בלאט 140 פון 147

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 1:33 pm
דורך aitch
אסעמבלימאן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 1:43 pm די סייט פלאן פון אברהם בראך איז פאבליק?

איינער קען עס ביטע ברענגן אדער שיקן פריוואט.
די פלענס איז נאכנישט 100 פראצענט באשטעטיגט

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 4:14 pm
דורך דער תהלים איד
איך זע און איך הער אז די פענס פון די בלמינגראווע באאמטע שרייען און פארפירן געפערליך אז די תקנה פון $250 א סקווער פיס האט נישט קיין טשענסעס ווייל:

1) ס'נישטא קיין לעגאלע מאכט צו אינפארסירן, און 2) ס'נישט מעגליך צו פארדינען ריוח פון $250

כ'וויל מיך באציען צו ביידע:

1) ס'נישטא קיין לעגאלע מאכט צו אינפארסירן

אמת, ס'איז טאקע נישט דא, אבער די לעגאלע מאכט פון ווילעדזש אויף קרית יואל האט אויטאמאטיש אן השפעה.

דער מציאות איז, אז 90% פון די וואס וואוינען אין בלומינגראוו איז וועגן דירות פרייזן. אין קרית יואל איז געווען א מאנגל ווען אנעקסעישן האט זיך געשלעפט בעת אין בלומינגראוו זענען געווען מציאות צו כאפן. דאס איז דער רוב.

צו מ'קען אויך טרעפן קונים וואס זאלן קומען צוליב מער גראז און לאט? קען זיין. אבער נישט דאס איז דער אלגעמיינער קלייענטעל. דאס איז די הארטע מציאות: רוב קונים גייען נאר קויפן אויב ס'איז ביליגער ווי אין צענטער.

אויב איז די פרייז די זעלבע, פלאס וואס די טעקסעס זענען טריפלט(!!) און מ'צאלט צווישן 15 און 25,000 א יאר שטייער, איז נישטא קיין קלייענטעל דערפאר. ס'איז פשוט נישטא.

און דערפאר שטייען דארטן דירות ליידיג פאר לאנגע חדשים. ווען ס'וועט גיין פאר $250 וועט שוין זיין א סיבה פאר מער מענטשן צו קויפן.

2) ס'נישט מעגליך צו פארדינען ריוח פון $250

ס'איז ממש הפלא ופלא וויאזוי אלע וואס האבן געהאלטן ביים רעדן פון די דעוועלאפער אין קרית יואל ווילעדזש אז מיט $300 פילט מען זיך איבער די טאשן רואיגערהייט, די זעלבע זענען יעצט עפעס אזוי מלא רחמנות אויף די דעוועלאפער אין בלומינגראוו, מיט נייע תורות פארוואס דארט איז די קאסט מער.

דער טרוקענער פאקט איז: די שטחים וואס בויען יעצט אין קרית יואל האבן זיך פארקויפט פאר צווישן 30 און 50 דאלאר פער בילדעבל סקווער פיס. ס'האט שוין געהאט געשטיגן ביז כמעט $150 אבער סאטמאר רבי (מהר"א) האט דאס אפגעשטעלט.

ווידער די שטחים וואס בויען יעצט אין בלומינגראוו, זענען געקויפט געווארן פאר צווישן 0.25 און 3.50 א בילדעבל סקווער פיס.

סוי, אויב פארשטייסטו אז אין קרית יואל קען די $300 ארבעטן, קען די בלומינגראוו $250 אויך ארבעטן. איי געוויסע אין בלומינגראוו זאגן אז זיי לייגן אריין מער אפגרעידס? נו, זאל ער עס טאקע נישט לייגן. בוי נישט קיין מותרות, שלעפ די קאנסומער דורך זיין ביליג.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 4:34 pm
דורך aitch
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 4:14 pm איך זע און איך הער אז די פענס פון די בלמינגראווע באאמטע שרייען און פארפירן געפערליך אז די תקנה פון $250 א סקווער פיס האט נישט קיין טשענסעס ווייל:

די וואס בויען אין בלומינג גראוו דורך אראפהאקן א ביידעלע און בויען א דופלעקס פון 4 דירות גייען טאקע נישט מאכן קיין געלט אויב עס גייט פאר 250 א סקווער פיס. קוים וואס זיי מאכן יעצט עפעס מיט 300 א סקווער פיס (ווייל זיי האבן געקויפט דעם לאט פאר 800K האט ער אין וויסטן חלום נישט געטראכט אז עס גייט אמאל אנקומען צו אזא מצב). אפגרעיטס מוזן זיי לייגן ווייל אז נישט גייט עס קיינער נישט קויפן ווייל עס איז דא איבער גענוג אזעלכע דירות אויף די מארקעט.

ביז דא זענען אלעס נאר פאקטן וואס אלטס איינער אין די קאנסטראקשאון אינדערסטרי האלט איך עס מיט.

אבער דער אמת איז אז ווער האט איז געהייסן קויפן פאר דעם פרייז? זיי זענען די וואס האבן געוואלט אז די פרייזן זאלן ארויפגיין. זאלן זיי עס יעצט עסן.

די וואס בויען ריזיגע פראדזשעקטס ווי נעבן די באסעס אדער נעבן בנין יאקאבאוויטש זיי האבן געצאלט פרוטות און ניטאמאל געבן זיי אפגרעיטס אפילו אויב גייען זיי בעטן 250 א סקווער פיס גייען זיי מאכן גענוג געלט. און איך זע נישט באמת ווי אזוי זיי זאלן אפילו קענען בעטן טייערער ווען ס'דא אזויפיל דירות אויף די מארקעט. וואס אויב בעסטו 300 געבן שוין אנדערע אסאך בעסערע דירות מיט אפגרעיטס פאר דעם פרייז.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 4:39 pm
דורך חלום חלמתי
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 4:14 pm

צו מ'קען אויך טרעפן קונים וואס זאלן קומען צוליב מער גראז און לאט? קען זיין. אבער נישט דאס איז דער אלגעמיינער קלייענטעל. דאס איז די הארטע מציאות: רוב קונים גייען נאר קויפן אויב ס'איז ביליגער ווי אין צענטער.

ווי אין בלומנגראוו בויעט מען היינט מיט גראז?

יא ביי די דופלעקס הייזער איז דא עטוואס מער ווי אין ברך משה/המרחבת למשל. אבער דעי ביסל גראז מאכט נישט א מענטש אהינגיין...

סעמפל בילד_ שיף אקעגן סאטמאר - בית שמואל.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 4:56 pm
דורך דער תהלים איד
aitch האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 4:34 pm
► Show Spoiler
די וואס בויען אין בלומינג גראוו דורך אראפהאקן א ביידעלע און בויען א דופלעקס פון 4 דירות גייען טאקע נישט מאכן קיין געלט אויב עס גייט פאר 250 א סקווער פיס. קוים וואס זיי מאכן יעצט עפעס מיט 300 א סקווער פיס (ווייל זיי האבן געקויפט דעם לאט פאר 800K האט ער אין וויסטן חלום נישט געטראכט אז עס גייט אמאל אנקומען צו אזא מצב). אפגרעיטס מוזן זיי לייגן ווייל אז נישט גייט עס קיינער נישט קויפן ווייל עס איז דא איבער גענוג אזעלכע דירות אויף די מארקעט.

ביז דא זענען אלעס נאר פאקטן וואס אלטס איינער אין די קאנסטראקשאון אינדערסטרי האלט איך עס מיט.

אבער דער אמת איז אז ווער האט איז געהייסן קויפן פאר דעם פרייז? זיי זענען די וואס האבן געוואלט אז די פרייזן זאלן ארויפגיין. זאלן זיי עס יעצט עסן.

די וואס בויען ריזיגע פראדזשעקטס ווי נעבן די באסעס אדער נעבן בנין יאקאבאוויטש זיי האבן געצאלט פרוטות און ניטאמאל געבן זיי אפגרעיטס אפילו אויב גייען זיי בעטן 250 א סקווער פיס גייען זיי מאכן גענוג געלט. און איך זע נישט באמת ווי אזוי זיי זאלן אפילו קענען בעטן טייערער ווען ס'דא אזויפיל דירות אויף די מארקעט. וואס אויב בעסטו 300 געבן שוין אנדערע אסאך בעסערע דירות מיט אפגרעיטס פאר דעם פרייז.
איך קען נישט די מציאות מיט די דופלעקסעס, כ'ווייס נישט צו רוב פון זיי האבן געקויפט די לאטס פאר טייער, קען זיין ביסט גערעכט, און אויב יא האב איך שטארק רחמנות אויף זיי. באמת.

און די זעלבע איז אין צענטער קרית יואל מיט עטליכע אידן וואס האבן געקויפט לאטס פון אלטע הייזער צו אראפווארפן און יעצט איז זיי אוממעגליך צו גיין דערמיט ווייטער. איך ווייס פון איינעם וואס האט באוויזן ארויסצובעקן פון עטליכע אזעלכע לאטס די לעצטע מינוט.

אבער כמובן ווען מ'רעדט פון פרייזן איז די רעדע איבער די עיקר מארקעט, וואס איז די גרויסע פראדזשעקטס.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 5:22 pm
דורך מי שברך
@דער תהלים איד
איך מיין טעקס איז צווישן 8k און 15k

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 5:28 pm
דורך יאנטשי
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 4:14 pm איך זע און איך הער אז די פענס פון די בלמינגראווע באאמטע שרייען און פארפירן געפערליך אז די תקנה פון $250 א סקווער פיס האט נישט קיין טשענסעס ווייל:

1) ס'נישטא קיין לעגאלע מאכט צו אינפארסירן, און 2) ס'נישט מעגליך צו פארדינען ריוח פון $250

כ'וויל מיך באציען צו ביידע:

נאך נישט געליינט דיין פאוסט, אבער די טענות איז נאר וואס זיי זאגן, וואס שטערט זיי עכט איז אז אידן אין בלומינגראוו זאלן זיך רעכענען מיטן דעת פון רבין זז"ג (מהר"א).

זיי זענען ענדערש גרייט צו צאלן טייערער ווי דאס דורכלאזן.

ווי ארויסגעברענגט דא

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
האט געשריבן: איינער וואס וויל זען די הצלחה פון בלומינגראוו וואלט ווען געדארפט שטיצן די תקנה, נישט פארקערט.

דירות פאר $250 א סקווער פיס מיינט א זיבן רומיגע דירה פאר ארום $500,00
די וואס האבן א צווייטע באדייט פאר צענטער האבן אויך א צווייטע באדייט פאר הצלחה...

עס איז דארנישט ווערט די גאנצע נייע "צענטער" אויב בלייבט עס אונטער דער רבי'ס השפעה

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 5:33 pm
דורך דער תהלים איד
מי שברך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 5:22 pm @דער תהלים איד
איך מיין טעקס איז צווישן 8k און 15k
איך האב געשריבן מיין פאוסט אונטערן רושם פון א שמועס היינט צופרי אין ביהמ"ד מיט א איד וואס זאגט מיר אז די וואס קויפן א דופלעקס מיטן בעיסמענט צאלן 25, אויבערשטע שטאק אליינס צאלן ארום 15, און קאנדא וועט אויסקומען בערך 12.

מאכט סענס? אדרבה, כ'בין נייגעריג אין קראנטע נומערן.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 6:51 pm
דורך יאנטשי
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 5:33 pm
מי שברך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 5:22 pm @דער תהלים איד
איך מיין טעקס איז צווישן 8k און 15k
איך האב געשריבן מיין פאוסט אונטערן רושם פון א שמועס היינט צופרי אין ביהמ"ד מיט א איד וואס זאגט מיר אז די וואס קויפן א דופלעקס מיטן בעיסמענט צאלן 25, אויבערשטע שטאק אליינס צאלן ארום 15, און קאנדא וועט אויסקומען בערך 12.

מאכט סענס? אדרבה, כ'בין נייגעריג אין קראנטע נומערן.
דו שרייבט א גאנצע תגובה איבער די דופלעקסעס, און צום סוף קומסטו צו אז עכט איז די רעדע איבער די גרעסערע דיוועלאפמענטס. די טעקס וואס דו רעדסט איז אויף פאר די דופלעקסעס. וויפיל עס וועט קאסטן טעקס אויף א קאנדא ווייסט מען נאכנישט.

איך האלט אז עס איז ראנג אז די גאנצע שמועס דרייט זיך ארום די פאר דופלעקסעס, סיי וויבאלד עס איז א פרעקשאן פון די מארקעט, און סיי וויבאלד דארט האט מען טאקע אריינגעלייגט אסאך לוקסוס און עס איז טאקע א טייערערע סארט פראדוקט, די 250 פער סקווער פיס איז אויף סטענדערד הייזער.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 24, 2025 4:22 pm
דורך דער תהלים איד
יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2025 6:51 pm

ביסט גערעכט לגבי די דופלעקסעס, כאטש איך ווייס פון צוויי דופלעקסעס וואס גייען פאר $250. כ'האב עס שוין אמאל געשריבן דא (כאטש איך האב נישט קיין אפדעיט וואו ס'האלט).

אבער לגבי מיין תגובה איז עס נוגע נאר כלפי איין פאראגראף.

איך האב געשריבן אז די טעקסעס זענען "טריפלט" ווי אין קרית יואל ווילעדזש (בעסער געזאגט, קרית יואל סקול דיסטריקט = וואס מאכט אויס די מערסטע), און דאס איז ביי דופלעקסעס. ביי די אנדערע וועט עס עפ"י חשבון זיין "דאפלט", נישט טריפלט.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:35 pm
דורך האקט א טאג
קליין אויף קארלסבורג האט געצאלט פעניס פאר די לאט פינקט ווי יאקאבאוויטש אין בלומינגראוו סוי זאל ער אויך זיין גלילות פרייז

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:46 pm
דורך תורה ויראה
האקט א טאג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:35 pm קליין אויף קארלסבורג האט געצאלט פעניס פאר די לאט פינקט ווי יאקאבאוויטש אין בלומינגראוו סוי זאל ער אויך זיין גלילות פרייז
כ'ווייס נישט,
אבער אינדרויסן פון שטעטל דארף זיין ביליגער אז מענטשן זאלן האבן א סיבה אהינצוגיין
אין שטעטל איז די דימענד סאך מער, איז עס ווערד 300
אין בלומינגראוו יאווענען זיך יעצט אסאך דעוועלאפמענטס.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:54 pm
דורך בודקע
האקט א טאג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:35 pm קליין אויף קארלסבורג האט געצאלט פעניס פאר די לאט פינקט ווי יאקאבאוויטש אין בלומינגראוו סוי זאל ער אויך זיין גלילות פרייז
זייער פשוט, גיי מאך א חילוק צווישן יעדעם איינעם לויט וויפיל ער האט געצאלט.. ס'ארבעט נישט אזוי, אין שטעטל איז געווענליך טייערער, אינדערויסן איז אייביג ביליגער.

שטימט?

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 24, 2025 6:00 pm
דורך דער תהלים איד
האקט א טאג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:35 pm קליין אויף קארלסבורג האט געצאלט פעניס פאר די לאט פינקט ווי יאקאבאוויטש אין בלומינגראוו סוי זאל ער אויך זיין גלילות פרייז
אפסקעיל האט געצאלט פאר'ן קארלסבורג לאט בערך $30 פער בילדעבל סקווער פיס. סאך ביליגער ווי די מארקעט האט געהאלטן אבער ווייט נישט אין די פעניס רענדזש.

די בלומינגראווע שטחים זענען געקויפט געווארן פאר צווישן פופציג צענט און $3 א בילדעבל סקווער פיס.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 24, 2025 6:03 pm
דורך רעאליסטיש
קוקט אויס סוועט זיין א ערנסטע קאמפעטישן צווישן פראספעקט און יאקאבאוויטש דעוועלאפמענטס

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 24, 2025 6:05 pm
דורך האקט א טאג
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 6:00 pm
האקט א טאג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:35 pm קליין אויף קארלסבורג האט געצאלט פעניס פאר די לאט פינקט ווי יאקאבאוויטש אין בלומינגראוו סוי זאל ער אויך זיין גלילות פרייז
אפסקעיל האט געצאלט פאר'ן קארלסבורג לאט בערך $30 פער בילדעבל סקווער פיס. סאך ביליגער ווי די מארקעט האט געהאלטן אבער ווייט נישט אין די פעניס רענדזש.

די בלומינגראווע שטחים זענען געקויפט געווארן פאר צווישן פופציג צענט און $3 א בילדעבל סקווער פיס.
woof. געקראכט א בעלאן? ביסט קראנט? אדער געהאקט א טאג

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 24, 2025 6:36 pm
דורך שמח
האקט א טאג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:35 pm קליין אויף קארלסבורג האט געצאלט פעניס פאר די לאט פינקט ווי יאקאבאוויטש אין בלומינגראוו סוי זאל ער אויך זיין גלילות פרייז
איך ווייס אויך גאנץ קראנט אז ער האט געצאלט פעניס!
► Show Spoiler

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 24, 2025 6:38 pm
דורך זאנוויל ראזענבערג
לייצעם

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 11:58 am
דורך אסעמבלימאן
ביי קארלסבורג איז ביליגער די דירות וואו שכנות?

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 12:35 pm
דורך יאנטשי
אסעמבלימאן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 11:58 am ביי קארלסבורג איז ביליגער די דירות וואו שכנות?
זעלבע פער סקווער פיס, אבער עס הייסט אז עס וועט זיין אביסל קלענערע סארט דירות (מער ווימ"ס סטייל) וואס וועט אויסקומען ביליגער פורטשעס פרייז.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 2:06 pm
דורך רעדט צום דבר
.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 2:38 pm
דורך בערל דער פייפער
רעדט צום דבר האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 2:06 pm .
ער האלט אין איין אריינלייגן די שורה "נישט נאר אכטערס וואס קאסט ביליגער צו בויען" וואס וויל ער ארויסברענגן פאר די קויפער?

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 2:49 pm
דורך שבת קודש
רעדט צום דבר האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 2:06 pm .
אדורכפארענדיג שכונת ויואל משה זעהט מען העפטיגע בוי ארבעט אויף גאנץ פאזע 3 אזוי אויך ביי די נייע ביזנעס סענטער
חוץ איין שטח שטייט אומבארירט דאס איז די שטח הביהמ''ד, קוקט אויס אז דאס גייט מען בויען די לעצטע, פארוואס נישט צוזאמען מיט אלע דירות?

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 3:24 pm
דורך ארבעט זאנע
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 2:38 pm
רעדט צום דבר האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 2:06 pm .
ער האלט אין איין אריינלייגן די שורה "נישט נאר אכטערס וואס קאסט ביליגער צו בויען" וואס וויל ער ארויסברענגן פאר די קויפער?
ער דארף פארענטפערן פארוואס אברהם בראך איז ביליגער,

ווייל אברהם בראך בויט נאר אכטער'ס

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 3:29 pm
דורך פעניאק
ארבעט זאנע האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 3:24 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 2:38 pm
רעדט צום דבר האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 2:06 pm .
ער האלט אין איין אריינלייגן די שורה "נישט נאר אכטערס וואס קאסט ביליגער צו בויען" וואס וויל ער ארויסברענגן פאר די קויפער?
ער דארף פארענטפערן אראפרייסן פארוואס אברהם בראך איז ביליגער,

ווייל אברהם בראך בויט נאר אכטער'ס