בלאט 136 פון 150

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 12:36 am
דורך היסטאריקער
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 12:09 am
היסטאריקער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 11:45 pm אזאנע דעוועלעפמענטס וועלן קיינמאל נישט ווערן אפראווט

אין וועלכע ווילידזש איז דער דעוועלאפמענט?

https://maps.app.goo.gl/mj696MJ1xNyYDRsv6
ווי ווייט איך ווייס (נעם מיך נישט ביים ווארט) איז עס זאונינג פאר עלטערע לייט ווי מען קען בויען קליינע הייזער און מער צושטיפט א בחינה ווי די רויטע הייזער וואס מען האט געבויעט אין קר"י אין די בראשית יארן, די דעוועלאפמענט האט טאקע נאר פינף זעקס רומיגע אפארטמענטס.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 12:41 am
דורך שאינו יודע לשאול
בן תורה האט געשריבן: זונטאג יולי 13, 2025 4:42 pm א חידוש פון א מעשה..
א וויליאמסבורגע אינגערמאנטישקל וואס וואוינט אויפן פערדע שטאק אין א דריי רומיגע דירה, האט געגעבן א דעפאזיט אין פראספעקט דעוועלאפמענט, פאר גרויס שמחה איז ער געלאפן עפענען א ניק אויף אידטיש צו פארציילן די שמחה וואס ער האט.
נאך אביסל שמועסן שטעלט זיך ארויס אז דער וויליאמסבורגער אינגערמאן איז אויסגעקאכט אין אלע דעוועלאמפענטס אין קרית יואל, און האט א ברייטן בליק איבער די גאנצע ריעל עסטעיט אין קרית יואל אינקלאודעד די אפעקטן וואס די תקנות דאהי גייען האבן עטליכע יאר ארום...

און דער עולם טענה'ט זיך מיט אים...
און די אינטערסאנטסטע איז, אז ווען מזאגט נעמען פון דעוועלאפמענט און גאסן, ווייסט ער נישט פון וואס מ'רעדט. סאו דער אינסיידער וואס גיבט אינפארמאציע האט אים פארגעסן צו זאדן די נעמען פון די דעוועלאפמענטס וואס בויען זיך נישט.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 8:33 am
דורך נאו לעיבל
זייער א שיינע און רייכע אינטערוויו מיט ר' יענקל מאיר אינדיג אין די קאנסטראקשען ביילאגע פון די וואך ווי ער רעדט ארום איבער זיין 30 יעריגע קאריערע פון אויפבויען קר"י.

ווערט צו ליינען.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 9:26 am
דורך ארבעט זאנע
היסטאריקער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 11:45 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 7:47 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 6:30 pm מען זאגט אז די פלאן פון ר' יוסף יוזפא לאנדא צו בויען גרויסע בילדינגס פון דירות, ווי מען האט דא געברענגט און געמאלדן דורך די ועד הדירות, איז נישט געווארן אפראווד ביי די ווילעדזש אף סאוט בלומינגראוו, זיי האבן נאר אפראווד אזוי ווי דעם פלאן דא, דריי בילדינגס און די איבריגע פריוואטע 2 פאמיליע הייזער.

IMG_20250717_100331_149.jpg
סיריעסלי?!

אויב איז עס אמת, איז מיין רעאקציע אביסל געמישט.

פון איין זייט, קודאס צו די ווילעדזש באאמטע! זיי האבן מיט 3 יאר צוריק - אדער אפשר שוין 4- דורכגעפירט א רעפערענדום צווישן די איינוואוינער וויאזוי די זאונינג געזעצן זאלן זיין, און ס’איז געבליבן אז דער ציבור וויל מאקסימום מוטער-און-טאכטער הייזער, און בשום אופן לאזן גרויסע דעוועלאפמענט.

די ווילעדזש האט דאן געפייערט און געשאלט מיט דעם באשלוס, און זאגאר ארויסגעקומען מיט א שארפע עדיטאריעל קעגן א צייטונג וואס האט באריכטעט פלענס צו בויען גרעסער, שרייענדיג אז די בלומינגראוו ווילעדזש גייט קיינמאל נישט לאזן בויען אזוי. דא וועט מען וואקסן אין די ברייט, און נישט אין די הייעך.

אלזא, ס’גוט אז זיי שטעלן זיך צו צום ציבור, און פירן אויס וואס זיי אליינס האבן פארשפראכן.

אבער אין די זעלבע צייט וואונדערט מיר, ערשטנס, פארוואס לאזן זיי אפילו אין די דופלעקס הייזער ווערן געבויט דירות אין די בעיסמענטס, ס’איז קלאר נישט וואס מ’האט גערעדט. צווייטנס, פארוואס פונקט ביי דעם דעוועלאפמענט באשליסן זיי צו האלטן ווארט?

ליגט עפעס טיפער דא?
זיי לאזן בויען קליינע אין די בעסמענט אז אינגעלייט וואס קענען נישט צאלן 900k זאלן אויך קענען קויפן און דער עולם דארט וויל קענען האלטן די קינדער נאנט צו זיך, ווען עס וואלט ווען געווען א ווינט קעגן דעם וואלטן זיי עס אפגעשטעלט.

לגבי די נייע פראיעקט וואס מען חושט מיטן ציבור איז קלאר אז ס'איז קיינמאל געווארן אפראווד און אזאנע דעוועלעפמענטס וועלן קיינמאל נישט ווערן אפראווד ווילאנג דער עולם דארט וויל עס נישט כאטש וואס ס'איז דא געוויסע פעלער וואס זיי לאזן יא בויען מולטי פעמילי איז עס נאר אויב די דעוועלאפער לאזט איבער א געוויסע מאס אפענע ליידיגע שטח פאר פלעי-גראונדס אדער אנדערע צרכי ציבור.

דאס וואס מען נעמט דעפאזיטס פאר א דעוועלעפמענט וואס האט זיראו טשאנסן צו ווערן אפראווד ביי די יעצטיגע ווילעדזש איז אן עון פלילי, ס'איז מרפסן איגרי וואס מען טוט מיט די אפגעשפארטע געלט פון אינגעלייט, און ווי די שרייבסט, ווילאנג די איינוואוינער פון בלומינגראוו ווילן נישט זען אזאנע דעוועלעפמענטס וועט עס נישט זיין.

דו פרעגסט אויב ס'איז אמת, גיי ארויף אויף די ווילידזש און UJC וועבזייטלעך וועסטו זיך איבערצייגן אז דאס וואס מען האט אדוועטייזט איז ניטאמאל געווארן ארויפגעברענגט פאר די ווילעדזש אף סאוט בלומינגראוו פלענינג בארד.
ער האט שוין גענומען דיפאזעטס?

סך הכל ארויסגעלייגט די פלענער פארן פובליק..

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 10:01 am
דורך אסעמבלימאן
נאו לעיבל האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 8:33 am זייער א שיינע און רייכע אינטערוויו מיט ר' יענקל מאיר אינדיג אין די קאנסטראקשען ביילאגע פון די וואך ווי ער רעדט ארום איבער זיין 30 יעריגע קאריערע פון אויפבויען קר"י.

ווערט צו ליינען.
https://booklet.thejewishblast.com/cons ... iew#page=1

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 10:25 am
דורך חלום חלמתי
אסעמבלימאן האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 10:01 am
נאו לעיבל האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 8:33 am זייער א שיינע און רייכע אינטערוויו מיט ר' יענקל מאיר אינדיג אין די קאנסטראקשען ביילאגע פון די וואך ווי ער רעדט ארום איבער זיין 30 יעריגע קאריערע פון אויפבויען קר"י.

ווערט צו ליינען.
https://booklet.thejewishblast.com/cons ... iew#page=1
דאס איז 50 זייטן פון 178

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 11:00 am
דורך ארבעט זאנע
איינער זאגט מיר אז די גאנצע מאונטען לאט, האבן זיי ארויסגעגעבן פאר א ליעס פאר א פירמע וואס גראבט שטיינער

א ליעס פאר 3 יאר.

ד.מ. אז פאר 3 יאר וועט מען נישט אנהייבן צו בויען,

איינער ווייסט מער פרטים?

איז דא עפעס א נקודת אמת שבו? אדער סתם הבל הבלים?

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 11:11 am
דורך חלום חלמתי
ארבעט זאנע האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 11:00 am איינער זאגט מיר אז די גאנצע מאונטען לאט, האבן זיי ארויסגעגעבן פאר א ליעס פאר א פירמע וואס גראבט שטיינער

א ליעס פאר 3 יאר.

ד.מ. אז פאר 3 יאר וועט מען נישט אנהייבן צו בויען,

איינער ווייסט מער פרטים?

איז דא עפעס א נקודת אמת שבו? אדער סתם הבל הבלים?
וויפיל שטיינער איז דא דארט אז מ'זאל קענען זיצן פאר דריי יאר?

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 11:14 am
דורך Azoi Tzi Zugen
ווי קומט דא אריין ליעס? מען נעמט אויף א פירמע פאר אינפאסטרוקטור. מען האט געשמועסט אז ער האט אויפגענומען משה יצחק גראס

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 11:49 am
דורך אסעמבלימאן
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 10:25 am
אסעמבלימאן האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 10:01 am
נאו לעיבל האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 8:33 am זייער א שיינע און רייכע אינטערוויו מיט ר' יענקל מאיר אינדיג אין די קאנסטראקשען ביילאגע פון די וואך ווי ער רעדט ארום איבער זיין 30 יעריגע קאריערע פון אויפבויען קר"י.

ווערט צו ליינען.
https://booklet.thejewishblast.com/cons ... iew#page=1
דאס איז 50 זייטן פון 178
דאס איז בלויז א חלק פון די גאנצע אויסגאבע דיר אנצורייצן זאלסט עס גיין קויפן

אבער אין די חלק איז דא די גאנצע שמועס מיר ר' מאיר יעקב אינדיג,

מיר איז עס זייער אינטערעסאנט געווען.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 12:06 pm
דורך ארבעט זאנע
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 11:11 am
ארבעט זאנע האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 11:00 am איינער זאגט מיר אז די גאנצע מאונטען לאט, האבן זיי ארויסגעגעבן פאר א ליעס פאר א פירמע וואס גראבט שטיינער

א ליעס פאר 3 יאר.

ד.מ. אז פאר 3 יאר וועט מען נישט אנהייבן צו בויען,

איינער ווייסט מער פרטים?

איז דא עפעס א נקודת אמת שבו? אדער סתם הבל הבלים?
וויפיל שטיינער איז דא דארט אז מ'זאל קענען זיצן פאר דריי יאר?
עס איז דא געוויסע מין שטיינער וואס מ'קען פארקויפן פאר שיין געלט, שטיינער וואס מ'קען נוצן פאר ספציעליע זאכן,
איז דא פירמעס וואס טוהן דאס, זיי דינגען א שטח, זיי גראבן אויס די שטיינער און פארקויפן די שטיינער,
איינער פארציילט מיר אז די מאונטען שטח איז געווארן פארדינגען פאר אזא פירמע פאר 3 יאר ליעס
איך וויל וויסן צו דאס איז אמת אדער נישט.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 12:26 pm
דורך פעניאק
קודם מוז איך וויסן ווער ס'האט דיר דאס געזאגט, און צו ער האט געקויפט א דירה ביי דירה נאה...
--
די האלטסט אז אויב דאס איז אמת וואלט נישט געווען א כאפצעם אויף די לאט?

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 1:05 pm
דורך ארבעט זאנע
פעניאק האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 12:26 pm קודם מוז איך וויסן ווער ס'האט דיר דאס געזאגט, און צו ער האט געקויפט א דירה ביי דירה נאה...
--
די האלטסט אז אויב דאס איז אמת וואלט נישט געווען א כאפצעם אויף די לאט?
אקעי ווילסט וויסן פיקטליך די מעשה, די מעשה איז אזוי,

איך מיט מיין חבר, אונז ביידע חסדים פונעם רבין זאל זיין געזונט דא אין קרית יואל

פאר קרוב צו 2 יאר צוריק האבן מיר ביידע אנגעהויבן טראכטן פון תכלית אז מ'דארף קויפן א דירה
אונז האבן אריינגעקוקט אין אלע אפציעס וואס איז דעמאלטס געווען אין קרית יואל
איך טוה נישט אזא שריט אן די הסכמה פונעם רבי'ן, סא בעפאר יעדע דיעל וואס עס האט אויסגעזעהן פאסיג פאר מיר, בין איך אריין צום רבין, די רבי האט מיר אויף יעדע זאך געזאגט אז איך זאל נישט נעמען

משא''כ מיין חבר, וואס האלט אז מ'רעדט איין די רבי וכדומה וד''ל, איך לאז מיר נישט פארקויפן פאר די שטתים,, אבער אזוי האלט ער,
עכ''פ ער האט מיר אנגעקוקט פאר א לא לנו פארן פאלגן און ווארטן, און בערך איינס אהאלב יאר צוריק האט ער געסיינט קאנטראקט אויף א הויז, און יעצט וואוינט ער שוין דארט

יעצט חודש תמוז תשפ''ה, ווען מציאות איז מציאות, די פרייז האלט וואו עס האלט, און מיט די הסכמה פון רבינו שליט''א האב איך געסיינט קאנטראקט ביי איינע פון די נייע דעוועלעפמענט

מיין חבר זאל זיין געזונט און שטארק, דארף דאך מיר ווייזן וואו קלוג ער איז געווען, סא ער האלט מיר אין איין זאגן, אז די "באבל" גייט "וואן דעי" קראכן וכדו' וכדו'
יעצט פארציילט ער מיר מיט איין שמחה דעי נייעס
סא סימפאל.
איך וויל וויסן אויב דאס איז אמת אדער נישט.
איינער ווייסט ?

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 1:19 pm
דורך פופציגער
ארבעט זאנע האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 1:05 pm

לאמיך דיר קודם בארואיגן, אפילו אויב דאס איז אמת, איז עס ווייט פון א קראך.

למעשה ווייס איך נישט צי ס’אמת, כזאג נאר.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 2:05 pm
דורך דער תהלים איד
ארבעט זאנע האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 12:06 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 11:11 am
ארבעט זאנע האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 11:00 am איינער זאגט מיר אז די גאנצע מאונטען לאט, האבן זיי ארויסגעגעבן פאר א ליעס פאר א פירמע וואס גראבט שטיינער

א ליעס פאר 3 יאר.

ד.מ. אז פאר 3 יאר וועט מען נישט אנהייבן צו בויען,

איינער ווייסט מער פרטים?

איז דא עפעס א נקודת אמת שבו? אדער סתם הבל הבלים?
וויפיל שטיינער איז דא דארט אז מ'זאל קענען זיצן פאר דריי יאר?
עס איז דא געוויסע מין שטיינער וואס מ'קען פארקויפן פאר שיין געלט, שטיינער וואס מ'קען נוצן פאר ספציעליע זאכן,
איז דא פירמעס וואס טוהן דאס, זיי דינגען א שטח, זיי גראבן אויס די שטיינער און פארקויפן די שטיינער,
איינער פארציילט מיר אז די מאונטען שטח איז געווארן פארדינגען פאר אזא פירמע פאר 3 יאר ליעס
איך וויל וויסן צו דאס איז אמת אדער נישט.

לא היו דברים מעולם.

דער זעלבער יושע רייך פון "פרא סייט ווארק" וואס האט געטון די ארבעט אין שכונת ויואל משה, און עיקערס ענקלעיוו, די זעלבע קאמפאני טוט יעצט די ארבעט אויף מאונטעין רידזש.

נישט פארליעסט, נישט פארקויפט, נישט גארנישט...

שוין אפגערעדט וואס אפילו ס'זאל יא זיין אמת (איך רעד העטעך פעטעך...) פארוואס איז וועגן דעם די תקנות א באבל? וואס האט שמיטה מיט הר גריזים?... און שוין בעסייד דע פאקט אז דער דעוועלאפער האט שוין געפראווט אז 300 (געמעקטע) בלעטער אויף אייוועלט פון 6 יאר צוריק וועגן "די באבל פון שכונת ויואל משה" איז בלויז גוט אויף צו בארואיגן די וואס פארגינען נישט, און ס'איז נאר א רחמנות אויף די וואס קויפן נישט א דירה אדאנק דעם ביז זיי דארפן שוין צאלן סאך מער.

אזוי קוקן אויס אלע מעשיות...

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 2:20 pm
דורך דער תהלים איד
אסעמבלימאן האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 11:49 am
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 10:25 am
אסעמבלימאן האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 10:01 am

https://booklet.thejewishblast.com/cons ... iew#page=1
דאס איז 50 זייטן פון 178
דאס איז בלויז א חלק פון די גאנצע אויסגאבע דיר אנצורייצן זאלסט עס גיין קויפן

אבער אין די חלק איז דא די גאנצע שמועס מיר ר' מאיר יעקב אינדיג,

מיר איז עס זייער אינטערעסאנט געווען.
היות כ'האב עס מיטגעהאלטן ווייס איך די ענטפער...

ס'איז געשען א טעות אינעם ביילאגע אז די שאלות און תשובות פון דעם אינטערוויו מיט ר' מאיר יענקל זענען די זעלבע פאנט, אויסגעמישט.

דערפאר האבן זיי אריינגעלייגט אין "פריוויו" א פאראכטענע פון די גאנצע שמועס.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 9:31 am
דורך פארנומען
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 2:20 pm
אסעמבלימאן האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 11:49 am
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 10:25 am

דאס איז 50 זייטן פון 178
דאס איז בלויז א חלק פון די גאנצע אויסגאבע דיר אנצורייצן זאלסט עס גיין קויפן

אבער אין די חלק איז דא די גאנצע שמועס מיר ר' מאיר יעקב אינדיג,

מיר איז עס זייער אינטערעסאנט געווען.
היות כ'האב עס מיטגעהאלטן ווייס איך די ענטפער...

ס'איז געשען א טעות אינעם ביילאגע אז די שאלות און תשובות פון דעם אינטערוויו מיט ר' מאיר יענקל זענען די זעלבע פאנט, אויסגעמישט.

דערפאר האבן זיי אריינגעלייגט אין "פריוויו" א פאראכטענע פון די גאנצע שמועס.
פאר מיר האט זיך עס געלוינט.. אנדערש וואלט איך עס נישט געליינט, יעצט אז איך האב עס באקומען אין אימעיל האב איך עס ארויסגעפרינט, און איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל.

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 9:44 am
דורך ארבעט זאנע
3D Model
שכונת אור החיים

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 10:57 am
דורך שמח
ארבעט זאנע האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 9:44 am 3D Model
שכונת אור החיים
האסט די פולע בילד אדער נאך בילדער פון שכונת אור החיים אויסשטעל אדער נאר דער בילד פונעם בילד?

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 10:58 am
דורך שמח
ארבעט זאנע האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 9:44 am 3D Model
שכונת אור החיים
וואס איז די כמו טרייענגל שטח אינמיטן?

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 11:13 am
דורך חלום חלמתי
שמח האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 10:58 am
ארבעט זאנע האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 9:44 am 3D Model
שכונת אור החיים
וואס איז די כמו טרייענגל שטח אינמיטן?
א מאאל מיט אפיסעס און א חתונה זאל

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 11:26 am
דורך פופציגער
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 11:13 am
שמח האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 10:58 am
ארבעט זאנע האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 9:44 am 3D Model
שכונת אור החיים
וואס איז די כמו טרייענגל שטח אינמיטן?
א מאאל מיט אפיסעס און א חתונה זאל
איז נישט דארט די קימפעטארין היים?

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 11:29 am
דורך חלום חלמתי
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 11:26 am
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 11:13 am
שמח האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 10:58 am

וואס איז די כמו טרייענגל שטח אינמיטן?
א מאאל מיט אפיסעס און א חתונה זאל
איז נישט דארט די קימפעטארין היים?
כ'מיין ס'איז דא א עקסטערע שטח פאר די קימפעטארן היים .

דעיס איז א מאאל

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 1:14 pm
דורך יאנטשי
דארט איז די יעצטיגע האטעל, קומט דארט א מאל?

Re: דירות אין קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 1:16 pm
דורך שבת קודש
ארבעט זאנע האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 9:44 am 3D Model
שכונת אור החיים
אויף ווען איז ערווארטעט דאס זאל שטיין במלא הדרה?