בלאט 15 פון 16
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:38 pm
דורך נקודות טובות
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:34 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:30 pm
וואס איז טאקע פשט אז די לייכטע שמועסן איז נישט ביי אקטיווע? לעניית דעתי איז דאס נישט ריכטיג. און נאך אזוי פון איין טאג אויפן אנדערע אן לאזן וויסן פארן עולם? איך בין מוחה. איך מיין מען זאל דאס צוריק טוישן. נאך איינער איז מיט מיר?
גיב מיר א לינק.... איך קוק "נאר" ביי אקטיווע אלעמאל.... זאגסט אז איך פארפאס עפעס?
איך רעד פון אסאך נארמאלע טעמעס וואס איז געמאכט זיך צו ליפטערן, וואס קומט מער נישט ארויף. ס'איז נאך עניטיים אזוי אינטערעסאנט ווי די לב טהור טעמע וואס שטעכט אין אויג יעדע מאל מען זעהט עס אויפן אויבערפלאך.
איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
קאמפלימענטן און הערות צו ניקס
איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
זאכן וואס איך וויל וויסן
שאלות צו ניקס
וכו' וכו'. די שמועסן דארט זענען ע"פ רוב לייכטע אבער ערוואקסענע סטייל שמועסן, איך זעה נישט פארוואס דאס זאל נישט ארויף קומען ביי אקטיווע.
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:40 pm
דורך וואוילער
איך נוץ אלעמאל "אומגעליינטע טעמעס", דארט קומט אלעס ארויף, און טאקע נאר די אומגעליינטע, סאוי וואס איז געליינט דארף איך מער נישט אויפן ליסט.
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:42 pm
דורך בודקע
סאוי איך סובסקרייב צו טעמעס וואס קוקן מיך אויס אונטערנסאנט אזוי ארום בין איך נוחל שני עולמות.
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:44 pm
דורך וואוילער
בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:42 pm
סאוי איך סובסקרייב צו טעמעס וואס קוקן מיך אויס אונטערנסאנט אזוי ארום בין איך נוחל שני עולמות.
און וואס איז ווען ס'קומט צו פרישע טעמעס?
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:45 pm
דורך אסמכתא בעלמא
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:30 pm
וואס איז טאקע פשט אז די לייכטע שמועסן איז נישט ביי אקטיווע? לעניית דעתי איז דאס נישט ריכטיג. און נאך אזוי פון איין טאג אויפן אנדערע אן לאזן וויסן פארן עולם? איך בין מוחה. איך מיין מען זאל דאס צוריק טוישן. נאך איינער איז מיט מיר?
וויפיל מאל דארף מען זאגן?! מען קען מעורר זיין שיין! מ'דארף נישט איבערקערן א שטאט! יעצט אלס קנס וועט עס בלייבן אזוי!
נאר א ווערטל. ערנסט גערעדט... ייש"כ פאר'ן מעורר זיין, מ'האט עס דורכגעשמועסט אין אחראי שטיבל און ס'איז געבליבן אז דו ביסט גערעכט.
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:46 pm
דורך שמח
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:44 pm
בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:42 pm
סאוי איך סובסקרייב צו טעמעס וואס קוקן מיך אויס אונטערנסאנט אזוי ארום בין איך נוחל שני עולמות.
און וואס איז ווען ס'קומט צו פרישע טעמעס?
מ'קען אויך סובסקרייבן צו א פארום.

- 1000454752.jpg (33.74 KiB) געזען געווארן 1031 מאל
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:46 pm
דורך נקודות טובות
אומגעליינטע טעמעס איז נאר אן אפציע ווען מען איז אריינגעלאגט, סא דאס איז OUT. איך ליין אסאך מאל נישט אריינגעלאגט. ווידער סובקרייבן בין איך אויך נישט נייגעריג, איך דארף נישט קיין איבריגע נאטיפעקאציעס. איך וויל ליינען לויט מיין פעיס, נישט בעיסד אויף נאטיפיקאציעס.
אבער מיין עיקר פראגע איז וואס איז געווען שלעכט ביז יעצט? וועלכע מנהל איז אויפגעשטאנען אין א בייזע גוסטע אין באשלאסן משוגע צו מאכן די שטאט? איינער האט געהאט א פראבלעם ווי אזוי עס איז געווען ביז יעצט? לאז געמאכט! וועמען שטערט עס?
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:55 pm
דורך נקודות טובות
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:45 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:34 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:30 pm
וואס איז טאקע פשט אז די לייכטע שמועסן איז נישט ביי אקטיווע? לעניית דעתי איז דאס נישט ריכטיג. און נאך אזוי פון איין טאג אויפן אנדערע אן לאזן וויסן פארן עולם? איך בין מוחה. איך מיין מען זאל דאס צוריק טוישן. נאך איינער איז מיט מיר?
גיב מיר א לינק.... איך קוק "נאר" ביי אקטיווע אלעמאל.... זאגסט אז איך פארפאס עפעס?
וויפיל מאל דארף מען זאגן! מען קען מעורר זיין שיין! מ'דארף נישט איבערקערן א שטאט! יעצט אלס קנס וועט עס בלייבן אזוי!
נאר א ווערטל. ערנסט גערעדט... ייש"כ פאר'ן מעורר זיין, מ'האט עס דורכגעשמועסט אין אחראי שטיבל און ס'איז געבליבן אז דו ביסט גערעכט.
אה, ברוכים הבאים "אורח"ינו הדגול!
מעיקרא מאי קסבר, ובלסוף מאי קסבר?...
איך קלער אז ענדליך איז מען אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה, דער עולם האט זיך דערלערענט ווי אזוי צו שרייבן, און די הנהלה דארף שוין נישט מעקן א גאנצען טאג. און אסמכתא איז געווארן לאנגווייליג.... ער האט נישט וואס צו טוהן.... איז אים בייגעפאלן אז מען גייט מאכן טוישינגען דא, מען גייט אוועק נעמען די לייכטע שמועסן, נאכדעם גייט מען פירן דיבאטעס מיט'ן עולם פאר צוויי וואכן, אזוי וועט זיין עקשען....
ווייניג האט ער אבער געוויסט אז עס קומט א שניי, און ער גייט זיין פארנומען מיט די קינדער מאכן אן איגלאו און ער גייט שוין גארנישט זיין בארד. האט ער באשלאסן ער לייגט עס צוריק און פארטיג... פטור אן עסק. ער איז ממילא ביזי יעצט. ער וועט זיך שוין טרעפן אנדערע אקטיוויטעטן מארגן נאכן שניי....
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:06 pm
דורך אסמכתא בעלמא
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:55 pm

דו מיינסט אז עס ריקט זיך אזוי ארויס און אריין טעמעס? דו ווייסט וואס ארבעט דא גייט אריין? דו ווייסט וואס דאס מיינט אריבעררוקן אזעלכע העווי טעמעס ווי "איך האב די לעצטע ווארט" ביז אריין צום אקטיווע שטיבל?
וואגאנען מיט אויל טאנקיר ערעפלאנען זענען אויפן וועג! מיר שוויצן פאר אייך! שאצט נישט אונטער אונזער וואקאציע ארבעט!
און דו פרעגסט מעיקרא מאי. מעיקרא עבדי אחשוורוש אנן!
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 6:25 pm
דורך מרדכי המלך
איינער זאגט מיר אז זיין ניק איז פארמאכט געווארן און ער וייסט נישט פארוואס און ווען ער פרעגט די הנלה ווארט ער נאך פאר א ענפער
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 9:04 pm
דורך צייטווייליג
מרדכי המלך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 6:25 pm
איינער זאגט מיר אז זיין ניק איז פארמאכט געווארן און ער וייסט נישט פארוואס און ווען ער פרעגט די הנלה ווארט ער נאך פאר א ענפער
איך ווייס נישט פון וועמען איר רעדט. אבער מהאט געווארפן דא די לעצטע טאג אזא 20+ ניקס און מעני מאור טו קאם.
איך וואלט מיט יענעם געגאנגען פארקערט. ער פרעגט אז ׳מהאט אים פארשפארט זיין ניק און ער ווייסט נישט פארוואס׳ איך וויל אים צוריקפרעגן ‘פארוואס ער האט געעפנט זיין ניק מתחילה‘ געווענטליך ליגט דא די ענטפער פארוואס מהאט אים פארשפארט.
סאיז א כלליות‘דיגע ענטפער. בפרטיות דארף מען זעהן יעדער עקסטער.
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 9:12 pm
דורך הדסים
צייטווייליג האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 9:04 pm

איך מיין אז איר ברויכט ציטירן @רחבעם המלך פארוואס מ'האט פארשפארט זיין חבר'ס צוויי ניקס..
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 9:55 pm
דורך נקודות טובות
צייטווייליג האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 9:04 pm
מרדכי המלך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 6:25 pm
איינער זאגט מיר אז זיין ניק איז פארמאכט געווארן און ער וייסט נישט פארוואס און ווען ער פרעגט די הנלה ווארט ער נאך פאר א ענפער
איך ווייס נישט פון וועמען איר רעדט. אבער מהאט געווארפן דא די לעצטע טאג אזא 20+ ניקס און מעני מאור טו קאם.
איך וואלט מיט יענעם געגאנגען פארקערט. ער פרעגט אז ׳מהאט אים פארשפארט זיין ניק און ער ווייסט נישט פארוואס׳ איך וויל אים צוריקפרעגן ‘פארוואס ער האט געעפנט זיין ניק מתחילה‘ געווענטליך ליגט דא די ענטפער פארוואס מהאט אים פארשפארט.
סאיז א כלליות‘דיגע ענטפער. בפרטיות דארף מען זעהן יעדער עקסטער.
אוי וויי, רבותי ס'איז צרות. אדר ארויף אדר אראפ, דער משגיח ווייסט נישט פון קיין מעשיות. ווער עס קומט נישט צו פארטאגס פליט אהיים!
שטארקע ווארט דאס! דו ווייסט נישט וואס דו האסט געטוהן? קודם כל וואס זוכסטו דא בכלל?! ווען דו וועסט דאס פארשטיין, וועסטו דאס אויך פארשטיין. יוי! שטארק!
Re: שאלות צו דער הנהלה
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 10:04 pm
דורך נקודות טובות
אגב, אז מען רעדט שוין איז אינטערעסאנט צו באמערקן די פארשידענארטיגע נאטורן צווישן די הנהלה דא.
@אסמכתא בעלמא איז מער דער שרעקעדיגער מנהל. אים זעהט מען נאר אנהויב זמן ביי די פתיחה דרשה, און מער פון דעם זעהט מען אים כמעט נישט. די בחורים ווייסן שוין אז אויב דרייט ער זיך אין ישיבה, איז געהאקטע צרות...
אסמכתא קען יעדען בחור ביים נאמען, קיינער ווייסט נישט ווי אזוי, ער האט נאך קיינמאל פון קיינעם נישט געפרעגט קיין נאמען. ער גריסט קיינמאל נישט קיין בחור, אפילו שבת ווען ער טרעפט איינעם מאכט ער זיך כאילו ער באמערט אים נישט. ס'איז נאר דא איין צייט ווען ער רעדט מיט בחורים, דאס איז ווען א בחור כאפט א היטש מיט אים. ער געבט גערן היטשעס פאר בחורים און טראגט זיי צו ביז די פלאץ וואו זיי דארפן אראפגיין, אפילו אויב עס איז אים אן אומוועג. בשעת מען זיצט ביי אים אין די קאר האט ער נישט קיין שום פראבלעם צו שמועסן מיטן בחור זייער פריינטליך, אבער א מינוט נאכן אראפ לייגן איז מפטירין כדאתמול. די נעקסטע מאל ער טרעפט דעם בחור, וועט ער אים ניטאמאל גריסן. כאילו ער האט דעם בחור נאך קיינמאל נישט אנגעטראפן.
@ווירקליך איז מער דער סארט מנהל וואס האט קיינמאל נישט געהאלטן ביי גארנישט... יותר ממה שעגל רוצה לינק פרה רוצה להניק, ער ענדזשויט אסאך מער צו שמועסן און פארברענגן מיט די בחורים, ווי די בחורים זעלבסט... ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו זיצן און שמועסן שטותים און נארישקייטן מיט די בחורים אין לאנטש רום פעסט אריין אין שיעור עיון סדר.... ער האט נישט קיין טראפ נערווען צו די גאנצע מנהל'שאפט, ער קען באשטיין צו האקן א לעבן, נאר מען דארף דאך עפעס טוהן פאר פרנסה...
ווען ער זעהט מיט די שפיץ אויג ווי @אסמכתא בעלמא וואקט אריבער, הויבט ער מיטן גרעסטען תמימות אן קלאטשן מיט די הענט און פליקן מיט די פינגער, "נו נו רבותי רבותי, בענטשן און אראפ אין ביהמ"ד, בענטשן און אראפ".
@הכל ריוח איז דער שטילער שעמעדיגער צוגעלאזענער משגיח. אלץ מיט א רחמנות'דיג בליק אויף די בחורים, קען בשום אופן נישט געבן קיין פסק פאר א בחור. ער פראבירט אלץ צו מאכן זיכער זיך דורכצוקומען אויף א פרידליכען אופן אפילו מיט די צוהיצטע בחורים. ווען @אסמכתא בעלמא רייסט זיך אויף אויף א בחור וועט ער אלעמאל זיין דער פארמיטלער. די בחורים ווייסן שוין אז צו ממתיק זיין די דינים דארף מען רופן הכל ריוח. ווי לאנג מען זאגט אים צו אז מען גייט שוין זיין וואויל...
גראדע איז ער א מענטש מיט שטארקע פריציפטען און שיטות, אבער מיט א רואיגקייט.
ער קען נישט האלטן קיין דרשה'ס ברבים, ער ווערט רויט. די איינציגע מאל וואס ער האט גערעדט פאר די בחורים איז געווען ביי די שבת התועדות ווען ער האט פארציילט סיפורי צדיקים מוצאי שבת. ער רעדט גראדע פיין, ער קען נאר נישט פארנעמען ווען יעדער קוקט אויף אים.
@לעכטיג איז דער משגיח פון די אנעדערע סניף. ער דרייט זיך אין ישיבה פון צייט צו צייט, אבער האט מיט קיינעם גארנישט. ער קומט אריין, און גייט ארויס, קיינער ווייסט נישט פונקטלעך וואס זיין דזשאב איז. פון די אנדערע זייט איז ער אויך א גרויסע יענטע, ער טראגט און ברענגט, ער מסר'ט בחורים וואס ער טרעפט רייכערן. ווען מען דארף אינפארמאציע פאר א שידוך ווייסט יעדער אז לעכטיג קען אלע בחורים פון אלע סניפים, ער האט עפעס א חוש פון ארויסהאבן א בחור נאר פון אים זעהן.
@צייטווייליג, ער איז דוקא יא דער שטרענגער משגיח. ווען ער קומט אריין אין לאנטש רום 5 מינוט די זמן וואס שיעור עיון הייבט זיך אן, און ער טרעפט בחורים עסן נאך פרישטאג. כאפט ער די טאץ אייער, און אן ארויסזאגן א ווארט טראגט עס אריין אין קאך און פארשפארט די טיר. דערנאך דרייעט ער זיך ארום צו די בחורים און מיט א שטרענגער טאן לאזט ער וויסן, אז אין 3 מינוט איז יעדער איינער אין ביהמ"ד! ער פרעגט נישט, ער געבט נישט קיין סאדזשעסטשענס, און ניטאמאל געבט ער א באפעל. ער דערציילט א פאקט! ביז 3 מינוט איז יעדער אין ביהמ"ד! פארשטייט זיך אז דער עולם פחד'ענט אוועק, ניטאמאל האט מען צייט צו בענטשן נאר מען מאכן א ברכה קצרה און מען פיצט אפ פון שטח...
ווען דער צונעמט א בחור מאכט ער אים שפירן כעפרא דעלמא. דער בחור וואלט שוין ענדערש געוואלט פארשלינגען ווערן דורך א שלאנג, אבי נישט צו פארהאלטן ווערן דורך צייטווייליג.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 6:32 am
דורך צייטווייליג
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 1:10 pm
דורך חצקל משמש
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 9:23 pm
דורך הדסים
ס'איז דא א נייער אחראי?
@נקודות טובות קום אריין מיט א באריכט פון הנהלה שטיבל
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 9:34 pm
דורך הדסים
כ'טראכט יעצט אז זאלסט אים פרובירן צו שיקן אן אישי, אויב ענטפערט ער צו שנעל איז עס לכאורה פראוד..
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 11:13 pm
דורך נקודות טובות
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 25, 2026 9:23 pm
ס'איז דא א נייער אחראי?
@נקודות טובות קום אריין מיט א באריכט פון הנהלה שטיבל
נע, ס'איז נישט אינטערעסאנט.
@אסמכתא בעלמא האט עפעס א קעיס מיט וואס ער איז פארנומען, און אים צו מאכן פילן גוט האט ער אים געגעבן הנהלה רעכטן. נעבעך, ער איז א אינגע בחור'ל וואס האט נישט קיין ישיבה, א מיטגעמאכטע נשמה נעבעך. ס'בעסער נישט צו רעדן פון אים. לב לילד האט אים אנגע'שדכנ'ט צו אסמכתא.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 12:24 am
דורך אנדערער
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 25, 2026 9:23 pm
ס'איז דא א נייער אחראי?
@נקודות טובות קום אריין מיט א באריכט פון הנהלה שטיבל
וואס פאלט ביי עס איז דא א נייע אחראי? איך האב נישט געזען אין ערגעץ
נקודות איז א מנהל?
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 12:27 am
דורך הדסים
אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 12:24 am
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 25, 2026 9:23 pm
ס'איז דא א נייער אחראי?
@נקודות טובות קום אריין מיט א באריכט פון הנהלה שטיבל
וואס פאלט ביי עס איז דא א נייע אחראי? איך האב נישט געזען אין ערגעץ
נקודות איז א מנהל?
memberlist.php?mode=viewprofile&u=3297
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 12:35 am
דורך אנדערער
הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 12:27 am
אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 12:24 am
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 25, 2026 9:23 pm
ס'איז דא א נייער אחראי?
@נקודות טובות קום אריין מיט א באריכט פון הנהלה שטיבל
וואס פאלט ביי עס איז דא א נייע אחראי? איך האב נישט געזען אין ערגעץ
נקודות איז א מנהל?
memberlist.php?mode=viewprofile&u=3297
היינט איינגעשריבן. אפשר לכבוד אדר?
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: זונטאג מערץ 01, 2026 12:17 pm
דורך מנחם קארפינקל
פארוואס איז די קעפל פון די איראנער מלחמה 'מדינת ישראל (מלחמת שאגת ארי) & אמעריקא' נישט פארקערט?
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מערץ 02, 2026 12:46 am
דורך בודקע
מנחם קארפינקל האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 01, 2026 12:17 pm
פארוואס איז די קעפל פון די איראנער מלחמה 'מדינת ישראל (מלחמת שאגת ארי) & אמעריקא' נישט פארקערט?
ווייל דעמאלטס וואלסטו געפרעגט פארקערט.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מערץ 02, 2026 2:07 am
דורך ווירקליך
@נקודות טובות דארף באקומען דעם טיטל "אידטיש דיטעקטיוו"

שיגענער דו...