בלאט 137 פון 149
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג יולי 26, 2024 4:46 pm
דורך בצל התומר
בצל התומר
סאטמאר מהר״יי
מיטוואך און דאנערשטאג פרשת פנחס בצל הקודש
► Show Spoiler
מיטוואך פרשת פנחס בצל הקודש אין מחנה דברי יואל
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ח ר׳ שלום יחזקאל מייזעלס הי״ו.
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד, בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ יעקב נחמן שטויבער שליט״א מנה״ר בישיבה.
נאכן דאווענען איז דער בר מצוה בחור אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
זמני כניסה בביתו נאוה קודש איז געווען פון 5:15 ביז 6:15 נאכמיטאג.
אום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ״ד, בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ דוד יואל בלום שליט״א ר״מ בישיבה.
אום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ״ד, בעל תפילה איז געווען הב׳ אלעזר שמואל הויער ני״ו,
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 10:45 אויפדערנאכט.
~
~
דאנערשטאג פרשת פנחס בצל הקודש אין מחנה דברי יואל
אינדערפרי איז רבינו שליט״א אנגעקומען אין סאוט פאלסבורג צו מחנה ישישבה קטנה סניף הרה״ג ר׳ יואל שטעסל שליט״א, לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ״ד אין קעמפ,
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 8:30, בעל תפילה איז געווען הב׳ שמעון דוב בהה״ג ר׳ מנשה פילאפף שליט״א.
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
פתיחה: הרה״ג ר׳ יואל טירנוער שליט״א ר״מ בישיבה.
כהן: הב׳ ליפא ב״ר יואל קאהן הי״ו.
לוי: הב׳ שלמה ב״ר צבי מאיער הי״ו.
דער רבי האט עולה געווען שלישי.
הגבה: חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א ר״מ בישיבה.
גלילה: הב׳ מרדכי ב״ר יעקב חיים הירש הי״ו.
נאכ׳ן דאווענען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג פונעם ביהמ״ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ״ד,
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה״ג ר׳ יואל שליט״א און מקבל פנים געווען דעם רבי׳ן,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען פאר די הנהלת ורמ״י הישיבה און די תלמידים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה ווי דער רבי האט ארומגערעדט בשבח הישיבה און ארויסגעברענגט די חשיבות פון מחנך זיין א בית מקדש מעט, און מעורר געווען אויף קדושת הביהמ״ד, עבודת התפילה און התחזקות בלימוד התורה און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב״ק זענען אלע תלמידים אריבער נעמען שריים, מען האט געענדיגט ארום 11:15.
זמני כניסה בביתו נאוה קודש איז געווען פון 5:15 ביז 7:45 אויפדערנאכט.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה איז געווען הבה״ח יודא מרדכי דייטש ני״ו.
אום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ״ד, בעל תפילה איז געווען הב׳ יוסף גאלדבערגער ני״ו,
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 11:00 אויפדערנאכט.
~
~
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג יולי 26, 2024 4:49 pm
דורך בצל התומר
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 26, 2024 12:42 pm
אידישע נייעס | כשהמלך בשדה:
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וויילט דעם שב"ק אין בעטלהעם ניו העמפשער אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וויילט דעם שב"ק אין מאליבו קאליפארניע אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וויילט דעם שב"ק אין חלדודנא ענגלאנד אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וויילט דעם שב"ק אין ווייט לעיק אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וויילט דעם שב"ק אין ניס פראנקרייך אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וויילט דעם שב"ק אין מחנה מתיבתא עץ חיים אין פארקסוויל אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וויילט דעם שב"ק אין טאמס ריווער געגנט אין לעיקוואד אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וויילט דעם שב"ק אין חלדודנא ענגלאנד אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וויילט דעם שב"ק אין מאלויע שווייץ אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וויילט דעם שב"ק אין הר יונה אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וויילט דעם שב"ק אין שטאט קערעסטיר אין אונגארן אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי וויילט דעם שב"ק אין נייעק בקרב תלמידי ישיבתו הק' אמרי חיים וויזניץ.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון וויליאמסבורג וויילט דעם שב"ק אין מחנה אהבת ישראל וויזניץ אין ליבערטי.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון בארא פארק וויילט דעם שב"ק אין מחנה בנות ישראל וויזניץ אין סאוט פאולסבורג.
כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א וויילט דעם שב"ק אין קרית יואל אויף אפרוה, די תפילות און טישן קומען פאר בבית מדרשו.
כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וויילט דעם שב"ק אין מחנה ישיבת סערדאהעלי אין מאנטיסעלא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א וויילט דעם שב"ק אין מחנה ברכת שמים קאשוי אין אלסטערהייטס אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א וויילט דעם שב"ק אין דאוואס שווייץ אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א וויילט דעם שב"ק אין מאנסי אויף אפרוה, די תפילות און טישן קומען פאר בבית מדרשו.
כ״ק מרן אדמו״ר מסאטמאר שליט״א וויילט דעם שב״ק אין מחנה דברי יואל בקרב תלמידיו
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מוצש"ק יולי 27, 2024 10:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | האדמו"ר מתולדות אהרן מוצ"ש ביי הבדלה און מלוה מלכה, אין קערעסטיר.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 10:20 am
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | שמחות בחצרות הקודש:
היינט קומט פאר די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, א זון פון בנו הגדול הגה"צ ר' יחזקאל שרגא הורוויץ שליט"א דומ"ץ ספינקא, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א. - די שמחה קומט פאר אין היכל ישיבת תורת צבי ספינקא אין קרית יואל.
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב יוסף טייטלבוים שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק נירבאטור שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אליעזר ליבר שנעעבאלג שליט"א גאב"ד עדזשווער. - די שמחת התנאים קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין קאנטינענטאל זאל אין לאנדאן.
מעמדי קודש:
היינט קומט פאר א גרויסע עצרת הספד והתעוררות ככלות השלושים צו די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ קייאמישע לעיק, וואו עס וועלן זיך צוזאמקומען הונדערטער אידן פון אלע ארומיגע קאנטריס צו באוויינען די ביטערע אבידה. עס וועט אויפטרעטן כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, הגה"צ ר' ברוך האגער שליט"א אב"ד קאסוב לעיקוואד, און הרב שלמה באכנער שליט"א מנהל ומייסד בוני עולם.
הילולא קדישא:
כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועט היינט פארנאכטס אפרעכטן די יארצייט טיש לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע, אין ביהמ"ד הגדול פינסק קארלין אין די בית ישראל געגנט אין ירושלים.
כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א וועט היינט אויפדערנאכט אפרעכטן די יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע, אין די היכל הטישן בבנין ביהמ"ד זוועהיל אין ביתר.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 10:21 am
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן איז מתפלל בין ציון פון הרה"ק רבי אברהם מתתיהו משטעפינעשט זי"ע, לרגל די יארצייט.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 11:40 am
דורך שאינו יודע לשאול
שמחת התנאים פון החתן אייניקל פון האדמו"ר מאמשינוב.
- unnamed - 2024-07-28T113943.756.jpg (66.25 KiB) געזען געווארן 1083 מאל
- לחיים
- unnamed - 2024-07-28T113957.326.jpg (62.63 KiB) געזען געווארן 1083 מאל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 1:20 pm
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | הגה"צ ר' ניסן דוד קיוואק מוצ"ש אין וויליאסמבורג.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 11:47 pm
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | האדמו"ר מבאבוב-45 באזוכט ביים נייעם ביהמ"ד הגדול ההולך ונבנה:
פאריגע וואך אהיימקומענדיג פון לאנדאן - איידער'ן זיך ארויסלאזן אין קעמפ אויפ'ן זומער, האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, באזוכט אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק, אומקוקנדיג זיך פון די נאנט אויף די גרויסע פארשריט וואס איז ב"ה געמאכט געווארן אין די לעצטע חדשים.
אין א לענגערע באזוך האט דער רבי שליט"א, אין באגלייטונג פון ראשי הנהלת ועסקני 'קרן הבנין' אין שפיץ פון בנו הרה"צ רבי יחזקאל אונגער שליט"א מראשי וועד קרן הבנין, און האט דורכשפאצירט דעם בנין לארכה לרחבה, איבער אלע זיבן שטאק, ביים היכל הגדול, מקוה טהרה, היכל התורה און נאך, הערנדיג א באריכט איבער די אנטוויקלונגען אין יעדן איינציגן אפטיילונג.
דעם יעצטיגן באזוך איז אפגעהאלטן געווארן אין א צייט ווען דאס בנין איז אין א געוויסן זין פולקאם געבויעט, און ווארט נאר אויף צודעקונג, אינעווייניגסטע איינריכטונגען און נאך פארשידענע זייטיגע ארבעט וואס וועלן אי"ה ברענגען דעם בנין צום פולן שוואונג.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 11:48 pm
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | האחים האדמור"ים מוויזניץ וועלן מהיום והלאה אננעמען סנדקאות און עפענען בתי מדרשים אין אנדערע שטעט:
אין א דראמאטישע שריט פון שלום ושלוה ווערט היינט באקאנט בחצרות הקודש וויז'ניץ, אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט געמאלדן פאר זיינע ברידער האדמורי"ם שליט"א לבית וויז'ניץ, אז פון היינט אן קענען זיי אננעמען סנדקאות פון די חסידים פון אנדערע שטעט, און אזוי אויך עפענען שטיבלעך פאר די חסידים וואס וואוינען אין א אנדערע שטאט.
דאס קומט נאך זעקס א האלב יאר זינט די הסתלקות פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, ווען די ברידער כ"ק האדמורי"ם לבית וויזניץ פלעגן נישט אננעמען קיין סנדקאות פון חסידים וואס וואוינען אין אנדערע שטעט, מפני כבודו פונעם עלטערן ברודער, און אזוי אויך איז דערווייל נישט געעפנט געווארן קיין שטיבלעך פאר חסידים פון אנדערע רבי'ס, אין די שטעט וואס עס וואוינט דארט א אנדערע וויזניצע רבי.
פארלאפענע וואך ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א איז געווען צוגאסט אין די קאנטרי בערג, האט ער אפגעהאלטן א זיצונג מיט די ברידער כ"ק האדמורי"ם, און דערביי געמאלדן אז פון היינט אן קען מען טראגן ברית'ן פון איין שטאט צום צווייטן, און אזוי אויך זאל מען עפענען שטיבלעך פאר די חסידים אין אנדערע שטעט, און באזונדערע כוללים ומוסדות התורה.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 11:17 am
דורך שבת קודש
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 11:48 pm

וואס איז די סיבה פון אזא היסטריאשע טויש?
דאס מיינט אז עס גייט האבן נעמען פון 3 שטעט לדוגמא ווען וומ''ס גייט עפענען אין ב''פ גייט עס 'וויניץ מאנסי וויאלמבסבורג בארא פארק'
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 11:40 am
דורך ציבורא
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 11:17 am

אשאד געווען די אלע געלטער וואס וויזניץ וויליאמסבורג האט אריינגעלייגט אין בלומינגראוו
זיי קענען ווען דאס בויען אין מאנסי אדער די קעטסקילס
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 2:06 pm
דורך שאינו יודע לשאול
הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן מוצש"ק אין ביתר.
- unnamed - 2024-07-29T140400.374.jpg (37.59 KiB) געזען געווארן 790 מאל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 2:06 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מעמד קביעת מזוזה און חנוכת המקוה אין ביהמ"ד דינוב אין קרית יואל.
- unnamed - 2024-07-29T140342.451.jpg (47.88 KiB) געזען געווארן 788 מאל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 3:20 pm
דורך איש חשוב
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 11:17 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 11:48 pm
אידישע נייעס | האחים האדמור"ים מוויזניץ וועלן מהיום והלאה אננעמען סנדקאות און עפענען בתי מדרשים אין אנדערע שטעט:
אין א דראמאטישע שריט פון שלום ושלוה ווערט היינט באקאנט בחצרות הקודש וויז'ניץ, אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט געמאלדן פאר זיינע ברידער האדמורי"ם שליט"א לבית וויז'ניץ, אז פון היינט אן קענען זיי אננעמען סנדקאות פון די חסידים פון אנדערע שטעט, און אזוי אויך עפענען שטיבלעך פאר די חסידים וואס וואוינען אין א אנדערע שטאט.
דאס קומט נאך זעקס א האלב יאר זינט די הסתלקות פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, ווען די ברידער כ"ק האדמורי"ם לבית וויזניץ פלעגן נישט אננעמען קיין סנדקאות פון חסידים וואס וואוינען אין אנדערע שטעט, מפני כבודו פונעם עלטערן ברודער, און אזוי אויך איז דערווייל נישט געעפנט געווארן קיין שטיבלעך פאר חסידים פון אנדערע רבי'ס, אין די שטעט וואס עס וואוינט דארט א אנדערע וויזניצע רבי.
פארלאפענע וואך ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א איז געווען צוגאסט אין די קאנטרי בערג, האט ער אפגעהאלטן א זיצונג מיט די ברידער כ"ק האדמורי"ם, און דערביי געמאלדן אז פון היינט אן קען מען טראגן ברית'ן פון איין שטאט צום צווייטן, און אזוי אויך זאל מען עפענען שטיבלעך פאר די חסידים אין אנדערע שטעט, און באזונדערע כוללים ומוסדות התורה.
וואס איז די סיבה פון אזא היסטריאשע טויש?
דאס מיינט אז עס גייט האבן נעמען פון 3 שטעט לדוגמא ווען וומ''ס גייט עפענען אין ב''פ גייט עס 'וויניץ מאנסי וויאלמבסבורג בארא פארק'
גוטע פראגע.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 6:38 pm
דורך הקוראים
היינט פארמיטאג איז כ"ק אדמו״ר מוואודרידזש שליט"א ווידער אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, נאך א פארערגערונג אין די מצב הבריאות מיט פרישע קאמפליקאציעס וואס האט זיך געשאפן אין די לעצטע טעג.
א וואך צוריק איז דער רבי אהיימגעקומען נאכן זיין שפיטאליזירט פאר צען טעג, דער רב האט שוין אנגעהויבן צוריק פארלערנען די שיעורים און עטוואס צוריקגעקומען צו די כוחות, אבער ליידער צוליב די פרישע קאמפליקאציעס און די שוואכע געזונט צושטאנד איז דער רבי צוריקגעפירט געווארן אין שפיטאל אויפן ראט פון די דאקטוירים, כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו ולבריאותו השלימה, כ"ק מרן יצחק בן ברכה לרפואה שלימה.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 6:45 pm
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | מעמדי קודש:
ככלות השלושים צו די הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, וועט היינט פארקומען די סעודת שלושים אין שפיץ פון די קינדער האדמורי"ם והרבנים, אין זאל בית אסתר אין בארא פארק.
היינט ווערט אפגעצייכנט די יום ההצלה והשחרור פון הרה"ק רבי אברהם יעקב האדמו"ר הזקן מסאדיגורא זכותו יגן עלינו, אין אלע רוזינער צענטערן וועט מען זיך צוזאמנעמען אויף מסיבת מרעים לכבוד היום, בחצרות באיאן און סאדיגורא וועלן פארקומען גרויסע כינוסים פאר די בחורי החבורות כנהוג.
הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה:
כ"ק אדמו"ר מנדבורנה שליט"א איז אנגעקומען צוגאסט קיין לאנדאן לטובת מוסדותיו, די אכסניא איז אין שטוב פון הנגיד ר' חיים שנעק אין די גאלדערס גרין געגנט.
הילולא קדישא:
היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים זצ"ל.
בנו כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט סעודה בבית מדרשו אין ירושלים.
בנו כ"ק אדמו"ר מסערעדנא שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט סעודה בבית מדרשו אין בני ברק.
היינט געפאלט די יארצייט פונעם הייליגן רמ"ק זכותו יגן עלינו, פילע אידן וועלן פוקד זיין דעם ציון הק' אויפן איר אלטן בית החיים אין צפת
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 6:46 pm
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | קבלת פני אדירי התורה אין לאנדאן:
מארגן דינסטאג וועט פארקומען א גרויסארטיגע מעמד 'קבלת פנים' לכבודו פון די גדולי ומאורי הדור שליט"א וועלכע קומען צו פארן פון ארה"ק קיין לאנדאן הבירה, אויפצוטרייבן די נויטיגע פאנדן לטובת 'קרן עולם התורה'. די ריזן מעמד וועט פארקומען אין די גיגאנטישע 'אייקיא' סטעדיום אין לאנדאן וועלכע געפונט זיך צווישן די סטעמפארד און גאלדעס גרין געגענטער.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 6:46 pm
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | הנחת אבן הפינה פאר נייע ראחמסיטריווקא קעמפ:
דעם קומענדיגן זונטאג עקב וועט געפראוועט ווערן די מעמד 'הנחת אבן הפינה' אויף די ריזן שטח ווי עס וועט געבויעט ווערן די נייע אינגל קעמפ 'מחנה אוהל יוחנן ראחמיסטריווקא'. די מעמד וועט באשיינט ווערן דורך האחים האדמורי"ם שליט"א לבית ראחמיסטריווקא און וועט זיין מיט די באטייליגונג פון הונדערטע חסידים פון איבער ניו יארק און ניו דזשערסי.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 8:32 pm
דורך מיינע פאעזיעס
שכח @מיילעך פריילעך פארן ברענגען אזוי ערליך די רבישע נייעס, ביסט מיר מחי'!!!
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 9:51 am
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | שמחות בחצרות הקודש:
היינט קומט פאר די שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א אב"ד אבני צדק קרית יואל, א זון פון זיין איידעם הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א, זון פון הגה"צ ר' זלמן אשכנזי שליט"א אב"ד אוסטילא. - די שמחה קומט פאר היינט אויפדערנאכט בצל הקודש פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין בעטלהעם ניו העמפשער, מארגן אינדערפרי וועט דארט פארקומען די מעמד הנחת תפילין און מסיבת לחיים, און שפעטער אויפדערנאכט וועט פארקומען די שמחת הבר מצוה אין זאל פון כינור דוד אין קרית יואל.
הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה:
היינט קומט פאר די היסטארישע מעמד אין לאנדאן קבלת פני רבותינו ומעמד כבוד התורה, צו אנטפאנגען די גדולי הדור פון ארץ הקודש, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, מרנן ורבנן ראשי ישיבת סלאבאדקע, הגאון הגדול רבי דוב לאנדא, און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א. הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, הגאון הגדול רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת אהבת שלום, און הגאון המשגיח רבי דן סגל שליט"א, וועלכע זענען אנגעקומען צוגאסט קיין ענגלאנד אויפצוטרייבן ריזיגע סכומים לטובת די ניי געגרינדעטע קרן עולם התורה, צו פינאנצירן די ישיבות און כוללים בארצינו הקדושה. די היסטארישע מעמד קומט פאר אין די ריזן דראמשעדס זאל אין די געוועזענע אייקיע צענטער, מיט די באטייליגונג פון אלופי אלפי ישראל, רבנים אדמורי"ם וראשי ישיבות.
כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פארט היינט ארויס אויפן וועג קיין ארץ ישראל, צו פראווענען דעם קומענדיגן שבת בקרב חסידיו בעיר הקודש ירושלים, שטייענדיג אין די ימי בין המצרים ימי אבל לחורבן ירושלים.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון בית שמש לאזט זיך היינט ארויס אויפן וועג קיין ניו יארק, צו באשיינען די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל, און א רייע מסיבות לטובת מוסדותיו הקדושים אין בית שמש, דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע צוויי טעג אין קרית וויזניץ קייאמישע, בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יודא יואל ראזענפעלד הי"ו.
הילולא קדישא:
היינט כ"ד תמוז געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי פנחס שלום מקאסאן זצ"ל, די אייניקלעך האחים האדמורי"ם לבית קאסאן שליט"א וועלן אפרעכטן די יארצייט טיש היינט פארנאכטס אין ביהמ"ד נצח ישראל פארשעי.
לרגל די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים זצ"ל בעל גדולת מרדכי וואס געפאלט היינט כ"ד תמוז, וועלן די קינדער האדמורי"ם שליט"א ארויפגיין צום ציון הק' אויפן הר הזיתים להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 9:53 am
דורך מיילעך פריילעך
אידישע נייעס | אנגעהויבן גראב ארבעט ביים ביהמ"ד קארלין סטאלין ב"פ:
מיט גרויס פרייד האלטן מיט חסידי קארלין סטאלין אין בארא פארק, ווי מען האט אנגעהויבן די פאקטישע גראב ארבעט ביים גרויסן שטח אויף די זעכצענטע עוועניו, מיטן ציל אויפצובויען דעם נייעם גרויסן ביהמ"ד דחסידי קארלין סטאלין. בהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט בעצם יומא דהילולא פון הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע.
ווען דער טרעקטאר האט זיך באוויזן אויפן שטח, האט דאס אויפגעברענגט גרויס שמחה ביי די חסידים וועלכע זענען אנגעקומען צום שטח און דארט געפראוועט א מסיבת לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד. ביים לחיים האט זיך אויך אנגעזעהן הגה"צ אב"ד אמונת ישראל שליט"א.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 2:44 pm
דורך שאינו יודע לשאול
האדמו"ר מוויען באזוכט אין ארה"ק.
- unnamed - 2024-07-30T144224.948.jpg (83.63 KiB) געזען געווארן 466 מאל
- unnamed - 2024-07-30T144227.719.jpg (86.09 KiB) געזען געווארן 466 מאל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 2:52 pm
דורך Joel
ילדי תלמוד תורה קדושת התורה בירושלים שבנשיאות המשפיע הרה”צ רבי צבי מאיר זילברברג שליט”א בביקור חיזוק אצל מרן פוסק הדור גאב"ד ירושלים מרא דארעא קדישא שליט”א
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 9:28 pm
דורך מיילעך פריילעך
מעלבוירן - נאך די מסע הקודש אין אמעריקע און קאנאדע און אין די יעצטיגע צייט וואס די גדולי הדור שליט"א וואס שטייען אין שפיץ פון די 'קרן עולם התורה' געפינען זיך אין ענגלאנד אויף א מסע הקודש פון 48 שעה, האבן זיי אפגעשיקט א בריוו צו די אידן אין די ווייטע אוסטראליע וואס האבן אויף די אייגענע האנט אנגעהויבן צו אויפטרייבן געלט פאר דער ניי געגרינדעטע קרן.
די בריוו דעקט אויף די גענויע ציפערן וואס די רעגירונג האט געשניטן פון די ישיבות און כוללים, פאר בחורים איז דאס $127 א חודש וואס איז $1524 א יאר, און פאר כולל אינגערלייט איז דאס $228 א חודש וואס קומט אויס צו $2736 א יאר, די טאטאלע סכום פון אלע אינגערלייט און בחורים אינאיינעם קומט אהן צו 107 מיליאן דאלאר וואס פון דעם געפונט זיך שוין 94 מיליאן דאלאר אין די קאסע.
די גדולי הדור וואס האבן אונטערגעשריבן די בריוו געבן א פערזענליכע דאנק פאר די אוסטראליער אידן וואס האבן נישט געווארט אז מען זאל זיין בעטן נאר אליינס אריינגעטאנצן צו ארויסהעלפן די לומדי תורה מתוך הדחק אין ארץ ישראל.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 9:17 am
דורך שאינו יודע לשאול
אן אינטערסאנטע אנעקדאט האט זיך אפגעשפילט פארלאפענע וואך ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, ווען דער רב שליט"א האט באמערקט א סמארטפאון ביי א אינגערמאן וואס איז אריינגעקומען מיט א קוויטל. דער רב האט געפרעגט דעם אינגערמאן אויב ער האט א פילטער און יענער האט נישט געוואלט ענטפערן. דער רב האט אים ווידער געפרעגט אויב ער האט א פילטער און יענער האט מודה געווען אז ניין, ער האט נישט קיין פילטער. אויפן פלאץ האט דער רב גענומען דעם קוויטל און עס צעריסן.
דער אינגערמאן איז ארויס פון רב'ס שטוב און געזאגט פאר די גבאים אז ער נעמט זיך אונטער צו לייגן א פילטער, דער גבאי האט אים געשריבן א נייעם קוויטל און דער רב האט עס געליינט און אים געבענטשט בברכת קדשו.
קניידל נייעס