בלאט 139 פון 235
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 5:08 pm
דורך נפתלי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 2:52 pm
נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 1:47 pm
► Show Spoiler
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 10:24 am
בררררררררררררררררר.
בררררררררררררררררררררררררררר.
דער אינגערמאן שטויסט. טריצט. שלאגט. שרייט. איך האב מורא באלד גייט הענט! @נפתלי בארואיגט אייך, איר מעגט אראפקומען פון בוים, ס'איז נישט די ערשטע מאל איר באשולדיגט מענטשן פארן "חטא" פון שוויצן פאר אייך! און איר האט זיך נאכאמאל טועה געווען! ס'איז גארנישט.
איך האב קיינמאל נישט דן געווען צו די הוצאות פון יו"ט זעלבסט דארפן אנקומען סיי צו די פאנדרעיזינג און סיי צו די זיצן. קענסט עס אויסשטעלן וויאזוי דו ווילסט. קענסט זאגן אז די פאנדרעיזינג גייט פאר יו"ט און אנשטאט דעם גייט א חלק זיצן געלט פאר הוצאות ביהמ"ד זעלבסט, און קענסט זאגן פארקערט, אז די פאנדרעיזינג גייט פאר די אנדערע הוצאות און די זיצן געלט גייט פאר יו"ט.
כ'האב ס"ה געזאגט אז דיין עצה פון "זאל קהל שאפן נדבנים" דאס ווערט שוין געטון, סוי בעפאר דו גיבסט א צווייטע עצה, זענען די רשעים צוריק צדיקים.
אבער נפתלי טייערער, וואס טוט זיך מיט דיינע רייע באשולדיגונגען און פאקטן וואס זענען למעשה פשוט'ע דמיונות, און דו נעמסט נישט די מי צו מודה זיין אז האסט זיך טועה געווען?
1) די זיצן ברענגען א מיליאן - נישט אמת, אביסל מער ווי האלב דערפון
2) פשוט'ע מענטשן דינגען 5 זיצן - נישט אמת, כמעט נישטא אזאנס, זיכער נישט ארימעלייט
3) ס'קאסט פאר א ארימאן $3000 צו דינגען 5 זיצן - נישט אמת, ער קען דינגען פאר אזוי ביליג ווי $100 א זיץ
4) די נדבנים פון די סטעידזשעס האב געגעבן $250,000 (אויב דו ביסט געווען דער שרייבער) - נישט אמת, אלע אינאיינעם האבן געגעבן בלויז $50,000
5) ס'איז דא א עצה צו שאפן נדבנים - נישט אמת, מען שאפט דאך עניוועי די מאקסימום
6) זאל מען בעטן מער מעמבערשיפ פון אלע מעמבערס - נארישע ענטפער, @נפתלי וואלט איבערגעקערט א וועלט דערויף
7) די זיצן זענען ביטער טייער - נישט אמת, אין ערגעץ איז נישט ביליגער
דארפסט נאך? ביטע קום ארויף זאגן "טעיתי" בעפאר איך דארף דיר נאכאמאל ענטפערן אויף פרישע היץ.
איך מיין אז איך האב שוין בערך 15 מאל זיך קלארגעשטעלט אויף די זאכן וואס דו שרייבסט, א טייל דערפון האסטו פאדרייט בכוונה, און אפילו נאך אומאויפהערליך עס אפלייקענען שרייבסטו עס איבער מיט א פרישקייט ממילא וועל איך בלויז איבער שרייבן די 7 פונקטן און אויף א טייל דיך איבערפרעגן וכדומה
קודם וועל איך ציטירן פון דיינע ווערטער בעבר
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 3:13 pm
איך בין מסכים מיט דיין ווייטאגן, כאטש איך קען נישט די מציאות אין אנדערע פלעצער, און ס'קען געהעריג זיין אז ס'איז נישט אזוי ווי דו מיינסט...
אבער דער שורה איז אין מיינע אויגן זייער נאריש.
האלטסט עכט אז מ'רעדט דא פון 'פארדינען' געלט? דו ווילסט אפשר קאווערן א שבועות?
דעמאלטס האסטו נאך פראבירט פארטושן אז קוים וואס עס קאווערט זיך....
און... דער אינגעמראן גיבט נישט אויף. ס'דא ב"ה העלדן ביי כלל ישראל! זיי לאזן זיך נישט. פאר זיי קען מען נישט פארקויפן קיין תורת לאקשן (פאקטן). זיי קעמפן עד הסוף פאר'ן... דמיון.
האסט באשולדיגט קהל אין רייסן ארכי טייערע זיצן געלט לייק נעווער, כדי צו פארדינען "גרינגע געלט". וכך דבריך:
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm
יא, איך ווייס אז פאר קהל איז דאס
גרינגע געלט, און
מען זעט די געלט פאר די אויגן און די פארלאנג איז גרויס און אז איך וועל נישט דינגען, וועט עס א צווייטער דינגען אבער עס איז נישט קיין יושר!!
פשוט. קהל האט א נסיון הממון, נסיון העושר, זיי זעען "גרינג געלט פאר די אויגן", און זיי קענען נישט ביישטיין די נסיון!
האט מען דיר געענטפערט אז קהל האט נישט קיין נסיון הממון צו פארדינען רווחים, גרינג געלט, נאר זיי דארפן קאווערן, און די זיצן געלט גייט פאר די הוצאות היו"ט וואס איז גאר הויעך אדאנק אלעס וואס מען שטעלט ב"ה צו.
ווידער האט דיין באשולדיגונג געזאגט אז ס'קאסט $3000 פאר א "עוורידזש איד".
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm
א עווריטש אינגערמאן וואס האט 5 קינדער און איז גרייט אפילו זיך צאמצושטופן, צאלט און עווריטש $3000 דאלאר א יאר פאר זיצן!!!
האט מען דיר אויפגעוויזן אז ס'איז שקר, זייער ווייניג אידן דארפן דינגען אזויפיל זיצן, און ווער יא קען באקומען זיצן אנגעהויבן פון אזוי ביליג ווי $100.
און לגבי דיין טענה אז ס'ברענגט אריין א מינימום פון 1.5 מיליאן:
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm
די חשבון וואס קומט אריין פון די זיצן איז כאטשיג א מיליאן א האלב במשך די יאר אדער פיל מער, און דאס אלעס אויסגעהארעוועטע געלטער פון אינגעלייט וואס פארמאגן דאס נישט!!
האט מען דיר געוויזן אז אפילו שבועות, ווען ס'איז דא די מערסטע זיצן שייך, קומט אריין נאר 600,000. דאס מיינט לכאורה אז אלע ימים טובים צוזאמען איז נישט קיין מיליאן.
אבער דו האסט נישט נאכגעלאזט. די פרייזן זענען אומדעהערט. כאילו האסט נישט געהערט די אויפווייז אז נישט.
נפתלי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 10:07 pm
פארוואס ניצן אינגעלייט וואס ווילן פשוט דאווענען מיטן רבין און זיי מאכן צאלן
אויפגעשרויפטע פרייזן פאר זיצן???
וואס האט נעמען א זיץ מיט באצאלן דיינים אדער אנדערע אויסגאבן פון קהל איבער די יאר???
האט מען דיר געענטפערט סיי אז די יו"ט אליינס קאסט גענוג אסאך, און סיי אז דו האסט נישט קיין אנדערע עצה פון וואו זיך צו קאווערן, און זיצן געלט איז א נארמאלע אנגענומענע זאך.
ביסטו געקומען מיט 2 טענות אין איין שורה. טענה 1:
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:05 pm
קיין איין פלאץ אין די וועלט בעט נישט די געלטער
א זאך וואס מ'האט דיר געענטפערט זאלסט ברענגען פרייזן פון אנדערע פלעצער, און האסט נישט געהערט ווי מען ענטפערט. והי' כלא הי'.
טענה 2:
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:05 pm
און
מען קען זיך א עצה געבן, אוודאי איז עס גרינגער צו נעמען שטייער אבער קיין יושר!
האט מען געפרעגט וואס ס'מיינט זיך א עצה געבן. דיינע ווערטער זענען געווען:
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 5:08 pm
עס איז דא גענוג וועגן וויאזוי צו זאמלען נאך געלט
האט מען דיר געענטפערט אז אויב דו מיינסט פאנדרעיזן, דאס טוט מען שוין.
האסטו געזאגט אז מ'דארף טרעפן א וועג אז יעדער זאל עס צאלן, נישט נאר די וואס דארפן זיצן:
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 5:34 pm
עס מוז באצאלט ווערן דורך יעדע איד וואס הנאה פון די שבועות, צו גלייך, + פאנדרעיזן ווי ווייט מעגליך, נישט
ארויספרעסן פון א חלק קהלה, אזויפיל געלט שלא ביושר.
האב איך דיר געבעטן זאלסט געבן דיין עצה:
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 7:11 pm
וואלטסט געקענט זאגן אין "איין שורה", "איין עצה", וואס ווען דו וואלטסט געווען ראה"ק וואלטסטו אזוי געטון, און דאס וואלט אלעס געשטעלט אין פלאץ?
סתם שרייבן "מ'קען זיכער טרעפן בלא בלא", און "דו פארענטפערסט אלעס", פון דעם ווערט קיינער נישט געהאלפן.
און אנשטאט ענטפערן אפילו אויף איינס, אדער זאגן טעיתי, ביסטו יעצט געקומען מיט חוזר חזרה כזה:
נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 1:47 pm
יעצט צו דיינע פונקטן
1) האב איך נישט 5 מאל דיך צוגעצייכענט אז מיין נומבער פון זיצן איז 550.000 לויט די קלענסטע חשבון, איך האב נאר נאכגעזאגט פון א צווייטן וואס האט אויסגערעכנט די פרייזן אז עס איז בערך א מיליאן??? און נישט גענומען קיין אחריות דערויף, און עס בכלל נישט געניצט אינעם חשבון!
2) איך האב קיינמאל נישט געשריבן פון 5 זיצן איך האב געשריבן 5 קינדער צאמגעשטופט אויף 4 זיצן, וויפיל מענטשן האסטו געפרעגט פאר דו שרייבסט דיינע נומערן??
3) וויפיל זיצן איז בכלל דא עוועליבעל פאר 100 דאלאר? האסטו געמאכט די מינומום ריסערטש? איז דא מער ווי 100 אזאלכע זיצן??? און והשנית ווי זענען די זיצן, אין בעק פון חדר קילא, ווי מען קען גארנישט מיטהאלטן, און אז ער וויל דאווענען נארמאל צווישן ציבור, דארף ער שוין צאלן אין די וועלט אריין ????
4) איך האב גארנישט געשריבן איבער נדבנים פאר סטעיזשעס
5) וואס שרייבסטו דא? פון דיינע אייגענע נומבערס גייט בלייבן בערך 200 אלפים בלויז פון די זיצן אליין נאך פאר נדבנים..... מיט נדבנים אפשר דאפעלט, אדער מער....
6) די וואס דינגען נישט קיין זיצן זאלן צאלן מער מעמבערשיפ און די וואס דינגען יא, זאלן צאלן ווייניגער, היות די מציאות, אז מען ניצט אויס די פאקט פון דינגען זיצן צו דעקן קהל'ס יערליכע בוזשעט, פון חדשי טבת ושבט, פארוואס דארפן די וואס דינגען זיצן נעמען די חלק ארי, און די שיינע אידן פון אינמיטן בהמ"ד דארפן גארנישט צאלן???
וואלט עס געווען הוצאות החג החרשתי, אבער עס איז דאך נישט אזוי!!
7) האסט מיר נאך א פלאץ אין די וועלט ווי מען דינגט זיצן דריי מאל א יאר????
ביטע זיי מודה על האמת, אויף די פאקט אליין, אז פון דינגען די זיצן געלט, פון דעם אליין בלייבט שוין א ריזיגע ריווח פאר קהל, פאר די יערליכע הוצאות, און דאס איז נאך פאר נדבנים געלט, זיי ביטע קלאר און דייטליך מודה אויף דעם, ביפאר די ענטפערסט מיך סיי וואס
אז נישט וועל איך מיך בלי נדר נישט באפאסן צו קיין שום מעסיזש פון דיר אויף די נושא ווייל דו דאס ווייזט איבער אז דו ביסט נישט קיין מבקש האמת.
דו כאפסט אז יעדעס ווארט דא איז פשוט כ'העצער שב אל קיאו?
איך האב נישט קיין שום אינטערעסע אז קהל זאל מאכן געלט. אדער אז קהל זאל קענען בעטן טייער פאר זיצן, מצדי זאל קהל האבן פרעשור אז:
דער עולם איז אנגעשטרענגט און מען בעט קהל זיך צו רעכענען און צושטעלן זיצן פאר נאך ביליגער.
אבער ווען מ'קומט מיט קינדישע נומערן און זינלאזע עצות, און נאך מיט די פולסטע קענפעדענס אז "דאס איז עס ואין להשיב", איז עס פאר מיר א טריגער צו ענטפערן. מיט שקר קומט מען נישט אן.
איך לייג איבער מיינע שורות וואס איך האב געשריבן סוף פון מיינע פאריגע תגובה
ווי אומגלויבליך עס הערט זיך שרייבסטו יעצט איבער מיט א פרישקייט אז זיי מוזן פשוט קאווערן די הוצאות יו"ט!!! נישטא ווער ס'זאל לאכן.... דיין קאלקולעיטער איז צובראכן???
ביטע זיי מודה על האמת, אויף די פאקט אליין, אז פון דינגען די זיצן געלט, פון דעם אליין בלייבט שוין א ריזיגע ריווח פאר קהל, פאר די יערליכע הוצאות, און דאס איז נאך פאר נדבנים געלט, זיי ביטע קלאר און דייטליך מודה אויף דעם, ביפאר די ענטפערסט מיך סיי וואס
אז נישט וועל איך מיך בלי נדר נישט באפאסן צו קיין שום מעסיזש פון דיר אויף די נושא ווייל דאס ווייזט איבער אז דו ביסט נישט קיין מבקש האמת.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 5:14 pm
דורך דער תהלים איד
צוערשט מוזטו מיר קלאר מודה זיין אז טראמפ איז יא שולדיג אויף זיינע קלאגעס.
אז נישט וועל איך מיך בלי נדר נישט באפאסן צו קיין שום מעסיזש פון דיר אויף די נושא ווייל דאס ווייזט איבער אז דו ביסט נישט קיין מבקש האמת.
@נפתלי דיין כח הליצנות איז שרעקליך. דו קענסט נישט מודה זיין אויף דיינע אויפגעוויזענע טעותים, בעפאר איך בין מסכים צו פארדרייען דעם שמועס צום 6'סטן מאל.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 5:19 pm
דורך נפתלי
איך לייג דא איבער די ווערטער וואס איז געשריבן געווארן בלויז אפאר שעה צוריק נאך טעג פון אויפווייזן קליפ און קלאר די שקר שבו!!!
און יעצט זאל איך מיט א פרישקייט נאכאמאל זיך באפאסן מיט איבריגע אויסגעזויגענע טענות, ווען אפילו זאכן וואס פון דיינע ווערטער אליין קומט ארויס די שקר ביסטו אויך נישט מודה?
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 2:52 pm
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm
יא, איך ווייס אז פאר קהל איז דאס
גרינגע געלט, און
מען זעט די געלט פאר די אויגן און די פארלאנג איז גרויס און אז איך וועל נישט דינגען, וועט עס א צווייטער דינגען אבער עס איז נישט קיין יושר!!
פשוט. קהל האט א נסיון הממון, נסיון העושר, זיי זעען "גרינג געלט פאר די אויגן", און זיי קענען נישט ביישטיין די נסיון!
האט מען דיר געענטפערט אז קהל האט נישט קיין נסיון הממון צו פארדינען רווחים, גרינג געלט, נאר זיי דארפן קאווערן, און די זיצן געלט גייט פאר די הוצאות היו"ט וואס איז גאר הויעך אדאנק אלעס וואס מען שטעלט ב"ה צו.
[/b]
[/quote]
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 5:21 pm
דורך דער תהלים איד
איך גיי דיר שוין ענטפערן אויף דיין אי-הבנה.
אבער צוערשט שרייב 6 מאל "טעיתי" אויף אלע דיינע טענות אין די לעצטע 5 בלעטער.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 5:23 pm
דורך נפתלי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 5:14 pm
צוערשט מוזטו מיר קלאר מודה זיין אז טראמפ איז יא שולדיג אויף זיינע קלאגעס.
אז נישט וועל איך מיך בלי נדר נישט באפאסן צו קיין שום מעסיזש פון דיר אויף די נושא ווייל דאס ווייזט איבער אז דו ביסט נישט קיין מבקש האמת.
@נפתלי דיין כח הליצנות איז שרעקליך. דו קענסט נישט מודה זיין אויף דיינע אויפגעוויזענע טעותים, בעפאר איך בין מסכים צו פארדרייען דעם שמועס צום 6'סטן מאל.
ממש איך פארלאנג פון דיר צו פאדרייען די שמועס....
איך בעט אזא זינלאזע זאך, אז דו זאלסט ענטפערן אויב פון די זיצן געלט אליין בלייבט שוין ריווח אויף די יערליכע הוצאות נאך הוצאות החג....
און דו האלטסט די קאפ גראד דו לאזט דיך נישט פאדרייען ממילא ענטפערסטו נישט...
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 5:24 pm
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 5:21 pm
איך גיי דיר שוין ענטפערן אויף דיין אי-הבנה.
אבער צוערשט שרייב 6 מאל "טעיתי" אויף אלע דיינע טענות אין די לעצטע 5 בלעטער.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 5:25 pm
דורך נפתלי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 5:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 5:21 pm
איך גיי דיר שוין ענטפערן אויף דיין אי-הבנה.
אבער צוערשט שרייב 6 מאל "טעיתי" אויף אלע דיינע טענות אין די לעצטע 5 בלעטער.
איך קען שרייבן 7 אויך... די עיקר זאלסט ענטפערן, און זיך נישט ארויסדרייען....
(טראץ וואס דו שיסט מיר צוריק א געשאסענע באלאן)
טעיתי טעיתי טעיתי טעיתי טעיתי טעיתי
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 5:26 pm
דורך דער תהלים איד
נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 5:25 pm
טעיתי טעיתי טעיתי טעיתי טעיתי טעיתי
וואס הייסט? וואס איז געווען דיין טעות?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 5:28 pm
דורך נפתלי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 5:26 pm
נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 5:25 pm
טעיתי טעיתי טעיתי טעיתי טעיתי טעיתי
וואס הייסט? וואס איז געווען דיין טעות?
אז איך האב מיר 5 בלעטער זיך גע'טענה'ט מיט דיר און זיך איינגערעדט אז דו ביסט א מבקש אמת
דערווייל האלטסטו נישט ביים מודה זיין אויף א זאך וואס איז קלאר און קליפ שקר!
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 5:30 pm
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 5:21 pm
איך גיי דיר שוין ענטפערן אויף דיין אי-הבנה.
אבער צוערשט שרייב 6 מאל "טעיתי" אויף אלע דיינע טענות אין די לעצטע 5 בלעטער.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 8:00 pm
דורך אנדערער
א באנדע ליצים דא
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מוצש"ק יוני 01, 2024 11:21 pm
דורך מחדש
@נפתלי ווי @דער תהלים איד האט שוין ערווענט איז כמעט נישט א מציאות אז איינער זאל צאלן אזוי סאך געלט, אבער איעצך ויהא אלוקים עימך, ליבי אומר לי אז דער משמש ר' יואל קויפמאן לאזט זיך רעדן און אויב איז מען א אינגעמאן מטופל בבנים און מען דאווענט וועכענטליך אין ביהמי"ד און מען צאלט געהעריג מעמבערשיפ איז ביי מיר כמעט ברור אז מען קען באקימען א ברעיק!
קהל דרייט מיט מיליאנען און זיי מוזען פראבירען ס'בעסטע זיך צו קאווארען, אבער א אינדעווידעוויל וואס השעה דחוקה לו, דאוווענט אין ביהמי"ד, און איז ארענטליך, גלייב איך אז ער האט א אויער פריוואט פאר א דיסקאנט מיט א מהלך איבער'ן יאר.
אדרבה פראביר און לאז וויסען.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 2:09 am
דורך גרינגראז
מחדש האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 2:12 pm
גרינגראז האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 1:58 pm
מחדש האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 1:53 pm
@נפתלי דו ווייסט וויפיל עס קאסט א זיץ פאר ראש השנה אין וויזניץ ביהמי"ד אין בני ברק?!
פרעג זיך נאך ביטע.
און @מחדש דו ווייס וויפיל עס קאסט אין סקווירא???
פרעג דיר נאך ביטע.
ריכטיג! און אין גור גייט מען מיט ארויפגעדרייטע הויזן.
בין איך דערווייל נישט זוכה צו פארשטיין דיין פאוסט
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 5:20 am
דורך שמויגער טויגער
מחדש האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 1:53 pm
@נפתלי דו ווייסט וויפיל עס קאסט א זיץ פאר ראש השנה אין וויזניץ ביהמי"ד אין בני ברק?!
פרעג זיך נאך ביטע.
וויפעל?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 11:13 am
דורך קונטסל
די רבי שליט"א האט ארום גערעדט ביי פרקי אבות הכנה לשבעות זאגנדיג "דאס אז אידן האבן זיך מקשר געווען מיט ר' שמעון ביום ל"ג בעומר איז געווען א הכנה צו שבעות. מ'דארף דאך אבער טון למעשה. זאל מען לערנען די פרשה פון קבלת התורה מיט אור החיים הק' ביז שבעות. דאס פלאמט אויף די הארץ"
ס'איז ערווארטעט פון די עסקני התאחדות אבריכם צו פארשפרייטן די פונקליכע ווערטער פונעם רבי'ן שליט"א און פרינטן קונטרסים להרמות קרן התורה.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 1:57 pm
דורך קונטסל
קונטרס ארויפצוברענגען הכנסת אורחים. שטייענדיג סמוך ונראה צום יו"ט שבעות הבעל"ט. ארויסגעגעבן אין קרית יואל.
https://www.dropbox.com/scl/fi/bex5incn ... p1m8d&dl=0
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 2:38 pm
דורך נייעס ליבהאבער
סאטמאר מהר"א: על פי קריאת הקודש: טויזענטער חסידי סאטמאר וועלן מאכן די ריכטיגע הכנה צום יו"ט שבועות מיטן אדורכלערנען ספה"ק אור החיים פ' יתרו קבלת התורה
באריכט
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 3:55 pm
דורך נייעס ליבהאבער
סאטמאר מהר"א: געהויבענע שמחות הברית מילה אפגעראכטן געווארן פאר נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הנולד אצל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב דקיט"ל ק"י
באריכט/בילדער
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 6:30 pm
דורך נייעס ליבהאבער
גרויסע אויסברייטערונגען אינעם הערליכן מקווה שע"י ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר לאנדאן
באריכט
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 8:24 pm
דורך דער תהלים איד
עס בויעט זיך העפטיג דער ריזיגער נייע גאלארי אויפ'ן גאנצן לענג און ברייט פון די מערב פארטש פונעם ביהמ"ד הגדול קרית יואל.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יוני 03, 2024 10:02 am
דורך ווערווייס
משה רבינו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:45 pm
ווערווייס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:33 pm
איך האב נישט קיין שום קשר דירעקט מיט די זאכן, ממילא האב איך נישט געוואלט שיסן קיין נומבערס וואס איך ווייס נישט, נאר פשוט געטרייט צו טראכטן לאגיק וואס די טענה קען בכלל זיין.
אבער אז מ'האט דא געוואלט נומערן האב איך געשיקט א אימעיל צו איינעם וואס איז יא אינוואלווד, און דאס האט ער מיר געענטפערט:
Off Topic
די סטעידזשעס אליין היי יאר קאסט אפ איבער 250,000.
ארום 75,000 קאסטן די גוים און מענעדזשערס פאר'ן יו"ט.
25,000 קאסט די עקסטערע עיר קאנדישן.
בערך 40,000 קאסט צוצושטעלן די ברייטע קידושים פאר'ן ריזיגן עולם.
היי יאר קומט צו די קינדער מנין, טאקע כדי צו גרינגער מאכן פאר'ן עולם, די שאצונג איז אז ס'גייט קאסטן ארום 40,000
און ס'איז דא נאך הוצאות. דאס איז אויסנווייניג.
און דאס וואס דו פרעגסט צו ס'איז אריינגעקומען קרוב צו א מיליאן פון די זיצן, איז נישט ריכטיג. עס איז אריינגעקומען בערך 600,000
ס"ה פרובירט מען די בעסט אז די יו"ט זאל זיך קאווערן און מ'זאל נ ישט בלייבן מיט נאך א לאך.
און ס'איז אויך דא א סערוויס פון גאר ביליגע זיצן פאר ווער ס'קען זיך נישט ערלויבן. אין חדר מארקאוויטש און אין חדר קילא איז דא זיצן פאר $100. די וואס קאסטן מער זענען טאקע פאר די וואס קענען זיך ערלויבן צו נעמען א חלק אינעם יו"ט.
ס'איז דא בערך 30 40 גוים אויפאמאל וואס שטעלן אויף די פארענטשעס, איינער פארשטייט ווי אזוי אזא אפאראט קומט אן צו 75 אלפים? ווילסט מיר זאגן אז די אמיגאוס מאכן קרוב צו 2 אלפים אין אזא יו"ט? קוים אין א גאנצע וואך מאכן זיי אזויפיל
פון די 'ברייטע' קידושים וועל איך יעצט נישט רעדן
וואס קאסט 40 אלפים פאר א קינדער מנין?
בקיצור אויף די נומערן איז שווער זיך צו דינגען, מיין שאלה איז, דאס גאנצע פאנדרעיזינג אפאראט האט זיך אנגעהויבן 4 יאר צוריק, ביז דעמאלטס, א קיימא לן פון באלד 15 יאר בצל הקודש פון רבינו שליט"א איז פארגעקומען מער ווייניגער דער זעלבער יו"ט (חוץ די סטעיזשעס אין ביהמ"ד) די טישן קוקן נישט היינט אויס צופיל אנדערש ווי די ערשטע יארן, נאך מער אין די ערשטע יארן האט מען נאך אויפגעשטעלט א טענט, וואס לפי החשבון האט דאס געקאסט פיל מער
מיין שאלה איז, ווער האט דאס געדעקט די ערשטע 15 יאר?
שבועות נומערן קען איך נישט די גיום, אבער שמחת תורה רעדט מען פון אריבער 110 גיום (פאר די פארענטשעס-חוץ די קלינונג גיום) דאס איז חוץ די ארום 8 אידן מענעדשערס עומד על גביהם.
און מען רעדט נישט פון 9 ביז 5 נאר אווער טיים פארטאגס
דו רעדסט פון שמחת תורה, און אין מיין מוח בליצט תיכף אויף א קשיא
שמחת תורה פארדינגט מען נישט קיין זיצן, און ווארשיינליך לויט די ארבעט קאסט עס אפ מער ווי שבועות, ווי אזוי האלט מען זיך אויס?
ר"ה יו"כ זיצן איז דאך געווען ביז היינט אויך, און די געלט האט שוין א פלאץ וואו ס'קומט אן, שמח"ת איז א נייע עקספענס, ווי אזוי האלט זיך דאס? ס'איז דא נדבנים, שבועות איז אויך דא נדבנים, א"כ הדק"ל פארוואס דארף א יונגערמאן צאלן קרוב צו אן אלף'ל צו באזעצן זיינע קינדער פארן 3 שעה'דיגן דאווענען? (אבער אויב וויל ער פארדינגען זיין דירה דארט זאל ער זיין איינגעהאלטן)
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יוני 03, 2024 10:15 am
דורך נייעס ליבהאבער
סאטמאר מהר"א: וכתבתם על מזוזות ביתך: קרוב צו צוואנציג פרישע סופרי סת"ם וועלן אויפגענומען ווערן דעם וואך אינדערהאלב לשכת הסופרים שע"י לשכת הוראה לעניני סת"ם דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג
באריכט
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יוני 03, 2024 12:01 pm
דורך איך
נייעס ליבהאבער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 10:15 am
סאטמאר מהר"א: וכתבתם על מזוזות ביתך: קרוב צו צוואנציג פרישע סופרי סת"ם וועלן אויפגענומען ווערן דעם וואך אינדערהאלב לשכת הסופרים שע"י לשכת הוראה לעניני סת"ם דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג
באריכט
וואס האט מען זיך יעצט דערמאנט זיי שרייבן דאך שוין אביער איינס אהאלב יאר ?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יוני 03, 2024 12:08 pm
דורך איך
שווערע הונדערטער אידן האבן נעכטן באלאגערט די ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג פאר קרוב צו 4 שעה צו דינגען זיצן לקראת דעם בעפארשטייענדגען יו"ט שבועות בצל הקדוש אין ק"י
- זיצן שבועות פד.JPG (88.03 KiB) געזען געווארן 353 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יוני 03, 2024 12:11 pm
דורך להגדיל הטראסק
ווערווייס האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 10:02 am
דו רעדסט פון שמחת תורה, און אין מיין מוח בליצט תיכף אויף א קשיא
שמחת תורה פארדינגט מען נישט קיין זיצן, און ווארשיינליך לויט די ארבעט קאסט עס אפ מער ווי שבועות, ווי אזוי האלט מען זיך אויס?
ר"ה יו"כ זיצן איז דאך געווען ביז היינט אויך, און די געלט האט שוין א פלאץ וואו ס'קומט אן, שמח"ת איז א נייע עקספענס, ווי אזוי האלט זיך דאס? ס'איז דא נדבנים, שבועות איז אויך דא נדבנים, א"כ הדק"ל פארוואס דארף א יונגערמאן צאלן קרוב צו אן אלף'ל צו באזעצן זיינע קינדער פארן 3 שעה'דיגן דאווענען? (אבער אויב וויל ער פארדינגען זיין דירה דארט זאל ער זיין איינגעהאלטן)
שמחת תורה איז דא חתן תורה, חתן בראשית, און אלעס אינמיטן... דריי דיך נאר שמחת תורה אין די פאלישעס און זאג מיר וויפיל זיי דערלייגן...