דארט ווי ס'דא מחלוקת איז נישטא די פראבלעם אזוי שטארק, דארט וואו אלע ברודער זענען אינאיינעם געווארן אדמורים, הערשט א ריכטיגע צעמישעניש...
וומסב"ג, ב"פ, לינדען, אשדוד חיפה, און ירושלים לעיקוואד וכו'
די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5660
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20037
-
שלא לשמה
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
- Location: montreal
- x 52
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
ערשטענס אין סטוטשין צאלט מען נישט פאר צייטונגען און בילדער מטעם הקהילה, אז א פריוואטע נדיב מאכט אן הכנסת ספר תורה און לייגט בילדער איז זעלבס פארשטענדליך אז ער פריוואט לייגט בילדער,ערב סוכות האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 12, 2024 9:54 am... כאילו אין סטוטשין איז נישטא קיין בילדער, די קהילה/חסידים צאלען נישט געלד פאר צייטונגען זאלן לייגן פון זיי שיינע בילדער...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 2:52 pm איך וועל נישט אריינרעדן, נאר כ'וועל זאגן אזויפיל:
אלע געלונגענע מענטשן וועלכע האבן נישט געקענט אויסגעבן זייערע טאלאנטן אויף די אנגענומענע מהלך, קומען ארויס מיט א מהלך פון גיין פארקערט ווי די אנגענומענע מהלך, ביז, נאך עטליכע יאר, ווען זיי ווערן שוין עסטעבלישט, הייבן זיי אן זיך פירן די זעלבע ווי יענע פון וועמען זיי האבן געזאלט טון פארקערט.
ס'וואלט געווען גאר זיס ווען איך דא קומען מיט משלים, אבער ס'באלאנגט נישט דא ממילא וועל איך לאזן יעדן אליינס טון זיין האומווארק...
כפארשטיי באמת נישט די העצעריי אז א זוהן דארף נישט איבערנעמן, וואס יעדער איז מודה אז זייט די ראפשיצער רב גייט עס יא צו די קינדער אזוי ווי ס'שטטייט אין די ראפשיצער ספרים וואס סטוטשין פאריפט זיך נאך דעם.
בדרך הלצה קען מען זאגן אז לויט די דב"ק פאריאר שושן פורים אז די היינטיגע זענען אסאך גרעסער פון די ראפשיצער רב און די קינדער... מ'איז ממש די חוזה פון לובלין... דארף שוין טאקע זיין די זאך אזוי ווי תלמידי בעל שם טוב...
אדרבה צא ולמד וויפיל מאל וועסטו זען א גאנצע בלאט פון בילדער פון סטוטשין אין די אויסגאבעס, און אפי' די קהילה דארטן זאל ווען יא צאלן איז עס נאכנישט קיין קשיא
צו דעם וואס דו זאגסט וועגן א זון זאל איבער נעמען, ר' מאטל האלט קלאר אויך אזוי, נאר ווען ער ברענגט ארויס א נקודה אז א רבי מיינט נישט איינער וואס זיצט אויפן בענקל 'בלויז' ווייל ער איז זיין טאטענ'ס זון, נאר א רבי מיינט א העכערע זאך, מיינט נאכנישט אז א זון זאל נישט ווייטער פירן זיין טאטע'ס קהילה, וד"ל