בלאט 15 פון 21

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 26, 2025 2:51 pm
דורך ווער
די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויס געשטעלט א 5-פונקטן 1.5 ביליאן דאלאר פלאן וויאזוי צו באקעמפן די פויגל פלו און די אייער פרייזן קריזיס

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 26, 2025 3:59 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 2:40 pm קאמערץ סעקרעטערי: טראמפ פלאנירט עווענטועל צו אינגאנצן אפשפארן די "איי. אר. עס.".
וואס? מגייט מער נישט צאלן קיין שטייערן? אדער וואס? איך האב מורא באלד ספארט ער אפ וואשינגטאן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 26, 2025 4:06 pm
דורך שינאווער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 3:59 pm
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 2:40 pm קאמערץ סעקרעטערי: טראמפ פלאנירט עווענטועל צו אינגאנצן אפשפארן די "איי. אר. עס.".
וואס? מגייט מער נישט צאלן קיין שטייערן? אדער וואס? איך האב מורא באלד ספארט ער אפ וואשינגטאן
טראמפ האט א גאול צו רעפלעיסן עווענטועל די "אינטערנעל רעוועניו אגענטור" - IRS, מיט זיין פריש געגרינדעטע אגענטור "עקסטערנעל רעוועניו אגענטור - ARS, וואס וועט זיך אפגעבן מיט אויסלענדישע טאריפפס, און ער וויל אז די געלט וואס דער פעדעראלע רעגירונג וועט אריינבאקומען פון די טאריפפס, זאל אויף א געוויסע וועג ערזעצן די ביליאנען דאלארן דאלארן וואס דער רעגירונג באקומט ביז יעצט פון געוויסע סארטן שטייערן.

וויאזוי עס וועט זיך עווענטועל אויסלאזן? איין באשעפער ווייסט.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 26, 2025 4:22 pm
דורך ווער
די טראמפ אדמיניסטראציע גייט ארויס שטעלן א 'גאלד קארד' פראגראם ענליך צו די 'גרין קארד', אינטער וואס מען קומט קיין אמעריקא פאר 5 מיליאן דאלאר

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 26, 2025 4:25 pm
דורך שינאווער
ווער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 4:22 pm די טראמפ אדמיניסטראציע גייט ארויס שטעלן א 'גאלד קארד' פראגראם ענליך צו די 'גרין קארד', אינטער וואס מען קומט קיין אמעריקא פאר 5 מיליאן דאלאר
טראמפ זאגט אז די 'גאלד קארד' וועט האבן די זעלבע פריוועליגיעס ווי די 'גרין קארד', און וועט געבן א וועג פאר מענטשן צו קענען ווערן אמעריקאנער בירגער. ער זאגט אז דאס גייט אהער ברענגן רייכע סוקסעספולע מענטשן וועלכע גייען אויסגעבן אסאך געלט, צאלן אסאך שטייער און צושטעלן ארבייט פאר אסאך מענטשן.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 26, 2025 5:57 pm
דורך שינאווער
די טראמפ אדמיניסטראציע האט אויסגעברייטערט א וויזא באגרעניצונג אקעגן בירגער פון קובא וועלכע שפילן א ראלע אין א פראגראם פון די ארטיגע רעגירונג צו אוועקשיקן אונטער צוואונג קובאנער בירגער צו ארבעטן אין אנדערע לענדער, און די רעגירונג פון קובא מאכט דערויף מיליאנען דאלארן.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 26, 2025 10:51 pm
דורך שינאווער

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:24 am
דורך ווער
טראמפ האט געמאלדן אז קומענדיגע מערץ 4 למס' גייט אריין אין קראפט די 25 פראצענט טאריפס אויף מעקסיקאנער און קאנאדישע פראדוקטן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 28, 2025 10:27 am
דורך ווער
קאמערס סעקרעטערי לוטניק זאגט אז עס זענען פארהאן ארום 250 טויזנט וועלכע ווארטן צו באקומען איינס פון פרעזידענט טראמפ'ס 'גאלד קארדס'

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 28, 2025 11:03 am
דורך ווער
דער אוקראַינישער פּרעזידענט זעלענסקי איז ערוואַרטעט זיך צו טרעפן היינט פרייטאָג מיט פּרעזידענט טראָמפּ אין ווייסע הויז פאַר געשפּרעכן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 28, 2025 11:03 am
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ פלאנט אינטערצושרייבן אן עקזעקאטיוו ארדער צו מאכן ענגליש אלץ אמעריקא'ס אפיציעלע שפראך

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 28, 2025 11:45 am
דורך טיפע חשבונות
ווער האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 10:27 am קאמערס סעקרעטערי לוטניק זאגט אז עס זענען פארהאן ארום 250 טויזנט וועלכע ווארטן צו באקומען איינס פון פרעזידענט טראמפ'ס 'גאלד קארדס'
250 טויזענט? וויאזוי ווייסט ער דאס? ס'דא א ליסט? כאפסט אז דאס קומסט אויס איינס א פערטל טריליאן דאלער! דאס קומסט אויס 360,000 פאר יעדע אמעריקאנע נפש.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 12:02 pm
דורך טיפע טאשן
IMG_20250303_115550_180.jpg
IMG_20250303_115550_180.jpg (27.05 KiB) געזען געווארן 560 מאל

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 12:27 pm
דורך גרינגראז
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 12:02 pm IMG_20250303_115550_180.jpg
ביליגע דירות??

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 3:44 pm
דורך ווער
מערילענד האט אנאנסירט א פראגראם צו העלפן פעדעראלע ארבעטער וועלכע האבן פארלוירן זייער פאסטן אונטער טראמפ, צו קענען טרעפן פרישע ארבעט.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 3:45 pm
דורך ווער
פארטיידיגונגס מיניסטער פיעט העגסעט זאגט אז ארבעטער פאר די פארטיידיגונגס דעפארטמענט קענען ערווארטן אן אימעיל מיט'ן פארלאנג צוריק צו שיקן פינף פונקטן וואס זיי האבן אויפגעטוהן פאריגע וואך.

די ארבעטער וועלן דארפן ענטפערן דעם אימעיל ביז 48 שטונדן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 3:47 pm
דורך ווער
וואשינגטאן – גרויסע צוגרייטונגען ווערן געמאכט ביים קעפּיטאל פאר דער רעדע וואס פּרעזידענט טראמפּ וועט געבן פאר'ן אמעריקאנער פאלק דינסטאג, וואו ער וועט ארויסשטעלן זיינע פּלענער פאר די קומענדיגע פיר יאר. די רעדע איז אומאפיציעל די ערשטע "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע פון טראמפּ'ס צווייטע טערמין, אבער צוליב וואס ער איז נארוואס איינגעשוואוירן געווארן ווערט עס נישט גערופן אזוי. ענליך איז געווען ביי אלע לעצטיגע פּרעזידענטן ביי זייער ערשטע אזא רעדע נאכ'ן אריינקומען אין אמט

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:09 pm
דורך ווער
קאמערס סעקרעטערי לוטניק: די טראמפ אדמינסיטראציע גייט זיך האלטן צום פלאן פון איינשטעלן מארגן דינסטאג טאריפס אויף קאנאדא און מעקסיקא

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:10 pm
דורך נאו לעיבל
ווער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:09 pm קאמערס סעקרעטערי לוטניק: די טראמפ אדמינסיטראציע גייט זיך האלטן צום פלאן פון איינשטעלן מארגן דינסטאג טאריפס אויף קאנאדא און מעקסיקא
די סטאק מארקעט איז בלוטיג רויט אין רעאקציע צו די נייעס.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:29 pm
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ אנאנסירט אז TSMC מיינופעקטשערינג קאמפעני וועט אינוועסטירן 1 ביליאן דאלער פון טשיפס אין אמעריקא

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:30 pm
דורך שינאווער
קאנאדע איז לויט באריכטן גרייט זיך צוצושטעלן צו די אמעריקאנער טאריפס קעגן כינע, נאך דרוק פון די אמעריקאנער קאמערץ דעפארטמענט אז קאנאדע זאל לייגן די זעלבע טאריפס ווי אמעריקע קעגן כינע.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:40 pm
דורך שינאווער
נאו לעיבל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:10 pm
ווער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:09 pm קאמערס סעקרעטערי לוטניק: די טראמפ אדמינסיטראציע גייט זיך האלטן צום פלאן פון איינשטעלן מארגן דינסטאג טאריפס אויף קאנאדא און מעקסיקא
די סטאק מארקעט איז בלוטיג רויט אין רעאקציע צו די נייעס.
פרעזידענט טראמפּ זאגט אז ער פלאנט צו גרינדן אן אמעריקאנער קריפטא רעזערוו און עס וועט הייבן די קריטישע קריפטא אינדוסטריע נאך יארן פון קארופטירטע אטאקעס דורך די ביידען אדמיניסטראציע.

ביטקוין איז שוין געשטיגן מיט 10% פראצענט זינט די נייעס.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:41 pm
דורך שינאווער
לויט באריכטן איז פרעזידענט טראמפּ געווען איבערגענומען פון וויצע פרעזידענט דזשעי די ווענס' אויפפירונג דורכאויס די קאנפראנטאציע מיט אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי, ער טראכט יעצט אז זיין געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס וואלט אים קיינמאל נישט אזוי פארטיידיגט אזוי ווי ווענס האט.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:58 pm
דורך שינאווער
דער רוסישער אויסערן מיניסטעריום זאגט אז עס איז א נס אז פרעזידענט טראמפ און וויצע פרעזידענט דזשעי-די ווענס האבן זיך געקענט צוריק האלטן פון זעצן זעלענסקי אין פנים אריין...

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 6:20 pm
דורך שינאווער
א ריפארטער האט געפרעגט דעם פרעזידענט צו עס איז נאך פארהאן עפעס פלאץ פאר געשפרעכן צו פארמיידן די טאריפס, אויף וואס טראמפ האט רעאגירט זייער קלאר אז ניין, נאר מארגן גייען זיי אריין אין קראפט. אריגינעל האבן די 25 פראצענט טאריפס געדארפט אריין גיין אין קראפט פאריגע חודש, אבער טראמפ האט עס דעמאלטס אפגעלייגט מיט איין חודש נאך פארזיכערונגן דורך די פירער פון ביידע לענדער אז זיי וועלן נעמען שריט אקעגן אומלעגאלע אימיגראציע און דראג שמאגלערייען.