בלאט 135 פון 137
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 9:34 am
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ ביי זיין היסטארישער זיג רעדע עלעקשאן נייט אין פלארידע, וואו ער האט צווישן אנדערע ארויפגערופן זיין וויצע זאגן אפאר ווערטער לכבוד די שמחה.
קרעדיט: @שטארקע Vibe
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 9:35 am
דורך שאינו יודע לשאול
טורנהיים האט שוין אנערקענט זיין דורכפאל, יעצט איז ליכטמאנס רייע.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 9:36 am
דורך שאינו יודע לשאול
כ'מיין אז כ'גיי גארנישט צושרייבן...
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:29 am
דורך שאינו יודע לשאול
- Screenshot 2024-11-07 102218.jpg (29.71 KiB) געזען געווארן 602 מאל
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:07 am
דורך ווער
- Screenshot 2024-11-07 110555.png (54.6 KiB) געזען געווארן 563 מאל
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:10 am
דורך שאינו יודע לשאול
נעוואדע מיט 90 פראצענט געציילט ליעדט טראמפ מיט א באקוועמע 4 פראצענט.
אריזאנע מיט 69 פראצענט געציילט ליעדט ער מיט כמעט זעקס פראצענט.
איך כאפ נישט די נקודה פון די נעצן וואס האבן עס נאכנישט דערקלערט פאר טראמפ'ענען (AP לדוגמא).
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:47 am
דורך פשוט און גראד
פרעזידענט ביידען אדרעסע,
פאר איבער 200 יאר קלויבן די בירגער ווער עס זאל פירן די לאנד,
ער האט גערעדט צו טראמפ, און צוגעזאגט אז ער האט געהייסן זיין גאנצע שטאב זאל ארויסהעלפן די טראמפ טיעם אז די אריבערגאנג זאל זיין פרידלעך.
מען קען נישט ליב האבן די לאנד נאר ווען מען געווינט.
באדאנקט זיך שטארק פאר זיין שטאב
איך ווייס אז עס איז א שווערע צייט פאר אינז
אבער אינז דארפן זיין שטאלץ מיט וואס אינז האבן אויפגעטיען
מען טאר זיך נישט לאזן אויפגעבן.
אינז האבן פארלוירן דער שלאכט אבער אינז מוזן ווייטער אנגיין
פארטיג.
גאר א פאזעטיווע גוטע דרשה!
ער האט אויסגעזען גאר פרייליך און גוט אויפגעלייגט.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:10 pm
דורך פישפיקלאדיין
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:47 am
פרעזידענט ביידען אדרעסע,
פאר איבער 200 יאר קלויבן די בירגער ווער עס זאל פירן די לאנד,
ער האט גערעדט צו טראמפ, און צוגעזאגט אז ער האט געהייסן זיין גאנצע שטאב זאל ארויסהעלפן די טראמפ טיעם אז די אריבערגאנג זאל זיין פרידלעך.
מען קען נישט ליב האבן די לאנד נאר ווען מען געווינט.
באדאנקט זיך שטארק פאר זיין שטאב
איך ווייס אז עס איז א שווערע צייט פאר אינז
אבער אינז דארפן זיין שטאלץ מיט וואס אינז האבן אויפגעטיען
מען טאר זיך נישט לאזן אויפגעבן.
אינז האבן פארלוירן דער שלאכט אבער אינז מוזן ווייטער אנגיין
פארטיג.
גאר א פאזעטיווע גוטע דרשה!
ער האט אויסגעזען גאר פרייליך און גוט אויפגעלייגט.
ביידען האט פאקטיש געהאט די גרינגסטע וואל טאג פון אלע אמעריקאנער, ער האט ערוארטעט צו זעהן א טיפע נצחון אין סיי ווער עס וועט נאר פארלירן די וואלן, כאטש ער קען נישט רעדן דערפון אין די עפנטליכקייט.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:27 pm
דורך פשוט און גראד
די סאו קאלד בלויע קאליפארניע
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:29 pm
דורך שמעון סאמעט
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:27 pm
די סאו קאלד בלויע קאליפארניע
פשוט ווייל די דעמאקראטן וואוינען ע"פ רוב אין די סיטי'ס וואס איז קלענער אויפן מאפע אבער עס וואוינען דארט אסאך מער מענטשן.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:34 pm
דורך פשוט און גראד
די סווינג פון 2020 ביז 2024.
כאפטס א בליק אויף די נייע סווינג שטאטען ניו יארק און קאליפארניע, די צוויי שטעט מיט די גרעסטע שיפט
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 1:56 pm
דורך פשוט און גראד
ריבונו דעלמא כולא,
@פופציגער ביזט אוועילעבעל אהין צו גיין אביסעל משמח זיין?
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:07 pm
דורך מיילעך פריילעך
49 סטעיטס האבן זיך גערוקט רעכטס פון 2020.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:11 pm
דורך פופציגער
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 1:56 pm
ריבונו דעלמא כולא,
@פופציגער ביזט אוועילעבעל אהין צו גיין אביסעל משמח זיין?
קום פיק מיך אויף ביי די קארנער...
מענטשן זענען פאני..
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:31 pm
דורך ובחרת בחיים
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:17 am
ובחרת בחיים האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 7:50 pmדער מושג איז בעצם נישט אפגעפרעגט.
עס זענען געווען לייבן ווי דער ווילנע גאון וואס האבן געזעהן די גאנצע גלות אין די תורה. יעדע פרשה א געוויסע סכום יארן.
פארשטייט זיך אז אלעס איז מרומז אין די תורה, און מ'דארף ריזען צו קענען ווייזען וויאזוי זאכען זענען מרומז דארט, נישט אז יעדער שמויגער באשליסט וויאזוי זאכען דארפען צו זיין מרומז אין די תורה, און לויט דעם בלעבלען שטותים און לאקשען.
אפשר זאל מען מחליט זיין אז ווייל די וואלען זענען דינסטאג לך לך, דארף מען קוקען אין די דריטע ווארט פון די דריטע פסוק פון שלישי, און זעהן די גימטריא פון דער ווארט (אדער אפשר פון די דריטע אות פון דער ווארט, און טאמער האט די ווארט בלויז צוויי אותיות דאן קענט איר באשליסען אויב מ'הייבט אן פון אנהייב ווארט נאכאמאל, אדער בכה"ג זאגט מען יעמוד האות השני במקום האות השלישי ונאמר אמן) , און דאן קוקען אויף די גימטריא פון די דריטע אות פון ביידע קאנדידאטען, און זעהן וועלכע קאנדידאט האט די גימטריא נענטער, וכהנה וכהנה רבות קען מען אויפמאכען שטותים מיט לאקשען וויאזוי זאכען זענען מרומז אין די תורה, און דורכדעם אינגאנצען ביליג מאכען די אמת'ע רמזים וואס זענען באהאלטען אין די תורה.
יא יא, זעמיר אויפן זעלבן פעידז.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:46 pm
דורך פעיק ניוז
ענדרו יענג וואס איז געלאפן קעגן ביידען אין די 2020 דעמאקראטישע פריימערי וואלן, באשולדיגט ביידען אין וויצע פרעזידענט העריס'ס פארלוסט צו טראמפ, זאגנדיג אז אויב ביידען וואלט ווען אוועקגעטרעטן פון דער פארמעסט אין יאנואר אנשטאט אין יולי וואלטן דעמאקראטן ווארשיינליך געשטאנען אין א פולקאם אנדערן פלאץ.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:48 pm
דורך חשמונאי
למעשה, אין קאנגרעס האבן עס די רעפובליקאנער געמאכט אדער מען ווייסט נאכנישט?
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:55 pm
דורך פעיק ניוז
חשמונאי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:48 pm
למעשה, אין קאנגרעס האבן עס די רעפובליקאנער געמאכט אדער מען ווייסט נאכנישט?
מאמענטאל האבן זיי 213 זיצן, און מען דארף האבן 218 פאר א מאיאריטעט. עס ווערט געשאצט אז זיי וועלן ענדגילטיג געווינען 221, וואס לייגט זיי אין א - טראץ גאר שמאלע - מאיאריטעט.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:56 pm
דורך שאינו יודע לשאול
חשמונאי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:48 pm
למעשה, אין קאנגרעס האבן עס די רעפובליקאנער געמאכט אדער מען ווייסט נאכנישט?
וואו ס'האלט יעצט לויט AP.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:03 pm
דורך פעיק ניוז
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:55 pm
חשמונאי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:48 pm
למעשה, אין קאנגרעס האבן עס די רעפובליקאנער געמאכט אדער מען ווייסט נאכנישט?
מאמענטאל האבן זיי 213 זיצן, און מען דארף האבן 218 פאר א מאיאריטעט. עס ווערט געשאצט אז זיי וועלן ענדגילטיג געווינען 221, וואס לייגט זיי אין א - טראץ גאר שמאלע - מאיאריטעט.
- Screenshot 2024-11-07 145758.jpg (128.29 KiB) געזען געווארן 322 מאל
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:03 pm
דורך פשוט און גראד
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:56 pm
חשמונאי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:48 pm
למעשה, אין קאנגרעס האבן עס די רעפובליקאנער געמאכט אדער מען ווייסט נאכנישט?
וואו ס'האלט יעצט לויט AP.
לויט אנדערע
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:15 pm
דורך פשוט און גראד
לויט רעפאבליקאנער זענען די איבערגעבליבענע כמעט מיליאן שטימען אין אריזאנע בעלעטס אראפ געדראפט עלעקשאן דעי.
אויב דעס איז אמת מיינט עס אז קערי לעיק האט עס
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 9:25 pm
דורך מיילעך פריילעך
ניו יארק סיטי האט געענדיגט איר וואוטשער פראגראם וואס האט געשפייזט אומלעגאלע אימיגראנטן וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין אמעריקע.
דאס קומט בלויז איין טאג זינט פרעזידענט-ערוויילט טראמפ האט צוריק געוואונען די פרעזידענטשאפט אינעם ווייסע הויז.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 9:31 pm
דורך פעיק ניוז
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:15 pm
לויט רעפאבליקאנער זענען די איבערגעבליבענע כמעט מיליאן שטימען אין אריזאנע בעלעטס אראפ געדראפט עלעקשאן דעי.
אויב דעס איז אמת מיינט עס אז קערי לעיק האט עס
מיט 78 פראצענט שטימען געציילט איז לעיק הינטערשטעליג פון גאלעגא מיט 1.7 פראצענט.
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 9:42 pm
דורך פעיק ניוז
לויט די איצטיגע ציפערן האבן מער פון 143 מיליאן אמעריקאנער געשטימט אין די 2024 וואלן.
פון דעם האט טראמפ דערווייל מער פון 74 מיליאן שטימען, וואס ברענגט אים נאנט צום צאל אמעריקאנער וועלכע האבן געשטימט פאר אים אין 2020.
העריס שטייט דערווייל ביי מער פון 69 מיליאן שטימען, וואס איז אסאך ווינציגער פון די 81 מיליאן שטימען וועלכע פרעזידענט ביידען האט באקומען אין 2020.