בלאט 139 פון 146

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:58 am
דורך חלום חלמתי
פרעזידענט טראמפ האט זיך נעכטן געזעצט אויף א צוויי שטונדע אינטערוויו מיט א גרופע דזשורנאליסטן פון די ניו יארק טיימס, ער האט זיי געוויזן די ווייסע הויז, אין גערעדט איבער אלס און אלעמען. די צייטונג וועט ארויסגעבן די אינטערוויו אין לויף פון די קומענדיגע טעג.

אינמיטן די אינטערוויו האט טראמפ מפסיק געווען צו נעמען די פאון קאול פון די קאלאמביע פרעזידענט. די אנוועזנדע האבן געקענט מיטהאלטן... און דערנאך איז אריינגעקומען די נייעס פון מאניאפעלעס ווי די דזשורנאליסטן האבן געוויזן די ווידיאו'ס פארן פרעזידענט און באקומען זיין ערטשע רעאקציע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 12:30 pm
דורך מאירוואלף
גאווערנאר האוקול און דער נייער מעיאר מאמדאני האבן געמאלדן א דראסטישע פלאן אונטערן נאמען "2Care", וואס וועט צושטעלן פרייע קינדער-קעיר (Child Care) פאר אלע צוויי-יעריגע קינדער אין ניו יארק סיטי אנהייבנדיג דעם קומענדיגן סעפטעמבער. די שריט קומט נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט אפגעשטעלט די פעדעראלע געלטער פאר דעם צוועק, און האוקול האט באשלאסן אז די סטעיט וועט אליין באצאלן די פולע קאסטן פאר די ערשטע צוויי יאר מיט א ריזיגע אינוועסטמענט פון 4.5 ביליאן דאלאר. דער פלאן וועט זיך אנהייבן אין די מערסט באדערפענישע געגנטער און זיך אויסברייטערן צו די גאנצע שטאט ביז 2030. מען וועט אויך העכערן די געלט-הילף (Vouchers) פאר ארעמע משפחות מיט 40%. דאס איז א טייל פון א גרעסערע ציהל צו מאכן "פרי-קעי" (Pre-K) פאר אלע פיר-יעריגע אין די גאנצע סטעיט ביז 2028.
עס וועט זיין א שווערע ארבעט פאר די לעגיסלאטור צו פינאנצירן די בודזשעט, א פולער פראגראם קען קאסטן ביז 15 ביליאן דאלאר א יאר.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 12:54 pm
דורך מאירוואלף
באריכט: פרעזידענט טראמפ באטראכט א פלאן צו צאלן פאר די איינוואוינער פון גרינלאנד צווישן $10,000 און $100,000 פער מענטש, כדי זיי זאלן שטיצן זיך אפצוטיילן פון דענמארק און זיך אנשליסן אין די יונייטעד סטעיטס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 2:01 pm
דורך חלום חלמתי
רוביא טענה'ט אז ער בלייבט נאציאנאלע ארכיוון מיניסטער, USAID דירעקטאָר, נאציאנאלע סעקיוריטי עצה געבער, און סעקרעטערי אוו סטעיט. ער זיכט נישט נאך א דזשאב אין די ספארט אינדעסטרי אויף די מינוט.

אין די צוקונפט ווייסט ער נישט, ער רעדט נאר פון היינט...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:40 pm
דורך בודקע
מאירוואלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:46 am
די סענאט האט באשטעטיגט די געזעץ (52-47) איינצוצוימען טראמפ'ס מיליטערישע מאכט אין ווענעזועלא. פינף רעפובליקאנער, (קאלינס, האולי, מורקאוסקי, פאול, און יאנג), האבן געשטימט מיט די דעמאקראטן. סענאטאר פעטערמאן האט געשטימט יא, טוישנדיג זיין שטעלונג פון בעפאר.
דער יר"ה בייזערט זיך גאר שטארק אויף די 5 רעפובליקאנע וואס האבן געשטימט צו צונעמען זיין מאכט.
G-KLtomWkAAqrKZ.png
G-KLtomWkAAqrKZ.png (53.44 KiB) געזען געווארן 685 מאל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 6:19 pm
דורך חלום חלמתי
רוסלאנד האט אפגעווארפן די אמעריקאנע און אייראפעישע שלום פלאן וויבאלד צושטעלן סעקיוריטי גאראנטי'ס פאר אוקריינא איז ממש מלחמה לויט זיי.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 6:21 pm
דורך חלום חלמתי
בלומבערג האט באריכטעט אז די ווייסע הויז האט נישט איינגעלאדענט טאלסי גאבארד צום ווענעזועלע זיצונג וויבאלד זי האט אמאל גערעדט קעגן זיך אריינמישן דארט.

וויצע פרעזידענט ווענס לייקנט די באריכט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 6:24 pm
דורך חלום חלמתי
די FBI האט איבערגענומען די מאניאפעלעס אויספארשונג, און זיי אנטזאגן זיך פון מיטיילן אינפארמאציע מיט די לאקאלע פאליציי.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 6:54 pm
דורך חלום חלמתי
נייע טעמע אלערט: פעדעראלע אגענטן דערשאסן צוויי ציווילע אין פארטלאנד ארעגאן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 8:26 pm
דורך חלום חלמתי
פרעזידענט טראמפ וועט זיך באטייליגן ביים וועלט עקאנאמישע פארום קומענדיגע וואך אין שווייץ

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:29 pm
דורך חלום חלמתי
ספיקער דזשאנסאן האט זיך געטראפן מיט מר. אכמאד וואס האט העלדיש ארויפגעטאנצן אויפן שיסער אין באנדי ביעטש איסטראליע, און אפגעשטעלט די שיסעריי.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:31 pm
דורך חלום חלמתי
מאניאפעלעס שולע יוניאן פארזיצער ערלויבט לערער'ס צו לערנען פון דערהיים די קומענדיגע חודש, וויבאלד די קינדער זענען שרעקלעך דערשראקן צו גיין אין שולע זינט די אייס שיסעריי.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:37 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ אין א פרישע שאן הענעטי אינטערוויו איבער מאמדאני: אינז האבן א גוטע רילעשנשיפ, אבער כ'אב געמיינט אז ס'וועט אים נעמען כאטש א חודש צוויי מיר צו אטאקירן... און גלייך הייבט ער אן קריכן איבער וועניזועלא..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:38 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 6:54 pm נייע טעמע אלערט: פעדעראלע אגענטן דערשאסן צוויי ציווילע אין פארטלאנד ארעגאן.
האומלענד סעקיוריטי זאגט אז די צוויי זענען געווען ווענעזועלע גענג מעמבער'ס וואס האבן פרובירט איבערצופארן אייס אפיצירן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:41 pm
דורך חלום חלמתי
באנדיטן האבן אטאקירט מיט שטיינער א אידישע שולע באס אין טינעק, א אכט יאריגע מיידל איז אין שפיטאל מיט שווערע קאפ וואונדן.

די באס האט נישט געהאט קיין שום צייכן אינדרויסן אז ס'איז אידיש.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 09, 2026 8:58 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:29 pm ספיקער דזשאנסאן האט זיך געטראפן מיט מר. אכמאד וואס האט העלדיש ארויפגעטאנצן אויפן שיסער אין באנדי ביעטש איסטראליע, און אפגעשטעלט די שיסעריי.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 09, 2026 9:00 am
דורך חלום חלמתי
אמעריקע האט געהאט די שוואכסטע יאר פון פרישע דזשאבס זינט 2003. אבער אנעמפלוימענט איז אראפ פון 4.5 צו 4.4

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 09, 2026 9:11 am
דורך חלום חלמתי
אמעריקע האט פארכאפט די פיפטע אויל טאנקיר פון ווענעזועלע...

פרעזידענט טראמפ זאגט נעכטן פאר שאן הענעטי אז ער וועט זיך טרעפן מיט די אפאזיציע פירער'טע און נאבל פרייז געווינערן קומענדיגע וואך

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 09, 2026 9:43 am
דורך חלום חלמתי
א מיליאן מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי די פראטעסטן אין איראן נעכטן. זאגט טראמפ

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 09, 2026 10:11 am
דורך חלום חלמתי
די סופרים קארט האט אומערווארטעט אפגעשטופט די אורטייל פון די טראמפ טאריפ'ס וואס האט געדארפט היינט ארויסקומען

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 09, 2026 11:36 am
דורך חלום חלמתי
נ.י. גאווערנער האוקל פארדאמט און רייסט אראפ פראו כאמאס פראטעסטן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 7:59 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 9:43 am א מיליאן מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי די פראטעסטן אין איראן נעכטן. זאגט טראמפ

די זעלבע סארט מיליאן ווי ביי די עצרת המיליאן אין ירושלים?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 8:22 pm
דורך חלום חלמתי
קליין אינגעלע אין בארא פארק איז אין א קריטישע צושטאנד, נאכדעם וואס ער איז אריינגעלאפן אינעם שאסיי און אראפגעקלאפט געווארן דורך א הצלה טראק אויפן וועג אהיים פון א קאול.

הילד יצחק בן שפרה מירל לרפ"ש

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 8:25 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ האט ארויפגעלייגט א דאך אויף די קרעדיט קארד ריבית פאר די קומענדיגע יאר, און פארבאטן קרעדיט קארד פירמעס צו העכערן די פראצענט מער ווי %10

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 8:27 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 8:25 pm טראמפ האט ארויפגעלייגט א דאך אויף די קרעדיט קארד ריבית פאר די קומענדיגע יאר, און פארבאטן קרעדיט קארד פירמעס צו העכערן די פראצענט מער ווי %10

קען ער דאס דען טון אויף די אייגענע האנט?