בלאט 134 פון 217
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 6:52 am
דורך מאירוואלף
דער מדנ"י שב"כ און די פאליציי האבן באוויזן צו צושטערן א פרישן איראנער שפיאנאזש פלאן וואס האט געצילט דעם געוועזענעם פרעמיער מיניסטער נפתלי בענעט, דאס צווייטע מאל אין ווייניגער פון א חודש. די זיכערהייט כוחות האבן ארעסטירט א 30-יעריגן איינוואוינער פון ראשון לציון, וועלכער איז געווארן רעקרוטירט דורך איראנער אגענטן אויף די "טעלעגראם" עפפ צו שפיאנירן און פאטאגראפירן דעם אומגעגנט פון בענעט'ס היים פאר געלט. לויט די באאמטע, איז דאס געווען א טייל פון אן איראנישע פלאן צוצוגרייטן דעם באדן פאר אן אטאקע אויף בענעט, און היינט איז אריינגעגעבן געווארן אן אפיציעלע אנקלאגע קעגן אים אין געריכט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 7:02 am
דורך מאירוואלף
די "ניו יארק פאסט" באריכטעט אז דער געוועזענער פרעזידענט דזשאו ביידען באקומט די העכסטע פענסיע אין די אמעריקאנער היסטאריע, א סומע פון בערך $417,000 א יאר. דאס געלט, וואס איז העכער פון זיין געהאלט אלס פרעזידענט, קומט פון א קאמבינאציע פון עטליכע רעגירונגס פלענער וואס ער האט זיך אנגעזאמלט דורכאויס זיינע 50 יאר אין וואשינגטאן אלס סענאטאר, וויצע-פרעזידענט און פרעזידענט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 9:38 am
דורך חלום חלמתי
# מינעסאטע שווינדל
ברעיקינג. גאווערנער טים וואלץ וואס ווערט באשולדיגט אין די אויפשטייג פון שווינדלערייען, וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2026.
דעמאקראטישע סענאטארשע עמי קלאבאשער וועט לויט באריכטן אונטערנעמען א קאמפיין אים צו איבערנעמען.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:16 am
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 6:36 am
אומבאקאנטע פארשוינען האבן נעכטן שפעט ביינאכט געעפנט פייער אויף די היים פון וויצע-פרעזידענט דזשעי-די ווענס, און קוילן האבן באטראפן א פענסטער פון א שלאף-צימער. די פאליציי באריכט אז ווענס מיט זיין פאמיליע זענען נישט געווען אינדערהיים בשעת'ן אינצידענט און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן. די סיקרעט סערוויס האט ארומגערינגלט די געגנט און דורכגעפירט א זוך-אקציע נאך די שיסער, וואס זענען אנטלאפן פון ארט.
אן אפדעיטעד ווערסיע פון די מעשה:
א 26-יעריגער פארשוין, וויליאם דעפאר, איז ארעסטירט געווארן מאנטאג אינדערפרי נאכדעם וואס ער האט אטאקירט די היים פון וויצע-פרעזידענט דזשעי-די ווענס אין סינסינעטי, אהייא. לויט די באריכטן, האט ער גענוצט א האמער אויסצוברעכן די פענסטער פונעם הויז און האט אויך וואנדאליזירט אן אויטא פון די סיקרעט סערוויס איידערן ווערן פארהאלטן. די סיקרעט סערוויס האט געזאגט אז ווענס איז נישט געווען אינדערהיים בשעת'ן אינצידענט און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן. דעפאר, וועלכער האט שוין א קרימינאלע היסטאריע פון וואנדאליזם און גייסטישע שוועריקייטן, שטייט אויס שווערע אנקלאגעס, און די פראקורארן פארלאנגען א הויכע סומע פאר זיין באפרייאונג צוליב זיין געפארפולע אויפפירונג.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 12:09 pm
דורך בודקע
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:16 am
► Show Spoiler

ווענס בעט די מידיע נישט צו לייגן קיין בילדער פון זיין הויז.

- IMG-20260105-WA0062.jpg (198.22 KiB) געזען געווארן 751 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 12:32 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 10:04 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:11 pm
א ענגע גרופע פון 5 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט, וועטעראנען פון די נעווי, ארמיי, עיר פארס, און CIA האבן רעקארדירט א קורצע ווידיאו בעטענדיג די זעלנער און שפיאנאזש אגענטן צו דורכשוויצן די שווערע צייט וואס זיי גייען דורך, מיט אן אדמיניסטראציע וואס צווינגט זיי צו רודפן די פשוטע בירגער, און זיי רופן צו איגנארירן באפעלן.
די פענטאגאן וויל שטעלן סענאטער קעילי פאר א מיליטערישע געריכט, פארן זאגן אזעלכע שרעקליכע דיבורים
מלחמה סעקראטאר פיט העגסעט מעלדט זיין נקמה שריט אין קעלי.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 3:40 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 12:32 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 10:04 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:11 pm
א ענגע גרופע פון 5 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט, וועטעראנען פון די נעווי, ארמיי, עיר פארס, און CIA האבן רעקארדירט א קורצע ווידיאו בעטענדיג די זעלנער און שפיאנאזש אגענטן צו דורכשוויצן די שווערע צייט וואס זיי גייען דורך, מיט אן אדמיניסטראציע וואס צווינגט זיי צו רודפן די פשוטע בירגער, און זיי רופן צו איגנארירן באפעלן.
די פענטאגאן וויל שטעלן סענאטער קעילי פאר א מיליטערישע געריכט, פארן זאגן אזעלכע שרעקליכע דיבורים
מלחמה סעקראטאר פיט העגסעט מעלדט זיין
נקמה לאו ענפארסמענט שריט אין קעלי.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 5:27 pm
דורך פליט
א הערליכע לבנה דעם פארנאכטס אין ירושלים ביים קבר שמואל הנביא.

- IMG_20260105_172520_063.jpg (166.84 KiB) געזען געווארן 551 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 5:28 pm
דורך דער תהלים איד
Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 3:18 pm
מאירוואלף האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 7:51 am
א מודעה פון הרב משה אזמאן הויפט רב פון אוקריינע:
ערב שבת קודש איז פארגעקומען אין כערסאן, אוקראינע, די לוויה פון דעם 84-יעריגן אידישן דאקטער, יבגני אלעקסאנדראוויטש באנדער ע"ה, וועלכער איז נפטר געווארן נאכ'ן ווערן טויטליך פארוואונדעט פון רוסישע באמבארדירונגען אויף די שטאט. דער נפטר איז געווען א באקאנטע פיגור אין שטאט, דינענדיג אלס דאקטער אין די עמערדזשענסי אפטיילונג פאר איבער 40 יאר, וואו ער פלעגט שטענדיג שטיין גרייט צו העלפן יעדן נצרך. ביי די לוויה האט דער רב פון שטאט, הרב יוסף וואלף שליט"א, אויסגעדריקט דעם ביטערן מצב פון די אידן אין כערסאן וואס לעבן טאג-טעגליך צווישן סירינעס און לוויות, און ארויסגעברענגט די שטארקייט פון די איינוואוינער וואס האלטן זיך אויף די פיס טראץ די שווערע ליידן פון די מלחמה.
Off Topic
דער רעגירונג-אנערקענטער הויפט רב פון אוקראינע איז ר' יעקב דוב בלייך שליט"א פון מאנסי. כמנהג חב"ד האבן די חב"ד שליחים אין אוקראינע פאר צוואנציג יאר צוריק דערקלערט א חב"ד שליח - הרב חייקין - אלס הויפט רב פון אוקראינע. עטליכע יאר שפעטער האט הרב אזמאן זיך דערקלערט הויפט רב פון אוקראינע, א בא'הויפט'ונג וואס ווערט אפגעווארפן אפילו דורך די איבריגע חב"ד ארגאניזאציעס.
איך כאפ נישט די מעשה.
הרב בלייך איז מטעם חייקין אדער מטעם אזמאן?
אמר"ש, שכוח
@חלום חלמתי כ'בין זיך אויך מחי' מיט דיר דא. שרייבסט גאר געשמאק! שכוח
@מאירוואלף פאר דיינע פיל אינס. איך האב נאך פארוואס צו קאלן קולמע?...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 7:45 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 9:38 am
# מינעסאטע שווינדל
ברעיקינג. גאווערנער טים וואלץ וואס ווערט באשולדיגט אין די אויפשטייג פון שווינדלערייען, וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2026.
דעמאקראטישע סענאטארשע עמי קלאבאשער וועט לויט באריכטן אונטערנעמען א קאמפיין אים צו איבערנעמען.
טראמפ איז שטארק צופרידן, אבער טענה'ט אז האוקל פריצקער און ניוס'קאם זענען נאך ערגער..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:39 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ האט אפגעהאקט טשיילד קעיר פאר עטליכע בלויע שטאטן, ניו יארק צווישן זיי.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:40 pm
דורך חלום חלמתי
געוויסע וועבזייט דעוועלאפער'ס האבן אנדערע סארט וועגן פון איינקאסירן חובות...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:47 pm
דורך בודקע
חחחח....

- G98IoIrWYAAMuor(1).jpg (88.26 KiB) געזען געווארן 439 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:26 pm
דורך חלום חלמתי
די רוסישע שיץ סיסטעמען האבן עפעס נישט געארבעט.. האבן זיי?
וויצלט זיך העגסעט ביים שילדערן די מאדורא פארכאפונג סוקסעס
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:30 pm
דורך Think and Thank
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 5:28 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 3:18 pm
מאירוואלף האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 7:51 am
א מודעה פון הרב משה אזמאן הויפט רב פון אוקריינע:
ערב שבת קודש איז פארגעקומען אין כערסאן, אוקראינע, די לוויה פון דעם 84-יעריגן אידישן דאקטער, יבגני אלעקסאנדראוויטש באנדער ע"ה, וועלכער איז נפטר געווארן נאכ'ן ווערן טויטליך פארוואונדעט פון רוסישע באמבארדירונגען אויף די שטאט. דער נפטר איז געווען א באקאנטע פיגור אין שטאט, דינענדיג אלס דאקטער אין די עמערדזשענסי אפטיילונג פאר איבער 40 יאר, וואו ער פלעגט שטענדיג שטיין גרייט צו העלפן יעדן נצרך. ביי די לוויה האט דער רב פון שטאט, הרב יוסף וואלף שליט"א, אויסגעדריקט דעם ביטערן מצב פון די אידן אין כערסאן וואס לעבן טאג-טעגליך צווישן סירינעס און לוויות, און ארויסגעברענגט די שטארקייט פון די איינוואוינער וואס האלטן זיך אויף די פיס טראץ די שווערע ליידן פון די מלחמה.
Off Topic
דער רעגירונג-אנערקענטער הויפט רב פון אוקראינע איז ר' יעקב דוב בלייך שליט"א פון מאנסי. כמנהג חב"ד האבן די חב"ד שליחים אין אוקראינע פאר צוואנציג יאר צוריק דערקלערט א חב"ד שליח - הרב חייקין - אלס הויפט רב פון אוקראינע. עטליכע יאר שפעטער האט הרב אזמאן זיך דערקלערט הויפט רב פון אוקראינע, א בא'הויפט'ונג וואס ווערט אפגעווארפן אפילו דורך די איבריגע חב"ד ארגאניזאציעס.
איך כאפ נישט די מעשה.
הרב בלייך איז מטעם חייקין אדער מטעם אזמאן?
אמר"ש, שכוח @חלום חלמתי כ'בין זיך אויך מחי' מיט דיר דא. שרייבסט גאר געשמאק! שכוח @מאירוואלף פאר דיינע פיל אינס. איך האב נאך פארוואס צו קאלן קולמע?...
בלייך איז עומד מצד עצמו... ער טראגט שוין דעם טיטל איבער דרייסיג יאר און אסאך קהילות (די וואס האבן נישט קיין שייכות מיט חב"ד אדער קארלין) זענען אונטער אים, און ער איז אפיציעל אנערקענט דורך די רעגירונג.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:32 pm
דורך חלום חלמתי
אויפדעקונג: די דייטשע שפיאנאזש אגענטור האט אינטערגעהערט אבאמא'ס עיר פארס איינס, פאר א תקופה פון עטליכע יאר. ביז 2014.
אפציעל האט די דאן דייטשע קאנצלער נישט באשטעטיגט די מיסיע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:34 pm
דורך חלום חלמתי
די פארשער פארשן צו דערגיין פארוואס אמעריקע האט אויפגעהערט גלייכן פיצא... זיי זאגן אז די סעילס פאלן, און ס'קוקט אויס ווי די עולם הייבט אן קויפן נייע סארט עסן..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:38 pm
דורך חלום חלמתי
רעדנדיג פון פיצא, פאקס ניוז רעפארטער פיטער דאוסי פרעגט מלחמה סעקרעטאר פיעט העגסעט וואס ער זאגט צו די חברה וואס קוקן נאך די פיצא געשעפטן ארום דעם פענטיגאן; אפשר זאלן ענק ביים נעקסטן מיסיע עסן פון קאווע שטיבל אנשטאט פרישע פיצא...?
זארג דיר נישט, מיר ווייסן פון דעם און אנשטאט עסן פון אונזער קאפעטעריע מיינעך אז איך וועל אנהייבן קויפן פיצא אין פשוטע נעכט סתם יעדן צו משוגע מאכן... אבער זארג נישט, אינז ווייסן פון אלע סימנים און ס'איז דא א סיבה פארוואס קיינער האט נישט געוויסט בעפאר די איראן אטאקע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:39 pm
דורך חלום חלמתי
שווערע מאטעמאטיק....
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:40 pm
דורך חלום חלמתי
פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס זאגט אז זינט אפריל האט מען שוין ארעסטירט אין זיין סטעט 10,400 אומלעגאלע אימיגראנטן. ארבעטנדיג אינאיינעם מיט די אייס אגענטור
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 11:23 pm
דורך חלום חלמתי
דעקל פון ניו יארק פאוסט...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 11:25 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 9:38 am
# מינעסאטע שווינדל
ברעיקינג. גאווערנער טים וואלץ וואס ווערט באשולדיגט אין די אויפשטייג פון שווינדלערייען, וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2026.
דעמאקראטישע סענאטארשע עמי קלאבאשער וועט לויט באריכטן אונטערנעמען א קאמפיין אים צו איבערנעמען.
דער זעלבסשטענדיגע דזשורנאליסט ניק שערלי, וואס האט אויפגעריסן מיטן געשיכטע, פייערט זיג
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 05, 2026 11:25 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 11:25 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 9:38 am
# מינעסאטע שווינדל
ברעיקינג. גאווערנער טים וואלץ וואס ווערט באשולדיגט אין די אויפשטייג פון שווינדלערייען, וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2026.
דעמאקראטישע סענאטארשע עמי קלאבאשער וועט לויט באריכטן אונטערנעמען א קאמפיין אים צו איבערנעמען.
דער זעלבסשטענדיגע דזשורנאליסט ניק שערלי, וואס האט אויפגעריסן מיטן געשיכטע, פייערט זיג
אזוי אויך איז ער ארויס מיט חלק ב' פון זיין מינעסאטע באזוך...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 06, 2026 12:33 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ אויפן עירפארס וואן אינאיינעם מיט לינדזי גרעהעם האלטן א מאך איראן גרויס נאכאמאל היטל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 06, 2026 9:59 am
דורך בודקע
נעקסט פליז....

- G9-7u6LWEAA9yd8.jpeg (52.83 KiB) געזען געווארן 256 מאל