- IMG_20241105_024219_646.jpg (185.17 KiB) געזען געווארן 851 מאל
טיש פון פרעזידענט טראמפ
Re: טיש פון פרעזידענט טראמפ
טראמפ איז געפאָרן היינט צו ספעיס עקס אין טעקסעס מיטצוהאלטן א ראקעט לאונטש צוזאמען מיט אילאן.
Make Gaza Great Again
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4362
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13531
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4362
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13531
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4362
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13531
Re: טיש פון פרעזידענט טראמפ
-טאריפס.
לאמיר אדרעסירן די ברענעדיגע נושא וועלכע וועט דאמינירן די העדליינס אין די קומענדיגע שטיק צייט.
טייל וועלן זיך קלאפן אויף די בריסטקאסטענעס מיט פאטוס איבער אמעריקע'ס גבורה, און טייל וועלן צאלן טייערער ביים קויפן אדער טוהן געשעפטן.
געווענליך האבן לענדער טעקסעס ביי אימפארטן סתם אזוי כדי צו אנפילן די רעגירונג קאסעס אזויווי א סעילס טעקס.
אויך ביי מער פאטריאטישע אדער פראטעקסאניסט ווערט עס אנגעקוקט ווי א מיטל צו שטראף פארן קויפן ביי פרעמדע ענדערש ווי ביי היימישע.
היסטאריע
מיט די יארן ווען די וועלט איז געווארן קלענער אין מסחר טרעוול און שיפינג האט מען זיך געכאפט אז נישט יעדער אין מיין שטעטל איז די טויגליכסטע בעל מלאכה און צומאל מאכט איינער אין די אנדערע עק וועלט בעסערע פראדוקטן פאר א בעסערע פרייז,
אלזא איז גאר גוט די קאמפעטישן איז אויסגעברייטערט געווארן און די סטאנדארט און קוואליטעט בעסער געווארן.
ממילא האט מען געגעבן פרייע האנדלס אפמאכן פאר פילע אליאירטע און נאך לענדער וועלכע האבן געקענט פראדוצירן פראדוקטן פאר א צוגענגליכע פרייז.
אין 1994 איז געמאכט געווארן א פרייע האנדלס אפמאך ציווישן אמעריקע און אירע צוויי שכינים מעקסיקא און קאנאדע, און בעפאר אין 1980 האט כינע באקומען א גינסטיגערע האנדל סטאטוס דורך אמעריקע.
די וועלט האט מערסטנס אנגעהויבן צו אדאפטירן א גרינגערע האנדלס צוגאנג נאך די צווייטע וועלט־מלחמה ווען אמעריקע און אייראפע האבן זיך געפילט מער געקניפט און געבינדן נאכן זיין ברודער אין שלאכט.
א גרויסע טייל פון די רייכטום און סוקסעס פון די מערב וועלט קען צוגעשריבן ווערן צו דעם פרא קאפיטאליסטישע שריט וואס זיי האבן גענומען אין די צייט, בשעת אנדערע האבן גענומען מער א פארמאכטער און סאציאליסטישע צוגאנג, מיט'ן קאנטראלירן די געלט און מארקעטס ענדערש ווי עס לאזן צו נאטור, די בעסטע פארבריק, די בעסטע סחורה און די בעסטע סוחר.
- נאפטא
איז געבליבן אין קראפט ביזן היינטיגן טאג און די אנדערע זייט האט נישט געבראכן די אגרימענט גארנישט מער ווי אמעריקע, און אמעריקאנער פראדוצירירטע פראדוקטן האבן נישט קיין שום טאריף , אנדערש ווי פילע ווערן אנגעזאגט.
אויסער אפאר קאטעגאריעס, קאנאדע האט געלאזט מילך און אייער און נאך אינדרויסן פון די אפמאך און אמעריקע האט געלאזט אגריקאלטור און קאטאן אינדרויסן פון די אפמאך, פארוואס?
דא איז די פלאץ אריינצוברענגן אז נישט אייביג איז די בעסטע צו גיין מיט פרייע האנדל לויט געוויסע.
לאמיר זאגן אז אמעריקע האט געלייגט א 20% טאריף אויף עפלעך פון קאנאדע און די סיבה איז ווי פאלגנד.
די עפלעך אינדוסטריע אין קאנאדע איז ס'ה 3% ביליגער ווי אונזערע, אבער עס וועט איבערנעמען אונזער גאנצער מארקעט, און א גרעסערער פראפארציע מענטשן וועלן זיך טרעפן אן א דשאב וויבאלד עפל-פיקינג נעמט גאר אסאך מענטשן ווען די חדרים קומען נישט.. , לויט זיך צו צאלן א טראפ מער צו אונטערהאלטן א גרויסע אינדוסטריע.
אויך קען א לאנד אפמאכן אויף געוויסע פראדוקטן אז ס'איז צו וויכטיג און מ'קען נישט צו לאזן ביי א אנדערע לאנד אין די הענט.
דאס איז מער נוגע פאר כינע און עס לוינט זיך דעפענעטלי צו ארויסנעמען געװיסע פראדוקטן פון דארט ווי מעדיצינען ספעציעל וויבאלד זיי זענען א פיינטליכע לאנד, אויסער דעם זענען זיי שולדיג אין אפט מאל פארפלייצן די מארקעט און טון נאך שטיקעס אלזא וועט מען נישט עכט רעדן פון זיי.
פארפלייצן די מארקעט מיינט, ווען זיי האבן געוואלט אריינקומען אין די אמעריקאנער בענקל אינדוסטריע האָבן זיי געגעבן סאסודיעס פאר א כינעזער פירמע צו קענען פארקויפן בענקלעך אין אמעריקע פאר ביליגער ווי קאסט פרייז און דאס שטויסט ארויס די אלטע קאמפעטישן, און סאבסודירן צו פארקויפן ביליגער ווי קאסט פרייז איז אומלעגאל אונטער די אינטערנאציאנאלע האנדלס געזעצן אלזא פארדינען זיי נישט צו באקומען די בענעפיטן פון זיין א טייל פון אינטערנאציאנאלע האנדל.
אויסער דעם האלטן זיי זיך נישט צו קאפי רייט געזעצן און 'פאטענטן' בשעת וואס געהעריגע לענדער לאזן פירמעס פון אויסלאנד זיך איינהאנדלען פאטענט לייסנס.
-טרעיד דעפעציט.
איז דאס טאקע א פראבלעם?
לאמיר גיין פשוט, איך בין א פיש סוחר און מיין חבר פארקויפט שטענדערס, מיין חבר קויפט ביי מיר $100 א וואך לכבוד שבת און לכבוד די איבעריגע חלק וואך, רוק איך זיך אן צו מיין חבר אין שאפ איין ערב ראש השנה, איך דארף א נייע שטענדער אברמי, זאגט ער מיר מושי אנטשולדיגט אונז זענען אין א טרעיד דעפעציט איך לייג סאנקציעס אויף דיר ווילסט א שטענדער קאסט עס 5 טויזנט דאלער.
זאג איך אים אברמי איך בין נישט שולדיג אז דו פארקויפסט עפעס וואס איך נויטיג זיך נישט אזויפיל אין פארוואס קענען מיר נישט דילן ווי נארמאלע מענטשן ?
די נמשל איז דומה למשל..
וואס דארפן קאנאדע און מעקסיקא טון אז ביי זיי איז לעיבאר ביליגער זייערע וואלוטע שוואכער און זייערע בירגער ארימער ? און פארוואס איז עס נישט פעיר.
און בכלל ווער וויל די דעפעציט, אמעריקאנער בירגער וואס גייען פשוט מער קרעיזי פאר מעקס-אדישע פראדוקטן.
לאמיר נעמען א משל פון א קאנאדישע, ווען ער גייט שאפינג אין אמעריקע איז זיין 1,000 דאלאר פעי טשעקל ווערט בלויז 700 דאלער אין די לעצטערע יארן, און די אמעריקאנער'ס טשעק פארקערט איז ווערט 14 הונדערט.
בכלל זענען מעקסיקא און קאנאדע געקומען מיט א טענה פאריגע מאל צום טישל, אמעריקע איז גאר גרויס אין טעק און מיליאנען בירגער צאלן סאבסקריבשנס וואס דו רעכנסט נישט אריין אין די חשבון פשוט וויבאלד ס'פארט נישט אויף א טראק, און אויב עפעס האבן מיר א דעפעציט, עמעזאן, מייקראסאפט, גאוגל, יאוטאב אובער ועוד ועוד.
- די usmca
איז געווען א אפמאך וואס האט איבערגענומען די נאפטא אפמאך, דערנאך וואס טראמפ האט געסטראשעט, וואס ס'האט געטוישט איז געווען גאר מינעמאל, קאנאדע האט געעפנט איר 'דערי' אינדוסטריע מיט עטליכע פראצענט, און מעקסיקא האט געדארפט נאכקומען א גרעסערע חלק פראצענט 'מעיד אין מעקסיקא' אז ס'זאל זיין א חלק פון די אפמאך.
אבער די לענדער שטוינען, אויב איז דאס געווען די בעסטע דיעל אויף דער וועלט, געמאכט דורך די בעסטע דיעל סחור, וואס ווילסטו יעצט, וואס שרייסטו אז ס'איז נישט פעיר.
אויף דעם ענטפערט מען
- דראגס.
(מ'געבט נאכאלץ נישט נאך אויף די פריערדיקע טענה פון נישט פעיר, באגנבנען און דעפעציט כדי מ'זאל נאך קענען צוריקומען צו די מיטלען אויפן צווייטן רונדע פונעם צורקל.
פון מעקסיקא קומען אריין גאר אסאך דראגס פיין.
אבער זיי טענה'ן אז מיר ארבייטען שוין מיט ענק פאר יארן דערויף, און אדרבה אז די נייע אדמיניסטראציע וויל מער קאאפעראציע, אבער אין די צוקריגטע אינווייערמענט פארוואס זאל איך ארבייטן מיט דיר.
בנוגע אפשטעלן די שמוגלעריי ביים גרעניץ, אז די נייע אדמיניסטראציע וועט בלאקירן די גאנצע גרעניץ איז דאך גוט, אבער וואס קענען מיר שוין צולייגן מער ווי די מעכטיגע אמעריקע און איר מיליטער.
און בכלל האבן מיר אויך טענות, אלע וואפן וואס די קארטעל באקומט איז וואס דו לאזט רוהיג פליסן פון אמעריקע, און אבאמא האט אפילו געהאט א פראגראם פון שיקן וואפן פאר די קארטעלן.
בנוגע דראגס פון קאנאדע איז ממש א געלעכטער, ס'איז בכלל נישט מצי קיין גרויסע דראג שמוגלערייען, און אין 2023 איז ס'ה באריכטעט געווארן איין גרויסע כאפעריי פון פענטינאל פון איין קילא, בשעת וואס פון מעקסיקא כאפט מען טויזענטער קילא א יאר, און פאריאר כמעט 10 טויזנט, סא מיר זענען בכלל נישט דיין פראבלעם.
בכלל איז אמעריקע נישט באוויסט פאר איר גאר ווייניג דראג באנדעס און דארג פארבינדענע קריים, פיל מער פון טיפישע מערב וועלט לענדער ובתוכם קאנאדע ַ
- מיר וועלן אריינשארן גאלד פון אנדערע לענדער, כינע און אנדערע לענדער וועלן אונז צאלן... מיר וועלן דאס נוצן אנשטאט טעקסעס..
לויט ווי מ'פארשטייט שוין ביז אהער איז עס גאנץ פשוט.
איך מאך א פראדוקט אין כינע און עס גייט מיר יעצט קאסטן 25% מער, אדער קויף איך טשיקן אין בוטשער און עס גייען יעצט זיין צוויי אפציעס.
אדער וועט די זעלבע פראדוקט אנקומען צו מיר אין טאש מיט די 25% העכער קאסטן טייל וועט אראפגיין פון די מארדשין פון די פראדוצירער סופלייער און געשעפט, און די איבעריגע פון מיר, אדער וועט ער עס נעמען פון א אנדערע לאנד ווי וויעטנאם און ס'וועט נאר זיין 3% טייערער, אבער דערנאך וועט מען טעקניקלי דארפן גיין אין א טרעיד וואר מיט וויעטנאם, אדער וועט מען עס אהערברענגן קיין אמעריקע ווי איך די קאסטומער און די סוחרים וועלן ווייטער פארלירן, אבער די אמעריקאנער מאנופעקטשוריר וועט אבער יא פארדינען.
וואס איז זיכער איז אבער אז שי דשימפינג אדער די כינעזע רעגירונג שיקט נישט קיין טשעקס פאר אמעריקע, און בכלל איז די טאריפן אויף 2 טריליאן דאלאר אימפארטן וועלכע גייט דראמאטישע שרינקן ווייט פון גענוג צו אויסהאלטן די רעגירונג.
-די אימפעקט און די ריספאנס פון אנדערע לענדער.
די אינפעקט וועלן פילן אלע אויבנדערמאנטע מענטשן, די קאסטומער די מאנופעקטשערינג אין די אנדערע לענדער, די סופלייערס, די פאזיטיווע אימפעקט וועלן מערסטנס די מאנופעקטשערינג אינדוסטריעס אין אזיע און אין אמעריקע.
אבער די מאנופעקטשערינג אינדוסטריעס דארפן זיך נאכנישט אזוי שנעל פרייען, היות ס'איז בכלל נישט קלאר ניטאמאל וואס זענען די טענות דא און וואס זענען די אביעקטיוון און צילן פון די איין מענטש ביים רעדל וועלכע שיסט צומישנדע סיגנאלן, ווייסן זיי נישט צו ס'איז פערמינאנט צו נישט, און צו עס לוינט זיך זיי אריבערצוציען אדער צו עפענען אנדערע פעקטאריס אויף ס'איז טאקע א גרעניץ אישו.
אויך נעמט יארן צו בויען פעקטאריס סא אדערווייל אין אסאך אינדוסטריעס ווי ס'איז נישטא קיין געהעריגע אלטערנאטיוון וועט זיין א ערנסטע קאטאסטראפע.
- די ריספאנס פון אנדערע לענדער.
טייל קלאפן זיך אין די בויך איבער די אנדערע נערישע לענדער וואס שלאגן זיך צוריק אויף א פארלוירענע קריג.
ס'איז אמת אז זיי וועלן עס סאך מער פילן וויבאלד זיי זענען קלענער עראעהאמיעס און מער אנגעוויזן דערויף, אבער מ'דארף געדענקען צוויי זאכן.
אמעריקע וועט עס פילן פון אלע ריכטונגען און די אנדערע נאר פון אמעריקע, ממילא דארף זיך אמעריקע וואטשן אין וויפיל זיי בייסן אריין אויף אמאל.
צוויי די בירגער פון די אנדערע לענדער וועלן דילדן מער וויבאלד זיי ווייסן אז זייערע פירער זענען נישט שולדיג און זענען נישט די אטאקירער.
באַלד קאפיטאלירן איז קיינמאל נישט קיין אפציע אין א קריג, דאס מיינט אז מ'קען אייביג קומען נעמען פון דיר וואס מ'וויל נאר.
קרעדיט: טעגליכע נייעס.

אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.
עד ועד בכלל.
עד ועד בכלל.