בלאט 140 פון 217

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 8:44 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 11:36 am נ.י. גאווערנער האוקל פארדאמט און רייסט אראפ פראו כאמאס פראטעסטן.
אינטרעסאנט אז אסאך לינקע פאליטיקאנטן האבן דאסמאל אראפגעריסן דעם פראטעסט, עפעס האבן זיי איבערגעצויגן דעם שטריקל מיטן אויסלויבן כאמאס.(מיט די באטייליגונג פון נטורי קרתא) קוקט אויס ווי די DNC גיבט ארויס באפעלן ערב מידטורם'ס...

אריינגערעכנט מאמדאני, קארטעז, לאטישע דזשעימס, סענאטער גילברענד, און נאך

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 9:43 pm
דורך חלום חלמתי
מאמדאני מאכט א בעסערע שטאט מיטן צילייגן פאבליק ביה''כ.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 9:48 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ האט זיך באקרוינט מיט א פין פון זיך זעלבסט ...


Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 10:41 pm
דורך חלום חלמתי
געטס מיר א רגע, כ'דארף גיין קוקן אויף מיין נייע באל רום...

טראמפ אינמיטן א זיצונג מיט אויל פירמע עקזעקיוטיוו'ן.
One second please.jpg
One second please.jpg (62.68 KiB) געזען געווארן 765 מאל


Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 10:44 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ איז געווארן געבריפט אין די לעצטערע טעג מיט מעגליכע פלענער וואס צוטין מיט איראן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 10:46 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 8:25 pm טראמפ האט ארויפגעלייגט א דאך אויף די קרעדיט קארד ריבית פאר די קומענדיגע יאר, און פארבאטן קרעדיט קארד פירמעס צו העכערן די פראצענט מער ווי %10
זאגט דער ידען, אז אויב וועט מען נישט קענען רעכענען הויכע פראצענטן וועלן זיך די אלע פוינטס, עירפארט לאונטשע'ס, פלוצלינג ענדיגן...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 10:49 pm
דורך חלום חלמתי
נאכדעם וואס מינעסאטע קאנגרעספרוי אילאן אומער האט זיך באוויזן ביי א אייס דעפארטארציע צענטער , האט האומלענד סעקיוריטי פירער קריסטי נאועם געמאכט א רול אז קאנגרעס לייט דארפן זיך איינמעלדן בעפאר זיי קומען באזוכן אייס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 12:12 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ צוטירט לינדזי גרעהעם'ס מעסידש, אז איראן'ס ברוטאליטעט קעגן זייערע בירגער וועט נישט טאלערירט ווערן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 12:16 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ ביים אויל זיצונג פרייטאג: אינז גייען עפעס טון מיט גרינלאנד, צו סשמעקט זיי אדער נישט, ווייל אויב נעמען מיר עס נישט איבער וועט עס כינע אדער רוסלאנד איבערנעמען, און מיר דארפן נישט כינע אדער רוסלאנד אלס א שכן.
(והוסיף) איך וואלט ליב געהאט צו מאכן א דיעל, די גרינגע וועג, אבער אויב גייט עס נישט וועט מען ניצן די שווערע וועג.


דעילי מעיל באריכטעט אז טראמפ'ס סטעפאן מילער האט שוין אנגעהויבן אנגרייטן אינוואזיע פלענער, אבער די חברה האבן עס אפגעשטעלט וויבאלד ס'איז נישט לעגאל.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 1:52 am
דורך פליט
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 9:48 pm טראמפ האט זיך באקרוינט מיט א פין פון זיך זעלבסט ...

די ענערשזי...😂 א העפי טראמפ...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 10:12 am
דורך מאירוואלף
א פאראייזיקטע בודאפעסט...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 10:43 am
דורך חלום חלמתי
ענגלאַנד איסטראליע און קאנאדע באטראכטן אינאיינעם פלענער צו פארבאטן 'עקס' ביי זיי אין לאנד.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 10:22 pm
דורך פליט
די אידישע ביליאנער ביל אקמאן, האט געגעבן 10,000 דאלאר, פאר א גאו-פאנד-מי קאמפיין, פאר די אייס אגענטור וואס האט געשאסן די פרוי.

ווי אויך האט ער ארומגעשיקט די לינק צו זיינע באקאנטע, וואס האט שוין אויפגעטריבן איבער 1.5 מיליאן דאלאר.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:34 pm
דורך חלום חלמתי
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 4:03 pm רעפובליקאנע קאנגרעסלייט האט רעפערירט די יוסטיץ דעפארטמענט צו עפענען אן אויספארשונג אויף פעד פארזיצער פאועל, פארן ליגנט זאגן אונטער שבועה, דורכאויס א סענאט פארהער איבער א נייע געביידע וואס די פעדעראלע רעזערוו האט זיך געבויט.Pokecut_1753128097519.jpg
ניו יארק טיימס באריכטעט אז די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט געעפנט א אויספארשונג איבער פאול'ס ליגנט פאר קאנגרעס, ביים איבערגעבן זיין חשבון איבער די נייע פעדעראלע רעזערוו געביידע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:37 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ טראולט איבער זיין נייע אמט אלס פרעזידענט פון ווענעזועלע.

די שאלה איז נאר פארוואס די סטעיט דעפארטמענט באפעלט אמעריקאנע בירגער צו פארלאזן ווענעזועלע... זענען זיי נישט פארזיכערט אינטער טראמפ?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:38 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:34 pm

ניו יארק טיימס באריכטעט אז די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט געעפנט א אויספארשונג איבער פאול'ס ליגנט פאר קאנגרעס, ביים איבערגעבן זיין חשבון איבער די נייע פעדעראלע רעזערוו געביידע.
רעפובליקאנע סענאטער טילליס זאגט אז טראמפ באוואפנט די יוסטיץ דעפארטמענט קעגן זיינע שונאים.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:56 pm
דורך חלום חלמתי
עטליכע אייראפעאישע לענדער, ענגלאנד און דייטשלאנד ווילן שטעלן שומרים אין גרינלאנד צו מאכן זיכער אז אמעריקע גנב'ט עס נישט צו....

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:58 pm
דורך חלום חלמתי
די נייע וועג אויסצישפילן די פרישע $700,000 מקוה טירן ביים ניו יארק סאבוועי. אן איינפאכע מאנטל ביים סענסער, וואס מיינט אז עמיצער וויל ארויסגיין און ער עפנט זיך ברייט...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:59 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ איז מסכים אז רוביא זאל ווערן פרעזידענט פון קובא...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 12:15 am
דורך חלום חלמתי
16,000 ניו יארקע נורס'עס וועלן אנהייבן א מאסיווע סטרייק מארגן מאנטאג. וועט זיין די גרעסטע סטרייק אין שפיטעלער אין די סיטי'ס היסטאריע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 12:23 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 6:25 pm ראם עמנואל געוועזענע טשיף אוו סטעף פון פרעזידענט אבאמא קלערט פון לויפן פאר פרעזידענט אין 28', ער האט שוין געעפנט א וועבזייטל און ער פרובירט צו טעסטן די וואסערן זעהן אויב ער האט א שאנס.

https://www.rahm2028.org/
דער בחור מאכט נויז און ער פרובירט צו רידערן, ער זאגט אז די דעמאקראטן זענען צעטיילט אין צוויי בשעת געווין ניוסאם'ס חלק איז נאר ביזי צו קעמפן קעגן טראמפ וויל ער פירן די חלק וואס קעמפט נאר לטובת אמעריקאנע בירגער. ער זאגט אז אין 2028 ווען טראמפ וועט שוין נישט זיין רעלעוואנט וועט ער בלייבן די בעסערע אויסוואל אלס די קעמפער פארן פאלק.

ער באוויינט די פאקט אז די דעמאקראטן פלעגן שטיין %20 פראצענט העכער אין די אנקעטע וועלכע פארטיי איז בעסער פאר עדיוקאציע, און נאך די ביידען און העריס מבול איז געווארן אזא תוהו ובוהו און קיינער ווייסט שוין נישט וואס און וואס... אויף CNN האט ער זיך אויסגעדריקט אז די דעמאקראטישע פארטיי איז ווייניגער פאפולער ווי אילאן מאסק, און דאס דארף קלינגען ווי א וועקער זייגער ביי יעדן דעמאקראטישע באאמטער.

ער טענה'ט אז ווי ער רעדט איבער פארבאטן סאושל מידיע פאר יוגנטליכע אונטער 16 יאר באקומט ער מאסיווע שטיצע און דאס ליגט אויך אויף די אגענדע.


ער לויפט ארום צו פארשידענע פלאטפארמע'ס אריינגערעכנט מעיגן קעילי, ווי ער פרובירט צו ווערן פאפולער ביי אלע שיכטן און קרייזן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 12:35 am
דורך חלום חלמתי
די אפציעלע טוויטער קאנטע איז געווארן פארמאכט אויף עקס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:39 am
דורך מאירוואלף
אפצייכענונג: די קריג אין אוקראינע האלט שוין אן לענגער ווי די גאנצע "רוסיש-דייטשע מלחמה" (דער מזרח פראנט) ביי די צווייטע וועלט מלחמה, וואס האט געדויערט פונקטליך 1,418 טעג. אבער ווען מען קוקט אויף די פאקטישע געווינסן, זעט מען א ריזיגע חילוק: ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן די דייטשן באוויזן דורכצוברעכן פונעם פוילישן גרעניץ ביז טיף אין רוסלאנד אריין — ממש ביז די טויערן פון מאסקווע און סטאלינגראד — ביז די רוסן האבן זיי צוריקגעשטופט ביז קיין בערלין. ווידער היינט, נאך אזא לאנגע צייט פון שלאכטן, האט די רוסישע ארמיי באוויזן זיך צו ריקן בלויז בערך 60-70 קילאמעטער פאראויס פון דאנעצק (וואו זיי האבן זיך געפונען ביים אנהייב אינוואזיע אין 2022), און דאס איז בלויז צוליב דעם וואס די אוקראינער קעמפן מיט אן אויסערגעווענליכע עקשנות פאר יעדע שטיק ערד.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:59 am
דורך מאירוואלף
דער דענישער אמבאסאדאר אין וואשינגטאן האט שארף צוריקגעוויזן די אמעריקאנער טענות אז דענמארק האט "צוריק אקופירט" גרינלאנד נאך די צווייטע וועלט מלחמה, ערקלערנדיג אז גרינלאנד געהערט צום דענישן קעניגרייך שוין הונדערטער יארן און דאס איז שטענדיג געווען אנערקענט דורך די יו-ען און די פאראייניגטע שטאטן. ער האט דערמאנט דעם שטארקן בונד צווישן די לענדער, באטאנענדיג אז דענמארק האט פארלוירן מער זעלנער אין אפגאניסטאן פער קאפיטא ווי סיי וועלכע אנדערע נאט"א מיטגליד. דער אמבאסאדאר האט קלארגעשטעלט אז די באפעלקערונג אין גרינלאנד האט שוין עטליכע מאל געשטימט צו בלייבן א זעלבסט-פירנדע טייל פון דענמארק, און די וואך האבן אלע פינף פארטייען אין גרינלאנד'ס פארלאמענט נאכאמאל באשטעטיגט אז זיי ווילן בשום אופן נישט ווערן קיין טייל פון אמעריקע. צום סוף האט ער גערופן פארצוזעצן די 80-יעריגע זיכערהייט שותפות אין דעם ארקטיק ראיאן אלס געטרייע אליאירטע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:07 am
דורך מאירוואלף
די פאליציי אין ציפערן (Cyprus) זוכט מיט העליקאפטערס און דראנס נאך וולאדיסלאב באומגערטנער, דער געוועזענער סי-אי-או פון דער רוסישער פירמע "אוראלקאלי", וואס איז פארשוואונדן זינט יאנואר 7. זיין טעלעפאן סיגנאל איז דאס לעצטע מאל אויפגעכאפט געווארן ביי די בערג אין פיסורי. באומגערטנער, וואס איז באקאנט פאר זיין ארעסט אין בעלארוס אין 2013, איז איינער פון עטליכע רוסישע עליטע וואס זענען לעצטנס פארשוואונדן אדער געשטאָרבן אונטער מיסטעריעזע אומשטענדן, אין א צייט ווען די באציאונגען צווישן רוסלאנד און ציפערן זענען גאר אנגעצויגן. האט ער געוויסט צו סאך?