הוראה וואס זאל זארגן פאר אלע צורכי הקהילה אינעם שכונה.
דער רבי שליט"א האט געזאגט אז דער טאטע דער בעל הילולא האט אים ממנה געווען און ער איז מצווה ועומד אפצוהיטן די פקדון ברוחניות ובגשמיות, און ער איז עומד על המשמר מלחמה צו האלטן קעגן דעם יצה"ר מיט אלע כוחות! סיי אין קרית יואל זעלבסט, און סיי אין גאנץ קרית יואל המורחבת! איבעראל זאל זיין א ערליכע ווירטשאפט, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
ווייטער האט דער רבי מסביר געווען אז יעדע איינציגע נייע געגנט האט א געוואלדיגע געברויך ס'זאל זיין דארט בתי מדרשים סניפי קהלתינו, וואס דאס וועט מרבה זיין דעם כח הקדושה און פארזיכערן בע"ה ס'זאל זיין "מעלין בקודש ולא מורידין", מוסיף צו זיין מחול על הקודש, וואס דאס איז א גרויסע אחריות.
די פייערדיגע דברות קודש קומט אין א צייט וואס די שלוחי קודש פון רבי'ן שליט"א דער "ועד הרחבת גבולי העיר" האט געלאזט אין גאנג א ריזן קאמפיין וואס וועט ארויסגיין לדרך אין די טעג, און האט זיך שוין אנגעהויבן דעם יו"ט פסח ווען די עולי לתורה אין ביהמ"ד הגדול
טפסרי העיר האבן מנדר געווען צו זיין שותפים מיט'ן רבי'ן שליט"א צו קויפן דעם שם היכל הביהמ"ד אין יעדע נייע געגנט! אינערהאלב א נייע "קרן לב אהרן" וואס ווערט אוועקגעשטעלט פאר דעם צוועק, וואו נגידי סאטמאר וועלן באשטימען א סכום וואס זיי זענען תורם פאר יעדן ביהמ"ד אין קרית יואל המורחבת.
דאס איז אויסער וואס דער
גאנצער ברייטער ציבור וועט זיך ארויסלאזן אין אן אויסנאמליכער פייער אויפצושטעלן א "קרן קרית יואל" פון $5,000! וואס וועט ווערן איבערגעגעבן לידי מרן רבינו שליט"א, און דער קרן וועט זיין א יסוד פאר'ן עתיד העיר, צו פארזיכערן אז קרית יואל ווערט נישט א מקום הפקר ח"ו, דער ארום וועט נישט איינשלינגען קרית יואל, נאר פארקערט, קרית יואל וועט באשיינען דעם גאנצן ארום, אלעס איז איין הייליגער גרויסער שטאט!
ביים ציון הק' פון מרן רבינו הק' זי"ע, דארט ביים פענסטערל פון וואו דער רבי היט אויף "זיין" שטאט, וועט אוועקגעשטעלט ווערן א ריזיגער שילד מיט אלע שטיינער פון קוני "קרן קרית יואל", זייענדיג דעם רבינ'ס שותפים צו בויען זיין שטאט! ראטעווען זיין שטאט! און בעז"ה שפאנען פאראויס און פארזיכערן א "ערליכע הנהגה" אין אלע שכונות, הנהגה רוחנית והנהגה גשמית, תחת מרותו והנהגתו הרוחני פונעם מייסד העיר! וממלא מקומו בקודש.
קרית יואל וועט יא בלייבן הייליג! דער כח הקדושה איז שטארקער פון אלעם!!!
דער פלאן לויטעט, אז יעדע נייע געגנט מיט עטליכע צענדליגער מתפללים וועט אפקויפן א לאקאלע בנין און בויען א ביהמ"ד ומקוה טהרה וועלכע קאסט ארום 2 מיליאן דאלאר.
- א 1/2 מיליאן וועט אריינקומען פון א נדיב קונה "שם הביהמ"ד".
- א 1/2 מיליאן וועט אריינקומען פון רבינו שליט"א ושותפיו הנגידים וועלכע וועלן אפקויפן זכות שם היכל הביהמ"ד "היכל לב אהרן".
- א 1/2 מיליאן וועט אריינקומען פון די קאסע "קרן קרית יואל" פון אלע חסידי סאטמאר בוני עיר קרית יואל וואס האבן געקויפט א קרן אין די שטאט פאר $5,000.
- און א 1/2 מיליאן וועט אריינקומען פון די תושבי השכונה זעלבסט.
תושבי קרית יואל בפרט און חסידי סאטמאר בכלל נעמען אויף מיט ענטוזיאזם דעם פייערליכער הכרזת קודש, וועלכע וועט האבן א ווייטגרייכנדע אפעקט בס"ד אויף די ווייטערדיגע הייליגע בלי און וואוקס פון דעם הייליגן שטאט, אשר בקדושתה תהא!
כולנו למערכה! כולנו למען רבינו זי"ע! כולנו למען קריתינו! כולנו למען עתידתינו!
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 10:27 pm
דורך שטייפע קוגל
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 10:21 pm
דער פלאן לויטעט, אז יעדע נייע געגנט מיט עטליכע צענדליגער מתפללים וועט אפקויפן א לאקאלע בנין און בויען א ביהמ"ד ומקוה טהרה וועלכע קאסט ארום 2 מיליאן דאלאר.
- א 1/4 מיליאן וועט אריינקומען פון א נדיב קונה "שם הביהמ"ד".
- א 1/4 מיליאן וועט אריינקומען פון רבינו שליט"א ושותפיו הנגידים וועלכע וועלן אפקויפן זכות שם היכל הביהמ"ד "היכל לב אהרן".
- א 1/4 מיליאן וועט אריינקומען פון די קאסע "קרן לב אהרן" פון אלע חסידי סאטמאר בוני עיר קרית יואל וואס האבן געקויפט א קרן אין די שטאט פאר $5,000.
- און א 1/4 מיליאן וועט אריינקומען פון די תושבי השכונה זעלבסט.
פיר פערטלעך איז איין מיליאן. פון ווי וועט מען שאפן די צווייטע מיליאן?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 10:29 pm
דורך דער תהלים איד
@שטייפע קוגל ס'געווען א טעות הדפוס...
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 10:32 pm
דורך יאנטשי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 10:29 pm
@שטייפע קוגל ס'געווען א טעות הדפוס...
די מקוה טהרה וועט זיין אין די בנין הביהמ"ד? אזוי ארבעט עס אין די נייע שכונות?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 10:34 pm
דורך תינוק הבורח
יאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 10:32 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 10:29 pm
@שטייפע קוגל ס'געווען א טעות הדפוס...
די מקוה טהרה וועט זיין אין די בנין הביהמ"ד? אזוי ארבעט עס אין די נייע שכונות?
איך קלער אז עס איז נאר א שבת מקוה?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 11:18 pm
דורך גרינגראז
איינער ווייסט וועלכע מארקעטינג קאמפעני די גלילות עסקנים נוצן?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 11:21 pm
דורך להגדיל הטראסק
וואס גייט פאר אויף ניקלסבורג?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 11:29 pm
דורך תושב קרית יואל
ווי אויף ניקלסבורג?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 12:05 am
דורך צמח
תושב קרית יואל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 11:29 pm
ווי אויף ניקלסבורג?
אין שכונת עצי תמרים
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 2:44 pm
דורך דער תהלים איד

- KJ Poster Logo.jpg (206.14 KiB) געזען געווארן 565 מאל

- KJ Tzion.jpg (192.94 KiB) געזען געווארן 565 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 3:01 pm
דורך דער תהלים איד

- KJ Dibres Kodesh.jpg (212.36 KiB) געזען געווארן 544 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 5:02 pm
דורך דער תהלים איד

- First Donors.jpg (193.42 KiB) געזען געווארן 476 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 6:17 pm
דורך חלום חלמתי
ווי לדוגמא וויל מען בויען שולן? דזשעפערסאן? ווינטשעסטער?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 6:27 pm
דורך פופציגער
זייער אינטערסאנט ווי שנעל זאכן קייקלען זיך.
אין די לעצטע 24 שעה האב איך פערזענליך גערעדט מיט תושבים אין עטליכע נייע געגנטער, און עס דערקענט זיך א פרישע פייער אויף זיי.
קרית יואל שטייט אין א היסטארישע תקופה. נישטא וואס צו רעדן.
דער לאנגיעריגער דירות פראבלעם וועלכע האט אויסגעקוקט האפענונגסלאז, איז ממש אויפגעלעזט.
טויזנטער נייע דירות אין צענטער פון שטאט, און צענדליגע נייע געגנטער ארום און ארום שפרודלען און שיינען אויף.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: זונטאג אפריל 27, 2025 3:10 pm
דורך שינאווער
ניצוץ יוצא!!!
דעם שב''ק ביים ליינען אין ביהמ''ד בית חיים דוד אין שכונת פרי מגדים בקרית יואל המורחבת זענען די מתפללי היבהמ''ד איבעראשט געווארן ווען
הרה''ח ר' יודא זאב קליין הי''ו האט זיך אנגעשלאסן אינעם
''קרן קרית יואל'' אונטערנעמונג פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וכל תושבי העיר, און אפגעקויפט 'דעם ''שם הבנין'' פונעם נייעם ביהמ''ד המפואר פאר די סכום פון א האלב מיליאן דאלאר.
דאס איז א דראמאטישער טריט אריין אינעם ריזן אונטערנעמונג וואס ווערט פארמירט אין די טעג שטייענדיג נאכן הכרזה פון רבי'ן ביי די דברות קודש כ''ו ניסן, וואס האט אנגעצינדן א פייער פון הצלת כל העיר, ברוחניות ובגשמיות, מיט'ן פארזיכערן גאנץ קרית יואל המורחבת מיט א הנהגה ישרה און פעסטע רוחניות'דיגע אינפראסטרוקטור.

- 000.jpeg (184.58 KiB) געזען געווארן 204 מאל