היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
הורקנוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 1:18 am
Location: Monsey
x 195

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך הורקנוס »

איך ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 9:53 pm
הורקנוס האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 12:20 am א היימישע אינגערמאן מושי ענגל שטעלט ארויס זיין קאנדידאטור אלץ קאמישענער אין די טאלמאן פייער דיסטריקט וואס נעמט אריין חלקים פון מאנסי עירמאנט סאפערן וועסלי הילס און מאנטיבעלא
איינער ווייסט עפעס מער אינפארמאציע? איך זעה אין די ארטיקל אז ער וויל אריינברענגען מער לאקאלע וואלענטירן לכאורה מיינט ער אידישע, איז עס אויסגעארבעט מיט רבנים לגבי שבת ? איז עס א פריוואטע אונטערנעמונג פון אים אדער ס'איז דא טיפערע זאכן?
https://monseyscoop.com/every-second-ma ... missioner/
קעגן וועם לויפט ער?
זעה איך יעצט אז ער לויפט קעגן א אנדערע איד
אויב איז ער טאקע א שליח פון ברוער גיימער גיין וועלן פאר די אנדערע צד
פיילס
IMG_20251120_232758.jpg
IMG_20251120_232758.jpg (32.27 KiB) געזען געווארן 1604 מאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3977
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6686

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

יא, מ'הרג'ט זיך שוין דארט.
טאלמאן האט אריינגענומען א צווייטע היימישע איד בעפאר, און ברוער לייגט פרעשור אויף די לאקאלע מידיע נישט צו דעקן קיין פאזיטיווע נייעס פון טאלמאן...
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
בטלן
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 2:02 pm
x 113

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בטלן »

אבי נישט קיין מחלוקת צווישן אידן...
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 752

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

נאנטער חבר
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2024 4:57 pm
x 146

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נאנטער חבר »

א מעסעדז פאר יעצט ארום (ארויסגעשיקט צו די מצילי אש מעמבערס):

‎FWD: FWD: FWD: Exciting Update! 🚨
RCMA just received a new vehicle - a fully wrapped RCMA SUV r‎eady to join our fleet!‎

This vehicle will be going into service shortly.‎

More details to follow iy"h!‎
פיילס
noname.jpeg
noname.jpeg (252 KiB) געזען געווארן 1129 מאל
קנה לך חבר!
א מאנסי איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:05 am
x 241

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א מאנסי איד »

נאנטער חבר האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:42 am א מעסעדז פאר יעצט ארום (ארויסגעשיקט צו די מצילי אש מעמבערס):

‎FWD: FWD: FWD: Exciting Update! 🚨
RCMA just received a new vehicle - a fully wrapped RCMA SUV r‎eady to join our fleet!‎

This vehicle will be going into service shortly.‎

More details to follow iy"h!‎
וואס איז די מעלה פון דעי קאר?
אוועיטער
באלאנס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 8:43 pm
x 39

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך באלאנס »

די קאר וועט יא קענען פארן מיט לייטס אין סיירענס?
אויב נישט איז עס די זעלבע ווערט ווי אלע פריערדיגע פראפאגאנדע טראקס.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3977
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6686

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

א מאנסי איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 3:02 am וואס איז די מעלה פון דעי קאר?
מעלה איבער וואס?
מעלות און חסרונות ווערט געמאסטן ביחס צו א צווייטע זאך.

דאס זעהט אויס צו זיין א שיינע קאר וואס זיי גייען נוצן צו ריספאנדן מיט עקוויפמענט, וועט זייט אויף נייט שיפט, און אפשר וועט עס די טשיף האבן.
באלאנס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 9:32 am די קאר וועט יא קענען פארן מיט לייטס אין סיירענס?
אויב נישט איז עס די זעלבע ווערט ווי אלע פריערדיגע פראפאגאנדע טראקס.
די סיבה פארוואס די באצייכנסט די אנדערע טראקס אלס פראפעגאנדע טראקס, און דעריבער איז עס ווערטלאז, איז ווייל זיי האבן נישט גענוצט די לייטס און סיירינס?
אקעי, די ריכטיגע צייט וועט קומען און זיי וועלן אי״ה קענען נוצן די לייטס.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 232
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 1867

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:14 pm viewtopic.php?p=221751#p221751
דא האט איר די ווידיאו פונעם סצענע.
ס'איז געוואלדיג צו זעהן וויאזוי אן איינצעלנע חברים מעמבער מיט זיין קליינע סייז פייער עקטינגווישער קען אפראטעווען א הויז!

וואס דארף מען?
בעסיק עקוויפמענט, א גוטע שנעלע ריספאנס, און א אידיש הארץ!

אונזער אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1475

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך יאנטשי »

באדי קעם??
חיים גרין
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 12:56 pm
x 7

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך חיים גרין »

באלאנס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 9:32 am
נאנטער חבר האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:42 am א מעסעדז פאר יעצט ארום (ארויסגעשיקט צו די מצילי אש מעמבערס):

‎FWD: FWD: FWD: Exciting Update! 🚨
RCMA just received a new vehicle - a fully wrapped RCMA SUV r‎eady to join our fleet!‎

This vehicle will be going into service shortly.‎

More details to follow iy"h!‎
די קאר וועט יא קענען פארן מיט לייטס אין סיירענס?
אויב נישט איז עס די זעלבע ווערט ווי אלע פריערדיגע פראפאגאנדע טראקס.
די סיבה פארוואס די אנדערע טראקס זענען נאר פאר פראפאגאנדע איז ווייל מצילי אש לויפט נישט אויפפיקן א גרויסע טראק ווען איינעמס דרייער ברענט נאר זיי קומען מיט אלע עקוויפמענט אינעם קאר אבער נישט אלע מעמבערס האבן פלאץ אין זייער קאר פאר אלע עקוויפמענט סאו גייט מען קויפן עטליכע קארס ארום מאנסי און מען וועט קענען מאכן שיפטס מיט די קארס אז מען זאל קענען האבן די שנעלסטע ריספאנס מעגליך מיט אלע עקוויפמענט.

אי"ה וועט נאך אויך זיין די טאג ווען מען וועט קענען נוצן די לייטס.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1675
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2733

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נפתלי »

מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 12:45 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:14 pm viewtopic.php?p=221751#p221751
דא האט איר די ווידיאו פונעם סצענע.
ס'איז געוואלדיג צו זעהן וויאזוי אן איינצעלנע חברים מעמבער מיט זיין קליינע סייז פייער עקטינגווישער קען אפראטעווען א הויז!

וואס דארף מען?
בעסיק עקוויפמענט, א גוטע שנעלע ריספאנס, און א אידיש הארץ!
► Show Spoiler
די וואס מען זעט דא ביים סוף, זענען די ברויער דעפארטמענט וואס זענען אנגעקומען ווי ריזיגע שירעמעס נאך א רעגן?
אוועיטער
באלאנס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 8:43 pm
x 39

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך באלאנס »

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 5:22 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 12:45 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:14 pm viewtopic.php?p=221751#p221751
דא האט איר די ווידיאו פונעם סצענע.
ס'איז געוואלדיג צו זעהן וויאזוי אן איינצעלנע חברים מעמבער מיט זיין קליינע סייז פייער עקטינגווישער קען אפראטעווען א הויז!

וואס דארף מען?
בעסיק עקוויפמענט, א גוטע שנעלע ריספאנס, און א אידיש הארץ!
► Show Spoiler
די וואס מען זעט דא ביים סוף, זענען די ברויער דעפארטמענט וואס זענען אנגעקומען ווי ריזיגע שירעמעס נאך א רעגן?
דאס איז אין בארא פארק.

אגב, חברים פלעגט דאס טוהן אין מאנסי אויך ביז מצילי אש האט געעפנט.
א חברים מעמבער זאגט מיר אז 80% פון מצילי אש’ס קאללס זענען אוועקגענומען פון חברים, נישט פון ברוער.
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 752

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

באלאנס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 7:58 pm אגב, חברים פלעגט דאס טוהן אין מאנסי אויך ביז מצילי אש האט געעפנט.
א חברים מעמבער זאגט מיר אז 80% פון מצילי אש’ס קאללס זענען אוועקגענומען פון חברים, נישט פון ברוער.
אוי געוואלד. פארוואס האבן נישט מאנכע גע'סאר'ט צו ווערן חברים מעמבערס?
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 338
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1763

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

באלאנס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 7:58 pm
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 5:22 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 12:45 pm

דא האט איר די ווידיאו פונעם סצענע.
ס'איז געוואלדיג צו זעהן וויאזוי אן איינצעלנע חברים מעמבער מיט זיין קליינע סייז פייער עקטינגווישער קען אפראטעווען א הויז!

וואס דארף מען?
בעסיק עקוויפמענט, א גוטע שנעלע ריספאנס, און א אידיש הארץ!
► Show Spoiler
די וואס מען זעט דא ביים סוף, זענען די ברויער דעפארטמענט וואס זענען אנגעקומען ווי ריזיגע שירעמעס נאך א רעגן?
דאס איז אין בארא פארק.

אגב, חברים פלעגט דאס טוהן אין מאנסי אויך ביז מצילי אש האט געעפנט.
א חברים מעמבער זאגט מיר אז 80% פון מצילי אש’ס קאללס זענען אוועקגענומען פון חברים, נישט פון ברוער.
די פראצענטן היינט פונקטליך קען איך נישט, אבער גיב א קוק טאג נאך טאג אויף http://firewatch.44-control.net/history.html וועסט כמעט נישט זען קיין קאל ביי דעפארטמענט 7, ממש רובו דרובו פון זייערע קאלס זענען אדער אטאמעטיק אלארעם [וואס דאס איז נישט קיין זאך וואס מ'רופט איינעם בכלל] אדער אלס מיושטעל איד פון אנדערע געגענטער.

איך ווייס אז יש לך לדון אז זייערע קאלס קומען אריין אין זייער פריוואטע נאמבער, אבער לפי וואס א דיספעטשער האט מיר געזאגט בערך דריי חדשים צוריק [אנהייב אלול] איז זייער פריוואטע נאמבער לעת עתה זייער שטיל [און מ'קען עס ליינען פון צווישן די שורות אין זייערע עדס לעצטנס], אבער אויף דעם קען איך דיר נישט ברענגען קיין הארטע באווייז. אבער ס'האט געהאלטן צווישן צעהן ביז צוואנציג קאלס א חודש פאר זיי האבן געעפנט זייער נאמבער.

על כל פנים פאר בערך פיר יאר צוריק האט די פ"ד געהאט אביסל מער פון הונדערט קאלס א חודש, בערך פערציג דערפון זענען געווען אלערעמס, שלא על זה אנו דנים בכלל, פון די זעכציג צו זיבעציג קאלס איז עס אראפ אין די ערשטע יאר אהאלב צו בערך צעהן קאלס פאר זיי האבן געעפנט זייער נאמבער.
מצילי אש האט היינט צוטאגס בערך 160-180 קאלס א חודש, סא יא בערך הונדערט קאלס א חודש פון מצילי אש קומט פון חברים, דאס איז בערך זעכציג צו זיבעציג פראצענט פון די קאלס, און די קאלס זענען פון חברים, אבער ניינציג פראצענט פון די פייער דעפארטמענט קאלס איז אריבער צו מצילי אש.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3181

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך הדסים »

באלאנס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 7:58 pm
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 5:22 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 12:45 pm

דא האט איר די ווידיאו פונעם סצענע.
ס'איז געוואלדיג צו זעהן וויאזוי אן איינצעלנע חברים מעמבער מיט זיין קליינע סייז פייער עקטינגווישער קען אפראטעווען א הויז!

וואס דארף מען?
בעסיק עקוויפמענט, א גוטע שנעלע ריספאנס, און א אידיש הארץ!
► Show Spoiler
די וואס מען זעט דא ביים סוף, זענען די ברויער דעפארטמענט וואס זענען אנגעקומען ווי ריזיגע שירעמעס נאך א רעגן?
דאס איז אין בארא פארק.

אגב, חברים פלעגט דאס טוהן אין מאנסי אויך ביז מצילי אש האט געעפנט.
א חברים מעמבער זאגט מיר אז 80% פון מצילי אש’ס קאללס זענען אוועקגענומען פון חברים, נישט פון ברוער.
נ'אפשר ביסטו מסביר על מה יצא הקצף? זייט ווען נעמט זיך ברוער אן פאר חברימ'ס כבוד?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
daikin
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 9:27 am
Location: rockland
x 284

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך daikin »

נ'אפשר ביסטו מסביר על מה יצא הקצף? זייט ווען נעמט זיך ברוער אן פאר חברימ'ס כבוד?
[/quote]

אאוודאי ברוער מיט חברים האבן אלע יערן געארבעט האנט ביי האנט.
יעדע קאלל וואס ברוער איז געוועהן, האט חברים געברענגט פיצא, מיט אייסיס, און וואסער צו טרינקען.
זייט מען האט געמאכט אזעלכע מחלוקת אין שטאט!..
האט מען אינגעפירט אזא מידת סדום. אויב ביסטו אינוואלווד מיט אן אנדערע ארגענזשן, קענסטו נישט זיין אינוואלווד אין אן אנדערע ארגענזשן (כולל הצלה,חברים,מצילי אש,חביבים,ספרינג הילל, ברוער,….)גיי פארשטיי פשט דערפון???
האט ברוער בלית ברירה, געמוזט איינקויפן די RAC UNIT, צו קענען האבן אלע באדערפענישן פאר זייערע מעמבערס.
אבער באמת אשאד זאל ווען זיין שלום וואלט מען געקענט שפארן אזויפיל יודיש געלט, מען וואלט געקענט אויפטוהן אסאך מער מיט די געצוימטע טעקס בודשעט וואס ברוער האט.
מענטשן מיינען אז ברוער האט אנלימיטעד געלט בכלל נישט אמת.
גאווירמענט געלט דארף מען אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע פרוטה, און מען ווערט פארגעהאלטן אויף יעדע איבריגע הוצאה...
מען מיינט אז די קאמישענערס קענען סתם ארויףריקען טעקסעס אבי אין די וועלט, הלואי אונז קען מען דאס טוהן, מען וואלט שוין לאנג געהאלטן אסאך ווייטער...
יעדע טעקס אינקרוס קומט מיט א בודשעט, מיט וואוטס, ס׳האט א חשבון מען נעמט נאר די מינומום וואס מען קען.
און מענטשן האבן נאך די חוצפא אראפ צורייסן די עסקנים, וואס ארבעטן אזוי שוער פארן ציבור ״שלא על מנת לקבל פרס״ און נאך מיט אזעלכע שקרים, וואס יעדער ווייסט אז ס׳איז באמת פונקט פארקערט.
אדרבה גיי קוק ביי ….... ווי איז געגאנגען זייער געלט פרעג דיך נאך??….... איך וויל נישט רעדן פון מחלוקת/פאליטיק
א גוטע נאכט
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

:lol:

דייקן ביזט זיס, ווי אלעמאל. אבער דוכט זיך אז ס'איז די ערשטע מאל וואס דו שרייבסט ארויס אפן און גראב אז דו ארבעטסט ביי ברוער. א קאמישאנער גאר.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3977
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6686

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 10:55 pm :lol:

דייקן ביזט זיס, ווי אלעמאל. אבער דוכט זיך אז ס'איז די ערשטע מאל וואס דו שרייבסט ארויס אפן און גראב אז דו ארבעטסט ביי ברוער. א קאמישאנער גאר.
וואו זעהסטו אז ער איז א קאמישינער?
זעהט מיר אויס שטארק אינוואלווד [און שטארק אנגעגעסן].

כ'טראכט נאר צו ער איז אליינס איינגערעדט אדער טרייט אונז צו איינרעדן.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
daikin
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 9:27 am
Location: rockland
x 284

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך daikin »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 11:19 pm
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 10:55 pm :lol:

דייקן ביזט זיס, ווי אלעמאל. אבער דוכט זיך אז ס'איז די ערשטע מאל וואס דו שרייבסט ארויס אפן און גראב אז דו ארבעטסט ביי ברוער. א קאמישאנער גאר.
וואו זעהסטו אז ער איז א קאמישינער?
זעהט מיר אויס שטארק אינוואלווד [און שטארק אנגעגעסן].

כ'טראכט נאר צו ער איז אליינס איינגערעדט אדער טרייט אונז צו איינרעדן.
איך ארבעט נישט ביי ברוער ווייל איך מאך נישט קיין געלט .
א קאמישענער בין איך אויך נישט.
ב״ה איך האב די זכיה ארויסצוהעלפן אסאך אין די הייליגע ארבעט.
קענסט מיר מסביר זיין פארוואס יעדע מאל מען שרייבט נעמט מען זיך אויפן מענטש פרזענליך???? קבל את האמת ממי שאמרו !!!...
און פארדעם בין איך שוין כמעט נישט דא מער אויפ׳ן וועלטעל
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 513

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

העי! חברה! ווי אזוי האט עטס געכאפט אז דער דייקאן איז פון ברוער?

איך בין געווען זיכער אז ער מיינט סארקאסטיש.

אלעס וואס ער זאגט איז דאך פונקט פארקערט, איך האב גראדע הנאה געהאט פון זיין ליצנות, געלאכט א גוטס פון די וויץ זיינע - זאגסטו מיר אז ער מיינט עס גאר ערנסט?

עפעס איז ראנג דא

איך פאנג אן טראכטן אז לאנגסאם איז אויך עכט משוגע
אוועיטער
מאדים
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 21, 2025 1:43 am
x 5

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מאדים »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 11:57 pm העי! חברה! ווי אזוי האט עטס געכאפט אז דער דייקאן איז פון ברוער?

איך בין געווען זיכער אז ער מיינט סארקאסטיש.

אלעס וואס ער זאגט איז דאך פונקט פארקערט, איך האב גראדע הנאה געהאט פון זיין ליצנות, געלאכט א גוטס פון די וויץ זיינע - זאגסטו מיר אז ער מיינט עס גאר ערנסט?

עפעס איז ראנג דא

איך פאנג אן טראכטן אז לאנגסאם איז אויך עכט משוגע
:lol: :lol: :lol:
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 11:19 pm
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 10:55 pm :lol:

דייקן ביזט זיס, ווי אלעמאל. אבער דוכט זיך אז ס'איז די ערשטע מאל וואס דו שרייבסט ארויס אפן און גראב אז דו ארבעטסט ביי ברוער. א קאמישאנער גאר.
וואו זעהסטו אז ער איז א קאמישינער?
זעהט מיר אויס שטארק אינוואלווד [און שטארק אנגעגעסן].

כ'טראכט נאר צו ער איז אליינס איינגערעדט אדער טרייט אונז צו איינרעדן.
daikin האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 10:18 pm מען מיינט אז די קאמישענערס קענען סתם ארויףריקען טעקסעס אבי אין די וועלט, הלואי אונז קען מען דאס טוהן,

:P
מחנה ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:08 pm
x 345

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מחנה ישראל »

daikin האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 10:18 pm נ'אפשר ביסטו מסביר על מה יצא הקצף? זייט ווען נעמט זיך ברוער אן פאר חברימ'ס כבוד?

אאוודאי ברוער מיט חברים האבן אלע יערן געארבעט האנט ביי האנט.
יעדע קאלל וואס ברוער איז געוועהן, האט חברים געברענגט פיצא, מיט אייסיס, און וואסער צו טרינקען.
זייט מען האט געמאכט אזעלכע מחלוקת אין שטאט!..
האט מען אינגעפירט אזא מידת סדום. אויב ביסטו אינוואלווד מיט אן אנדערע ארגענזשן, קענסטו נישט זיין אינוואלווד אין אן אנדערע ארגענזשן (כולל הצלה,חברים,מצילי אש,חביבים,ספרינג הילל, ברוער,….)גיי פארשטיי פשט דערפון???
האט ברוער בלית ברירה, געמוזט איינקויפן די RAC UNIT, צו קענען האבן אלע באדערפענישן פאר זייערע מעמבערס.
אבער באמת אשאד זאל ווען זיין שלום וואלט מען געקענט שפארן אזויפיל יודיש געלט, מען וואלט געקענט אויפטוהן אסאך מער מיט די געצוימטע טעקס בודשעט וואס ברוער האט.
מענטשן מיינען אז ברוער האט אנלימיטעד געלט בכלל נישט אמת.
גאווירמענט געלט דארף מען אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע פרוטה, און מען ווערט פארגעהאלטן אויף יעדע איבריגע הוצאה...
מען מיינט אז די קאמישענערס קענען סתם ארויףריקען טעקסעס אבי אין די וועלט, הלואי אונז קען מען דאס טוהן, מען וואלט שוין לאנג געהאלטן אסאך ווייטער...
יעדע טעקס אינקרוס קומט מיט א בודשעט, מיט וואוטס, ס׳האט א חשבון מען נעמט נאר די מינומום וואס מען קען.
און מענטשן האבן נאך די חוצפא אראפ צורייסן די עסקנים, וואס ארבעטן אזוי שוער פארן ציבור ״שלא על מנת לקבל פרס״ און נאך מיט אזעלכע שקרים, וואס יעדער ווייסט אז ס׳איז באמת פונקט פארקערט.
אדרבה גיי קוק ביי ….... ווי איז געגאנגען זייער געלט פרעג דיך נאך??….... איך וויל נישט רעדן פון מחלוקת/פאליטיק
א גוטע נאכט
[/quote]
נו, פארוואס טאקע ריקן זיי ארויף די טעקסעס און פארשווענדען מיליאנע פון אונזער אויסגעהארוועטע געלט פאר שוואיל טאג, אויסגעלאסענע פארטיס, פילע קארס וואס אידן פארן ארום צו מחלל שבת זיין, און נאךשווערע געלטער פאר אומגעלונגענע פראפגאנדע, וואס ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם, מילד גערעדט?? פארוואס?

עס איז קלארע פובליק אינפארמאציע אז מען האט בראבעוועט מיליאנע דאלער טעקס געלט פון אונזער היימישע ברודער אין מאנסי פאר דברים האסורים וחמורים ביותר - ג' עבירות החמורות. חיללת וגם ירשת! היל"ת.
nick name
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:10 pm
x 46

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך nick name »

מענטשן מיינען אז ברוער האט אנלימיטעד געלט בכלל נישט אמת.
גאווירמענט געלט דארף מען אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע פרוטה, און מען ווערט פארגעהאלטן אויף יעדע איבריגע הוצאה...

האק נישט און קאפ זיי ווייסן פיין ווי אזוי מען טוט דאס למשל מען ספענד טויזענטערס פאר א דיספעטשינג אפיס .....
קענסט מיר זאגן פאר וואס?
נישט מעגליך מען זאל זיצן דארט , שטא גענוג קאללס צי זיך אויפהאלטן דארט

דאס איז א עקזעמפל ווי אזוי מען נעמט די געלט און מען מאכט העכער די טעקסעס פאר נוי גוד ריזן :oops:
מצילי אש ד'ראקלענד
845-426-9111
שרייב פאוסט