בלאט 15 פון 21
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:10 am
דורך שאינו יודע לשאול
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:41 am
דורך חלום חלמתי
און יענער האט אפראווד דעם ארטיקל?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:59 am
דורך שאינו יודע לשאול
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 10:32 am
דורך שאינו יודע לשאול
@חלום חלמתי כ'כאפ מיך יעצט אז די נפשי איז אונטער א צווייטע פירערשאפט אינגאנצן, סאו ס'מוז נישט זיין אז יענס ווערט אויך איבערגעקוקט. כ'ווייס נישט.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:27 pm
דורך Think and Thank
עפעס מער ווי די 'שטרענגע השגחה' וואס זיי פלעגן האבן פאר די פירערשאפט טויש?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:56 pm
דורך יאנטשי
Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:27 pm
עפעס מער ווי די 'שטרענגע השגחה' וואס זיי פלעגן האבן פאר די פירערשאפט טויש?
מסתמא נישט, דער זעלבער אב"ד קאסע גראנדא שליט"א...
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:08 pm
דורך שינאווער
יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:56 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:27 pm
עפעס מער ווי די 'שטרענגע השגחה' וואס זיי פלעגן האבן פאר די פירערשאפט טויש?
מסתמא נישט, דער זעלבער אב"ד קאסע גראנדא שליט"א...
נישט אמת
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:37 pm
דורך בן תורה
שינאווער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:08 pm
יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:56 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:27 pm
עפעס מער ווי די 'שטרענגע השגחה' וואס זיי פלעגן האבן פאר די פירערשאפט טויש?
מסתמא נישט, דער זעלבער אב"ד קאסע גראנדא שליט"א...
נישט אמת
פארוואס אפענטפערן סתם נישט אמת, ווי איידער זאגן ווער יא?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:54 pm
דורך בודקע
בן תורה האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:37 pm
שינאווער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:08 pm
יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:56 pm
מסתמא נישט, דער זעלבער אב"ד קאסע גראנדא שליט"א...
נישט אמת
פארוואס אפענטפערן סתם נישט אמת, ווי איידער זאגן ווער יא?
יענער שרייבט נישט זיין נאמען אין פובליק, ווייל ער וויל נישט מ'זאל וויסן ווער ער איז.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 4:11 pm
דורך חלום חלמתי
בודקע האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:54 pm
בן תורה האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:37 pm
שינאווער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:08 pm
נישט אמת
פארוואס אפענטפערן סתם נישט אמת, ווי איידער זאגן ווער יא?
יענער שרייבט נישט זיין נאמען אין פובליק, ווייל ער וויל נישט מ'זאל וויסן ווער ער איז.
אזויווי עפעס א רעסטוראנט אין טינעק, כיודע....
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 4:12 pm
דורך חלום חלמתי
בודקע האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:54 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:14 pm
בודקע האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:50 pm
מאך ביטע נישט שמוציג דעם פלאץ דא מיט אייוועלט סטייל תגובות.

גוטע ענפער....
כ'האב עס נאכנישט געליינט, אבער איך פארלאז מיך אז מאמענט לאזט נישט אריין סתם שמוץ, סאוי האב איך דאס געענטפערט, כ'גיי עס בעז"ה ליינען און העמיר רעדן נאכדעם.
קודם אטאקירן נאכעדעם וועט מען זעהן אויב ס'איז יש דברים בגו
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 5:36 pm
דורך Think and Thank
בודקע האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:54 pm
בן תורה האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:37 pm
שינאווער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:08 pm
נישט אמת
פארוואס אפענטפערן סתם נישט אמת, ווי איידער זאגן ווער יא?
יענער שרייבט נישט זיין נאמען אין פובליק, ווייל ער וויל נישט מ'זאל וויסן ווער ער איז.
זיי נישט ברוגז אבער דאס איז ניטאמאל געווארפן זאמד אין די אויגן. א בעל מכשיר וואס וויל נישט אז מען זאל וויסן אז ער איז דער בעל מכשיר איז ניטאמאל ווערט לצור על פי צלוחיתו, און אן אויסגאבע אדער פראדוקט וואס פארקויפט אז זיי האבן בסוד סודות א שטרענגע השגחה מאכט חוזק פון זיך אליין (נישט פון די מענטשהייט ווייל די מענטשהייט ווערט נישט חוזק אז זיי זענען ביליגע ליצים).
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 5:48 pm
דורך יאנטשי
Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 5:36 pm
בודקע האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:54 pm
בן תורה האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:37 pm
פארוואס אפענטפערן סתם נישט אמת, ווי איידער זאגן ווער יא?
יענער שרייבט נישט זיין נאמען אין פובליק, ווייל ער וויל נישט מ'זאל וויסן ווער ער איז.
זיי נישט ברוגז אבער דאס איז ניטאמאל געווארפן זאמד אין די אויגן. א בעל מכשיר וואס וויל נישט אז מען זאל וויסן אז ער איז דער בעל מכשיר איז ניטאמאל ווערט לצור על פי צלוחיתו, און אן אויסגאבע אדער פראדוקט וואס פארקויפט אז זיי האבן בסוד סודות א שטרענגע השגחה מאכט חוזק פון זיך אליין (נישט פון די מענטשהייט ווייל די מענטשהייט ווערט נישט חוזק אז זיי זענען ביליגע ליצים).
פונקט אזוי.
און יעדע שטיק צייט ווען מען קאלערט ארויס האט מען גאר 'דעקונג' פון דעם באקאנטן בעל מכשיר... אין לך לצנות גדולה מזו.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 6:36 pm
דורך דער תהלים איד
כ'וויל נישט מכשיר זיין דעם מאמענט, ווייל איך קויף עס נישט פאר מיין שטוב, צוליב די מהלך פון מאמענט צו שרייבן מער אויפגעלאזט און א נידריגערע לעוול ווי אלגעמיין.
אבער דעם משגיח קען איך, און ווי ס'זעט מיר אויס איז די סיבה פון נישט געבן קייןם עמטליכע השגחה טאקע די זעלבע - אדער בערך די זעלבע - סיבות וואס איך האב פאר מיר, און ער וויל נישט ס'זאל זיין אויף זיינע אחדיות. אבער זיין עצם השגחה איז הדק היטב, ס'קומט מיר אסאך מאל אויס עס צו מיטהאלטן. איך וואלט געזאגט אז מאמענט איז מצד אחד מער אויסגעשטעלט אבער מצד שני פיל מער אפגעהיטן פון אריינפאלן מיט נישט-אויסגעהאלטענע השקפות אין אלע הינזיכטן.
כ'מיין ס'איז נישטא נאך א היימישע אויסגאבע מיט א משגיח אויף דעם לעוול.
זעענדיג דא די שערוריא האב איך אים אנגערופן. בנוגע דעם ארטיקל איבער קעטאמין, האט ער טאקע נישט געלאזט לייגן נאר נאכ'ן אנפרעגן ביי א היימישער מומחא און אויך א חשובע רב, וואס האבן געזאגט אז דאס איז א אפראווטע זאך וואס מעג באשריבן ווערן פאזיטיוו. למעשה איז טאקע געקומען שטארקע טענות אז דאס קען פירן צו נעמען שריט אן קיין דאקטאר ח"ו, און זיי וועלן זיכער מאכן דאס צו פארעכטן מיט וואס נאר מעגליך.
בנוגע וויזשניץ, זאל מיר דער מעורר מוחל זיין... און שוין.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 7:58 pm
דורך חלום חלמתי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 6:36 pm

קעטאמין איז אן עוולה בגשמיות וברוחניות, וויזניץ איז סך הכל אן אנדייטונג אין וועלכע ריכטונג מאמענט פארט. לאו קלעס טשיפ וואטסעפפ גאסיפ.
און ביידע האט דער אנאנימער משגיח אפראווד וואס ווייזט אז זיין השגחה איז נישט עפעס ווייסעך וואס ווערד... (וואס לאזט ער נישט דורך?)
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 8:05 pm
דורך שוין געגאנגען
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 7:58 pm

דמינות כל הכבוד פאר די מאמאנט פארן שרייבן וועגן קעטמין מען דארף רעדן פון דעם די בעלי דמינות וואס ווילן עס בהאלטן די עניין דארף גיין פאר העלף
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 9:47 pm
דורך וויענער חסיד
א שטיקל איבערבליק אויפן מאסיווער מאמענט אנגעהויבן מיט וויזניץ וואס צום ערשטן מאל וואס איינער וואו מיר וואס איז נישט קיין בחצרות צוהערער האט הנאה געהאט און געווארן מורהדיג באנומען פון די משונהדיגן מידות פונעם רבין וואס נאכן צוריקקומען האט ער געלאזט די חברה וואס האבן אים אראפגעווארפן סטעפס וכדומה אויפן פאסטן. פנחס גלויבער איז געווען אינטרעסאנט ווי ער רעדט פון די גדלות פון סאטמערע רבי א גאנצען אינטערוויו אבער דאך געמאכט אן עליה. שלום לעמער איז געווען זייער ענדליך צו זיין לעיטעסט טאלקס אינטערוויו. לב טהור האב איך הנאה געהאט אז מען האט אים געגעבן א מייק זאל יעדער זען די טיפשות. לב טהור איז געווען נישט נארמאל אינטרעסאנט נאכדערצו מיט חיים מלכה [אגב קוקט אויס ווי ער ווארט מען זאל מאכען עפעס אן אינטערוויו מיט הרב בלום ריינוואשן זיין נאמען]. יוסף בראך האב איך מיך געטראפן שמייכלען אפט די מארקעטינק פאנעל האבען רוב עדס געווען בעסער ווי דער מארקעטערס מאכען. די איבריגע עט מען ליינען יום טוב אווער אלל איז עס נעקסט לעוועל שכח מאמענט
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 11:04 pm
דורך שאינו יודע לשאול
@חלום חלמתי אויב פרעגסטו מיין מיינונג, איז עס טאקע א געוויסע דרגא צו וואס א מאגאזין לאזט זיך אראפ, אבער מצד רוחניות זע איך נישט קיין פראבלעם דערמיט.
ואשנה, פאר @Think and Thank אויך; כ'ווייס נישט וואס איז געווען בעפאר די טויש, אבער יעצט ווייס איך כלי ראשון אז דער משגיח איז עומד על המשמר און קוקט דורך יעדע ארטיקל און שניידט רעכטס און לינקס, אפי' זאכן וואס מ'קען דן זיין, צו זיין אויף די זיכערע זייט.
איך בין נישט אין מאמענט אפיס, און איך ווייס נישט וואס עס איז דיסקוסירט געווארן איבער די אדער יענע ספעציפישע ארטיקל, אבער באופן כללי האט ער א שטרענגע השגחה.
--
איך כאפ עפעס נישט די טענה איבער איינער וואס גיבט נישט ארויס זיין נאמען. מאמענט נעמט נישט קיין משגיח כדי מ'זאל אים אריינלאזן אין די גראסעריס... ער נעמט א השגחה כדי צו אפהיטן פון מכשולות, און דער משגיח דארף נישט זיין פארנומען ענטפערן טעלעפאן קאלס פון חסידי שוואנצנות איבער א ר' ישראל'טשע ארטיקל, און חסידי מהר"י איבער אן אינטערוויו מיט ר' מענדעלע... אויב טראסטו זיי נישט, קויף עס נישט.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 11:36 pm
דורך מים און עפר
עס דערנענטערט זיך שוין יום טוב און דערווייל האב איך נאכנישט געהאט די זכיה אז די "מאמענט מאגאזין" זאל ווערן דעליווערט צו מיר אלס א געטרייע סובסקרייבער

"וואו קען מען צוגיין צום יום טוב אן די ספעציעלע עונג יום טוב פונעם באליבטן מאמענט מאגאזין...?"
וויל איך וויסן אויב איך בין די איינציגסטע ווייל עס איז געשעהן א טעות ביי מיר פונקט, אדער עס זענען דא נאך אחים לצרה המצפים לישועת השם און בסייתעא דשמיא וועל איך עס נאך מארגן באקומען.
רבותי איך דארף חיזוק!!!!
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 11:57 pm
דורך חלום חלמתי
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 9:47 pm
פנחס גלויבער איז געווען אינטרעסאנט ווי ער רעדט פון די גדלות פון סאטמערע רבי א גאנצען אינטערוויו אבער דאך געמאכט אן עליה.
ס'איז יודע די סיבה פארוואס. ער דארף אפילו נישט מסביר זיין.
אז די ווייסט נישט זיי כאטש דן לכף זכות.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 1:04 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 10:39 pm
אפשר דא וועט עס אנקומען צו די ריכטיגע אויערן.
► Show Spoiler
אידישע נחת האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 10:20 pm
טייערע בעלי בתים פון די מאמענט מאגאזין.
איך וועל זיך ערלויבן צו שרייבן מיט די האפענונג אז דאס וועט אנקומען צו די ריכטיגע אויערן און אויגן. איך וואלט זייער געוואלט בעטן, איינער וואס האט נאכנישט קיין קינדער 15 יאר אדער עלטער, ביטע נעמט נישט קיין מיינונג. ווען עס וועט בעזהשי"ת זיין ענק נוגע, וועלן ענק דאן קענען אויסליפטערן ענדער מיינונג.
עס האט מיר שוין אמאל געבאדערט ווען נפשי האט ברמז גערעדט פון סייקעלעדיקס, אבער דאס מאהל זענען זיי אריבער יעדן גרעניץ וואס איז נאר פארהאן.
פאר גאנצע פעידשעס שרייבן זיי ווי גוט, געראטן, באטעמט, געשמאק, אן קיין סייד עפעקטס סייקעלעדיקס זענען. (און פארשטייט זיך צום סוף די רעגולער מס שפתיים יוצא צו זיין: אז עס מער געראטן צו נעמען מיט א פראפעשענל וכו').
איך האב א קינד וואס דאס געליינט. א קינד וואס איך שלאף נישט ביינאכט וועגן, א קינד וועלכע איך זאג כסדר תהלים פאר. איך האב נאך אזא צושטערטע שבת נישט געהאט יארן.
איך ציטער, און איך ווייס נישט ווי אזוי זיי נעמען די אחריות. נישט גענונג די ביז יעצטיגע נסיונות, ווילן ענק מוסיף זיין מער און מער?
נאכן ליינען דעם ארטיקל, פארוואס אין די וועלט זאל א בחור אדער א מיידל פון 16 אדער העכער וואס קאלירט אביסל ארויס פון באקס, נישט וועלן טועם זיין פון די סם???
פארוואס אין די וועלט זאל דאס אויספעלן? וואס ברענגט ענק דאס?? אויב איינער האט טראומע, און די דאקטאר וועט האלטן אז עס גוט פאר אים/איר, וועט שוין דער דאקטאר דאס מסדר זיין. שוין יארן וואס איך פראביר אריינצולייגן ביי דעם קינד אז דראגס איז עפעס וואס כל בואין לא ישובו, הייב דאס נישט אן. ב"ה תהילה לא'ל עליון אז טראץ וואס די חברים נעמען יא, האט דאס קינד געשטאנען ווייט דערפון. און ענק קומען בשעט נפש און שרייבן פאר גאנצטע פעידשעס ווי גוט דאס איז און עס לאזט נישט קיין שום סייד עפעקט??? און ענק רופן דאס נאך אן א מצווה?????
אויב איינער ליידט אויף עצירות, נעמט מען א מעדעצין וואס מאכט דייעריע. ענק פארשטיין אליינס אז מאכן דעם מעין ארטיקל פון יום טוב ארויסצוברענגען די גוטסקייט פון א דייעריע, מאכט נישט קיין טראפ סענס. אויב איינער ליידט פון דיפרעשן, לאז דאס ביטע פארן דאקטאר מחליט צו זיין וואס איז גוט פאר יענעם און וואס נישט.
איך פערזענדליך קען מער פון איינס וואס די גאנצע שטוב איז חרוב געווארן צוליב וואס דער מאן, פרוי אדער א קינד האט דאס אנגעהויבן צו ניצן און געבליבן דערמיט לעולם ועד.
שוין, האב איך געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער וואס באדערט דאס אזוי שטארק. מוצאי שב"ק ווען איך קום אהיים זעה איך אפאר מיסד קאולס פון א גוטע חבר מיינער, אן אח לצרה. ווען איך רוף אים צוריק וויינט ער בדמעות שליש: מיין ... האט מיר געברענגט דעם ארטיקל שבת נאכמיטאג און זאגט מיר: טאטי, זעהסט עס איז גארנישט אזוי שלעכט ווי דו מיינסט. טויזענטער נעמען דאס און עס העלפט זיי.
אליכם די בעלי בתים, עורכים, שרייבער פון די מאמענט וויל איך זיך ווענדן. עס איז טאקע ממחרת יום הכיפורים, אבער ענק זאלן וויסן יש דין ויש דיין, ולא לעולם חוסן. איין אינגערמאן, איין בחור, איין מיידל וואס גייט דאס 'אויספראבירן' צוליב ענקער ארטיקל (נישט צוליב א דאקטאר), דאס גייט גיין אויף ענקער פעקל און ענקער אחריות. די משפחה ארום גייט ענק קיינמאל נישט מוחל זיין דערויף!
קיינמאל
החותם בצער ופחד,
א צושאסענע טאטע.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 2:42 am
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 11:57 pm
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 9:47 pm
פנחס גלויבער איז געווען אינטרעסאנט ווי ער רעדט פון די גדלות פון סאטמערע רבי א גאנצען אינטערוויו אבער דאך געמאכט אן עליה.
ס'איז יודע די סיבה פארוואס. ער דארף אפילו נישט מסביר זיין.
אז די ווייסט נישט זיי כאטש דן לכף זכות.
פנחס גלויבער איז אן אפיציעלער ציוניסט. א סאטמארער איז ער אבער אויך א פייערדיגער ציוניסט. ער שעמט זיך נישט דערמיט, און ער איז נישט דער איינציגסטער האבנדיג א מורה דרך וועמענ'ס שעטנז-השקפה האט נאך אנהענגער.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 2:45 am
דורך Think and Thank
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 11:04 pm
ואשנה, פאר @Think and Thank אויך; כ'ווייס נישט וואס איז געווען בעפאר די טויש, אבער יעצט ווייס איך כלי ראשון אז דער משגיח איז עומד על המשמר און קוקט דורך יעדע ארטיקל און שניידט רעכטס און לינקס, אפי' זאכן וואס מ'קען דן זיין, צו זיין אויף די זיכערע זייט.
איך בין נישט אין מאמענט אפיס, און איך ווייס נישט וואס עס איז דיסקוסירט געווארן איבער די אדער יענע ספעציפישע ארטיקל, אבער באופן כללי האט ער א שטרענגע השגחה.
--
איך כאפ עפעס נישט די טענה איבער איינער וואס גיבט נישט ארויס זיין נאמען. מאמענט נעמט נישט קיין משגיח כדי מ'זאל אים אריינלאזן אין די גראסעריס... ער נעמט א השגחה כדי צו אפהיטן פון מכשולות, און דער משגיח דארף נישט זיין פארנומען ענטפערן טעלעפאן קאלס פון חסידי שוואנצנות איבער א ר' ישראל'טשע ארטיקל, און חסידי מהר"י איבער אן אינטערוויו מיט ר' מענדעלע... אויב טראסטו זיי נישט, קויף עס נישט.
נעמען אן השגחה פון א בן בלי שם כדי מונע צו זיין מכשולות איז גוט אינטערנעלי. אויב זאגסטו פאר די גאס אז 'מיר האבן א שטרענגע השגחה נאר מיר זאגן נישט אויס ווער' ביזטו דער חוזק, נישט זיי.
זאגסט אז דו ווייסט עס פון די נאנט? זאלסטו עס טאקע קויפן. אבער עס אויפברענגען אין א שמועס איבער די כשרות פון דעם מאגאזין צווישן מענטשן וואס קענען בשום אופן נישט געוואויר ווערן ווער דער בעל מכשיר איז איז געמאלן וואסער.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 2:51 am
דורך Think and Thank
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 6:36 pm
כ'וויל נישט מכשיר זיין דעם מאמענט, ווייל איך קויף עס נישט פאר מיין שטוב, צוליב די מהלך פון מאמענט צו שרייבן מער אויפגעלאזט און א נידריגערע לעוול ווי אלגעמיין.
אבער דעם משגיח קען איך, און ווי ס'זעט מיר אויס איז די סיבה פון נישט געבן קייןם עמטליכע השגחה טאקע די זעלבע - אדער בערך די זעלבע - סיבות וואס איך האב פאר מיר, און ער וויל נישט ס'זאל זיין אויף זיינע אחדיות. אבער זיין עצם השגחה איז הדק היטב, ס'קומט מיר אסאך מאל אויס עס צו מיטהאלטן. איך וואלט געזאגט אז מאמענט איז מצד אחד מער אויסגעשטעלט אבער מצד שני פיל מער אפגעהיטן פון אריינפאלן מיט נישט-אויסגעהאלטענע השקפות אין אלע הינזיכטן.
כ'מיין ס'איז נישטא נאך א היימישע אויסגאבע מיט א משגיח אויף דעם לעוול.
אני הקטן האב געשריבן א לאנגע צייט אין א געוויסע מאגאזין וואס דער בעל מכשיר האט דורכגעליינט יעדע איינציגסטע ווארט פאר עס איז אריין, געשריבן הערות, געמעקט, און ווען עס האט זיך אויסגעפעלט אויך אנגערופן דעם שרייבער עס דורכצוגיין, אזוי אז יעדעס ווארט ממש איז געווען דורכגעזיפט דורכ'ן משגיח.
אויב מאמענט האט אזא בעל מכשיר איז מער קשיא אויף אים ווי אויפ'ן מאמענט.
סיי וויאזוי איז נישט דאס געווען די שמועס, נאר אז א בעל מכשיר וואס גיבט נישט ארויס זיין נאמען איז אפשר גוט אינטערנעלי און פאר די וואס ווייסן ווער ס'איז און טראסטן אים, אבער קיין השגחה כלפי די גאס איז עס נישט - ניטאמאל א שוואכע.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 8:43 am
דורך חלום חלמתי
Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 06, 2025 2:42 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 11:57 pm
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 9:47 pm
פנחס גלויבער איז געווען אינטרעסאנט ווי ער רעדט פון די גדלות פון סאטמערע רבי א גאנצען אינטערוויו אבער דאך געמאכט אן עליה.
ס'איז יודע די סיבה פארוואס. ער דארף אפילו נישט מסביר זיין.
אז די ווייסט נישט זיי כאטש דן לכף זכות.
פנחס גלויבער איז אן אפיציעלער ציוניסט. א סאטמארער איז ער אבער אויך א פייערדיגער ציוניסט. ער שעמט זיך נישט דערמיט, און ער איז נישט דער איינציגסטער האבנדיג א מורה דרך וועמענ'ס שעטנז-השקפה האט נאך אנהענגער.
אז די ווילסט אראפרייסן דער מענטש קענסטו עס טון פון מיין זייט, די סיבה פארוואס ער האט געמופט קיין אר"י איז נישט דאס