מיטוואך פרשת ואתחנן בצל הקודש
אינדערפרי ארום 9:15 איז רבינו שליט״א אנגעקומען אין מחנה רב טוב - בחורים קעמפ ווי דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הת״ת פון כתה ז׳ ח׳ ט׳ סניף הרה״ג ר׳ יעקב הערמאן שליט״א, לרגל די שמחת הנחת תפילין פאר נכדו הבחור הבר מצוה דוד בן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלעזר טייטלבוים שליט״א,
אזוי אויך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ גדלי טעסלער הי״ו פון ק״י.
בעל תפילה: הב׳ אלימלך בן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלתר גלאנץ שליט״א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה״ג ר׳ יעקב שליט״א און מקבל פנים געווען רבינו שליט״א, דער רבי האט געטרינקען לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן בר מצוה בחור און פאר אלע תלמידים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די תלמידים און ארומגערעדט בעניני קדושת תפילין ולימוד התורה און אויסגעפירט בברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 11:45.
אויפן וועג אהיים קיין מחנה דברי יואל האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין מחנה ישיבה קטנה סניף הרה״ג ר׳ יואל יאקאבאוויטש שליט״א ווי עס איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל הרה״ג ר׳ יעקב יושע ווייס שליט״א ר״מ בישיבה, ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות וקריאת השם,
נאכן ברית האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן די בעל שמחה אין די זיידעס.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען בקו״פ די שמחת החאלאקע פון נכדי רבינו שליט״א אייניקלעך פון הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א, הילד בן חתנו הרב יעקב שרגא מייזליש שליט״א, און הילד בן חתנו הרב אברהם שלום פנחס ראטענבערג שליט״א,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוען די קאפל און ציצית, געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די בעלי שמחה און די זיידעס,
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ת״ת שע״י מחנה נחלת יעקב אין כתה פון הר״ר סנדר היימליך שליט״א ווי די קינדער האבן געלעקט די האניג און געזאגט די א׳ ב׳ כנהוג.
זמני כניסה בביתו נאוה קודש איז געווען פון 5:00 אזייגער ביז ארום 6:15 נאכמיטאג.
אום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד צו תפילת מנחה, בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ דוד יואל בלום שליט״א ר״מ בישיבה.
״קול רנה וישועה באהלי צדיקים״
ארום 10:30 איז רבינו שליט״א אנגעקומען קיין וואודרידש אין די המספיק רעזארט זאלן צום שמחת הבר מצוה לנכדו הבחור הרב דוד בן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלעזר טייטלבוים שליט״א.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשען לחיים פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דברות קודש,
דער ציבור איז אדורך וואונטשען לחיים און דער בר מצוה בחור האט געזאגט די פשעטיל, און דערנאך האט הגה״צ אב״ד בית אהרן שליט״א און הגה״צ ר׳ אלעזר שליט״א אויפגעטרעטן לכבוד די שמחה, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור,
נאכ׳ן בענטשן האט דער רבי געדאווענט מעריב אין זאל, בעל תפילה איז געווען הרב דוד האלבערשטאם שליט״א,
מען האט געענדיגט אום 11:45 און דער רבי איז צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
דאנערשטאג פרשת ואתחנן בצל הקודש
אינדערפרי איז רבינו שליט״א אנגעקומען אין מחנה כונת הלב ווי עס האלט זיך אויף די תלמידי הישיבה קטנה בהנהלת הרה״ג ר׳ יואל אשכנזי שליט״א, ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
אום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית, בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ משה ארי ווייס שליט״א.
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
פתיחה: הרה״ג ר׳ עזריאל הערמאן שליט״א ר״מ בישיבה.
כהן: הגה״צ אב״ד פריימאן שליט״א.
לוי: הב׳ משה ב״ר יואל טירנוער הי״ו.
דער רבי האט עולה געווען שלישי.
הגבה: הרה״ג ר׳ יואל אשכנזי שליט״א מנהל הישיבה.
גלילה: הב׳ משה בן הגה״צ אב״ד ור״מ ירושלים - קרית יואל שליט״א.
נאכ׳ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה״ג ר׳ יואל שליט״א און מקבל פנים געווען דעם רבי׳ן,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען פאר די הנהלת ורמ״י הישיבה און די תלמידים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה ווי דער רבי האט ארומגערעדט בשבח הישיבה און ארומגערעדט אז די נחמה וואס די אויבערשטער האט געגעבן פאר אידישע קינדער איז די תורה הק׳ און לערנען די תורה גיבט חיזוק אויף עבודת השם, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב״ק זענען אלע תלמידים אריבער נעמען שריים, מען האט געענדיגט ארום 11:15.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה״צ אב״ד כונת הלב שליט״א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים און דער רב שליט״א האט איבערגעגעבן א גריס פון די תלמידי הישיבה ווי ער פארהערט די לימודים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הרה״ג ר׳ יחזקאל מייזעלס שליט״א רב ביהמ״ד משנת יחזקאל ב״פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די קשר פון אביו הגה״צ ר׳ נתן יוסף מייזעלס ז״ל צו רביה״ק זי״ע, דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
זמני כניסה בביתו נאוה קודש איז געווען פון 5:15 ביז 6:15 נאכמיטאג.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו״פ הרה״ח ר׳ יושע לעפקאוויטש הי״ו, ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות אויפן ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ר׳ יושע הי״ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אויתיות, דערנאך געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען פאר ר׳ יושע הי״ו און די בני המשפחה.
אזוי אויך איז האט באזוכט ביי רבינו שליט"א ברוקלין בארא פרעזידענט, ער איז געקומען מקבל זיין ברכת הקודש אינאיינעם מיט הרה"ח העסקן ר' משה דוד נידערמאן הי"ו מען האט ארומגערעדט איבער פארשידענע דברים העומדים על הפרק, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין שטענדיגע הילף לטובת קהלתינו ומוסדותינו הק׳ און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ״ד, בעל תפילה איז געווען הב׳ אלימלך בנציון מארקאוויטש ני״ו.
ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ״ד, בעל תפילה איז געווען הב׳ מרדכי יודא דייטש ני״ו,
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 10:45 אויפדערנאכט.
~


~