Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 2:52 pm
ילדי תלמוד תורה קדושת התורה בירושלים שבנשיאות המשפיע הרה”צ רבי צבי מאיר זילברברג שליט”א בביקור חיזוק אצל מרן פוסק הדור גאב"ד ירושלים מרא דארעא קדישא שליט”א
אינטערעסאנט!מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 11:14 am אידישע נייעס | האדמו"ר מבעלזא אנגעפרעגט אינגערמאן אויב זיין טעלעפאון האט א פילטער:
אן אינטערסאנטע אנעקדאט האט זיך אפגעשפילט פארלאפענע וואך ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, ווען דער רב שליט"א האט באמערקט א סמארטפאון ביי א אינגערמאן וואס איז אריינגעקומען מיט א קוויטל. דער רב האט געפרעגט דעם אינגערמאן אויב ער האט א פילטער און יענער האט נישט געוואלט ענטפערן. דער רב האט אים ווידער געפרעגט אויב ער האט א פילטער און יענער האט מודה געווען אז ניין, ער האט נישט קיין פילטער. אויפן פלאץ האט דער רב גענומען דעם קוויטל און עס צעריסן.
דער אינגערמאן איז ארויס פון רב'ס שטוב און געזאגט פאר די גבאים אז ער נעמט זיך אונטער צו לייגן א פילטער, דער גבאי האט אים געשריבן א נייעם קוויטל און דער רב האט עס געליינט און אים געבענטשט בברכת קדשו.
א חודש? מסתם א יארמיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 11:15 am אידישע נייעס | נייע קרן הצלת עולם התורה אויפגעשטעלט
געווארן אין חצה"ק גור:
אין א מודעה ארויסגעשטעלט מטעם חצה"ק גור איז געמאלדן געווארן די פלענער פון די נייע געגרינדעטע קרן הצלת עולם התורה צו שטיצן די ישיבות און כולל אינגערלייט מיט די סומעס וואס די רעגירונג האט געשניטן. דער קרן איז אויפגעשטעלט געווארן דורך עטליכע פילאנטראפן פון ק"ק גור, הרבני הנגיד רבי שלמה ווערדיגער, די שפירא פאמיליע, און די קליין פאמיליע, וואס וועלן אינאיינעם מיט אנדערע נגידים אנפילן די לאך פון די 2,000 כולל אינגערלייט און טויזנטער בחורי הישיבות מיט ריזיגע סכומים פון צענדליגע מיליאנען שקלים א חודש.
פארוואס עפעס?ציבורא האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 11:40 amאשאד געווען די אלע געלטער וואס וויזניץ וויליאמסבורג האט אריינגעלייגט אין בלומינגראוושבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 11:17 amוואס איז די סיבה פון אזא היסטריאשע טויש?מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 11:48 pm אידישע נייעס | האחים האדמור"ים מוויזניץ וועלן מהיום והלאה אננעמען סנדקאות און עפענען בתי מדרשים אין אנדערע שטעט:
אין א דראמאטישע שריט פון שלום ושלוה ווערט היינט באקאנט בחצרות הקודש וויז'ניץ, אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט געמאלדן פאר זיינע ברידער האדמורי"ם שליט"א לבית וויז'ניץ, אז פון היינט אן קענען זיי אננעמען סנדקאות פון די חסידים פון אנדערע שטעט, און אזוי אויך עפענען שטיבלעך פאר די חסידים וואס וואוינען אין א אנדערע שטאט.
דאס קומט נאך זעקס א האלב יאר זינט די הסתלקות פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, ווען די ברידער כ"ק האדמורי"ם לבית וויזניץ פלעגן נישט אננעמען קיין סנדקאות פון חסידים וואס וואוינען אין אנדערע שטעט, מפני כבודו פונעם עלטערן ברודער, און אזוי אויך איז דערווייל נישט געעפנט געווארן קיין שטיבלעך פאר חסידים פון אנדערע רבי'ס, אין די שטעט וואס עס וואוינט דארט א אנדערע וויזניצע רבי.
פארלאפענע וואך ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א איז געווען צוגאסט אין די קאנטרי בערג, האט ער אפגעהאלטן א זיצונג מיט די ברידער כ"ק האדמורי"ם, און דערביי געמאלדן אז פון היינט אן קען מען טראגן ברית'ן פון איין שטאט צום צווייטן, און אזוי אויך זאל מען עפענען שטיבלעך פאר די חסידים אין אנדערע שטעט, און באזונדערע כוללים ומוסדות התורה.
דאס מיינט אז עס גייט האבן נעמען פון 3 שטעט לדוגמא ווען וומ''ס גייט עפענען אין ב''פ גייט עס 'וויניץ מאנסי וויאלמבסבורג בארא פארק'
זיי קענען ווען דאס בויען אין מאנסי אדער די קעטסקילס