בלאט 133 פון 155

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 3:29 pm
דורך דער תהלים איד
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 07, 2025 2:39 pm @דער תהלים איד מיז נישט ר' עקיבא הערש געבן א קאמיונעטי רום לויט די ווילעדזש געזעץ? וואס איז די העלדישקייט אז ער צאלט רענט
דער געזעץ זאגט נישט אז דאס פלאץ וואס ער שטעלט צו דארף זיין גרייט די ערשטע מינוט. קיינער האט אים נישט מחייב געווען צו געבן צייטווייליגע שוהלן, ס'איז א סערוויס און נדבה.

קיין איין בילדער וואלט דאס נישט געצאלט...

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 8:56 pm
דורך רעאליסטיש
עס בויט זיך יעצט א הערליכע בית המדרש ביים בית השחיטה אויף דינוב קוקט אויס עס האלט שוין אויף א וועג, מקען עפענען די שול פאר די נייע תושבים אין acres enclave

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 11:07 pm
דורך שמח
רעאליסטיש האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 8:56 pm עס בויט זיך יעצט א הערליכע בית המדרש ביים בית השחיטה אויף דינוב קוקט אויס עס האלט שוין אויף א וועג, מקען עפענען די שול פאר די נייע תושבים אין acres enclave
דו ווייסט ווי ווייט עס איז?...

און בכלל איז עס נישט צו גרויס.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 11:51 pm
דורך רעאליסטיש
עס איז א פינעף מינוט וואק גרינגער ווי וואקן 4 שטאק,
עס איז א שיינע סייז
און מדארף נישט אריינלייגן קיין געלט

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 11:55 pm
דורך נויז מאשין
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 07, 2025 3:28 pm
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 07, 2025 2:39 pm @דער תהלים איד מיז נישט ר' עקיבא הערש געבן א קאמיונעטי רום לויט די ווילעדזש געזעץ? וואס איז די העלדישקייט אז ער צאלט רענט
מהאט שוין אסאך גערעדט דערוועגן דא. צייט צו פינען א מעסעדזש מיט די אמת איבער די קאמיונעטי רום געזעץ.
א לינק?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 11:56 pm
דורך נויז מאשין
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 07, 2025 3:29 pm
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 07, 2025 2:39 pm @דער תהלים איד מיז נישט ר' עקיבא הערש געבן א קאמיונעטי רום לויט די ווילעדזש געזעץ? וואס איז די העלדישקייט אז ער צאלט רענט
דער געזעץ זאגט נישט אז דאס פלאץ וואס ער שטעלט צו דארף זיין גרייט די ערשטע מינוט. קיינער האט אים נישט מחייב געווען צו געבן צייטווייליגע שוהלן, ס'איז א סערוויס און נדבה.

קיין איין בילדער וואלט דאס נישט געצאלט...
מאכט סענס

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 2:09 pm
דורך דער תהלים איד
רעאליסטיש האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 8:56 pm עס בויט זיך יעצט א הערליכע בית המדרש ביים בית השחיטה אויף דינוב קוקט אויס עס האלט שוין אויף א וועג, מקען עפענען די שול פאר די נייע תושבים אין acres enclave
רעאליסטיש האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 11:51 pm עס איז א פינעף מינוט וואק גרינגער ווי וואקן 4 שטאק,
עס איז א שיינע סייז
און מדארף נישט אריינלייגן קיין געלט
די תושבים האבן עס פרובירט. די בית השחיטה האט נישט געוואלט, זיי דארפן עס פאר זייערע געברויכן און האבן עס נישט געבויט צו פארטיילן פאר געסט...

אגב, מען רעדט נישט ב"ה פון גיין 4 שטאק, די שול וואס מ'מאכט אינעם ביזנעס צענטער איז אויפן ערשטן שטאק.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 3:36 pm
דורך מי שברך
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 2:09 pm

סתם פאר נייגער, ווי גרויס גייט זיין די נייע שול וואס מען גייט בויען?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 4:09 pm
דורך שבת קודש
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 2:09 pm
רעאליסטיש האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 8:56 pm עס בויט זיך יעצט א הערליכע בית המדרש ביים בית השחיטה אויף דינוב קוקט אויס עס האלט שוין אויף א וועג, מקען עפענען די שול פאר די נייע תושבים אין acres enclave
רעאליסטיש האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 11:51 pm עס איז א פינעף מינוט וואק גרינגער ווי וואקן 4 שטאק,
עס איז א שיינע סייז
און מדארף נישט אריינלייגן קיין געלט
די תושבים האבן עס פרובירט. די בית השחיטה האט נישט געוואלט, זיי דארפן עס פאר זייערע געברויכן און האבן עס נישט געבויט צו פארטיילן פאר געסט...

אגב, מען רעדט נישט ב"ה פון גיין 4 שטאק, די שול וואס מ'מאכט אינעם ביזנעס צענטער איז אויפן ערשטן שטאק.
אין בנין שערי חמלה קען מען נישט מאכן קיין ביהמ''ד?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 4:16 pm
דורך דער תהלים איד
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 4:09 pm אין בנין שערי חמלה קען מען נישט מאכן קיין ביהמ''ד?
אויך דאס איז געווען צווישן די פריערדיגע פלענער.

ס'האט זיך נישט געקענט אויסארבעטן לעגאל און פראקטיש, איך האב נישט געהערט די פונקטליכע נקודה.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 9:51 pm
דורך נויז מאשין
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 4:16 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 4:09 pm אין בנין שערי חמלה קען מען נישט מאכן קיין ביהמ''ד?
אויך דאס איז געווען צווישן די פריערדיגע פלענער.

ס'האט זיך נישט געקענט אויסארבעטן לעגאל און פראקטיש, איך האב נישט געהערט די פונקטליכע נקודה.
נישט שייך צו מאכן דארט קיין ביהמ"ד, נישטא קיין פלאץ דארט.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 2:11 am
דורך וואסאפשט
@דער תהלים איד דו וואוינסט אין ענקלעיוו? קוקסט אויס שרעקליך היימיש.

אויב ס'האט א חשש גילוי קען מען עס מעקן.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 9:53 am
דורך טיפע טאשן
וואסאפשט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 12, 2025 2:11 am @דער תהלים איד דו וואוינסט אין ענקלעיוו? קוקסט אויס שרעקליך היימיש.

אויב ס'האט א חשש גילוי קען מען עס מעקן.
מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 3:41 pm
דורך Glass
KJ Fire Department Complete Daring Rescue In The Air

https://dailymonroe.com/news/kj-fire-de ... in-the-air

A daring rescue took place in the air today.

A scissor lift that was doing work outside the ICON Business Center located on Bakertown Road malfunctioned, leaving two crew members stuck 100 feet in the air.

The Kiryas Joel Fire Department swiftly responded to the scene and successfully rescued both workers and brought them back down to the ground.
29514448-173939230167ad0529a662f17393922976815.png
29514448-173939230167ad0529a662f17393922976815.png (1.5 MiB) געזען געווארן 1292 מאל
26933868-173939230167ad0529a359917393922976691.png
26933868-173939230167ad0529a359917393922976691.png (1021.19 KiB) געזען געווארן 1292 מאל
17062174-173939230167ad052a30c7817393922981998.png
17062174-173939230167ad052a30c7817393922981998.png (1.18 MiB) געזען געווארן 1292 מאל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:27 am
דורך חכם עתיק
Screenshot 2025-02-13 102730.png
Screenshot 2025-02-13 102730.png (464.17 KiB) געזען געווארן 1194 מאל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:43 am
דורך נויז מאשין
חכם עתיק האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:27 am Screenshot 2025-02-13 102730.png
וועלכע מוסד?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:45 am
דורך חכם עתיק
נויז מאשין האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:43 am
חכם עתיק האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:27 am Screenshot 2025-02-13 102730.png
וועלכע מוסד?
Don't know

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:08 pm
דורך שבת קודש
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2025 1:28 pm אויף סאקאנמאנק ראוד האט מען פאר צוויי חדשים צוריק אראפגענומען די אויבערשעטע שיכט פון א חלק פונעם ראוד מיטן פלאן עס איבערצופלאסטערן

למעשה איז עס געבליבן אזוי שוין פאר צוויי חדשים צוקראצט פיל מיט גרויסע לעכער, ווען איז די פלאן עס צו ענדיגן?
די לעכער דארט ווערן גרעסער און גרעסער בפרט נעבן בארדיטשוב, פארוואס פארעכט מען עס נישט?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 4:01 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:08 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2025 1:28 pm אויף סאקאנמאנק ראוד האט מען פאר צוויי חדשים צוריק אראפגענומען די אויבערשעטע שיכט פון א חלק פונעם ראוד מיטן פלאן עס איבערצופלאסטערן

למעשה איז עס געבליבן אזוי שוין פאר צוויי חדשים צוקראצט פיל מיט גרויסע לעכער, ווען איז די פלאן עס צו ענדיגן?
די לעכער דארט ווערן גרעסער און גרעסער בפרט נעבן בארדיטשוב, פארוואס פארעכט מען עס נישט?
ס'ממש א חורבן. זייער אומקאמפעטענט.

מ'דארף זיי אנהייבן אריינקאלן און קאמפלעינען.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 4:07 pm
דורך שבת קודש
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 4:01 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:08 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2025 1:28 pm אויף סאקאנמאנק ראוד האט מען פאר צוויי חדשים צוריק אראפגענומען די אויבערשעטע שיכט פון א חלק פונעם ראוד מיטן פלאן עס איבערצופלאסטערן

למעשה איז עס געבליבן אזוי שוין פאר צוויי חדשים צוקראצט פיל מיט גרויסע לעכער, ווען איז די פלאן עס צו ענדיגן?
די לעכער דארט ווערן גרעסער און גרעסער בפרט נעבן בארדיטשוב, פארוואס פארעכט מען עס נישט?
ס'ממש א חורבן. זייער אומקאמפעטענט.

מ'דארף זיי אנהייבן אריינקאלן און קאמפלעינען.
נאמבער אריינצוקאלן?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 4:53 pm

ס'איז זייער אינטערסאנט וואס ס'גייט דא פאר!!
די מאנרא הייוועי דפארטמענט פלעגט יעדעס יאר איבערצופלאסטערן עטליכע גאסן
זייט פאלם טרי (ק''י) האט איבער גענימען די הייוועי דפארטמענט האט מען נישט איבערגעפלאסטערט קיין איין גאס. זיי האבן נאר פאראכטן לעכער/פאטהאלס
די יאר האט מען עדליך אנגעהויבן צו איבערצופלאסטערן עטליכע גאסן. איז מען געבלובען שטיין אונדעמיטן און עס נישט געענדיגט.
??????

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 5:24 pm
דורך aitch
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 4:07 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 4:01 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:08 pm
די לעכער דארט ווערן גרעסער און גרעסער בפרט נעבן בארדיטשוב, פארוואס פארעכט מען עס נישט?
ס'ממש א חורבן. זייער אומקאמפעטענט.

מ'דארף זיי אנהייבן אריינקאלן און קאמפלעינען.
נאמבער אריינצוקאלן?
845-783-8300
ext 8

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 14, 2025 9:40 am
דורך דער תהלים איד
נעכטן דאנערשטאג נאכט איז געווען א באזוך פון דער וויזשניץ-מאנסי-וויליאמסבורגער רב שליט"א וואס וואוינט יעצט אין די בלומינגראוו געגנט, ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א. דער רב איז געקומען לאדענען צו די חתונה פון א טאכטער למז"ט.

ביים ענדע האט דער רבי געבעטן די משפחה אז ער וויל רעדן מיט'ן רב פריוואט, נאר מיט די באי בית פון רבי'ן. דער רבי האט געזאגט פאר'ן רב אז אין די אנהויב ל' יארן האט סקווירא רבי געוואלט עפענען א ת"ת אין מאנסי. אבער היות וויזניץ איז געווען דער הויפט חסידישע קהלה און מוסד אין די שטאט מאנסי, האט דער תורת מרדכי ז"ל געבעטן זיין שוואגער דער סקווירא רבי ער זאל עס נישט טון ווייל עס איז נוגע בגבולתו, און סקווירא האט עס צוליב זיין בקשה נישט געעפנט. פאר די זעלבע סיבה האט דער סאטמאר רבי ז"ל געביט קרית יואל ווייט פון מאנסי טראץ וואס נענטער וואלט געווען גרינגער, וןוייל ער האט געוואלט זיין אפגעטיילט פאר זיך און אנדערע קהלות שאינם הולכים בשיטתו זאלן נישט קומען בגבולתו.

דער רבי האט מסביר געווען ווייטער אז קרית יואל איז געבויט געווארן דורכ'ן פעטער דער סאטמאר רב ז"ל אלס א שטאט אפגעזונדערט לעצמו, דוקא פאר זיינע תלמידים חסידים ומעריצים ההולכים בשיטתו אין אלע ענינים, פון עניני אמונות ודיעות און בחירות ביז עניני חינוך הבנות וכו', און ס'איז נישט יושר און נישט אויסגעהאלטן אז אנדערע קהלות זאלן אריינקומען און העלפן מאכן אז קרית יואל זאל ווערן אויס סאטמארע שטאט. סאטמאר איז זייער מחשיב אלע ערליכע אידן, אבער יעדער דארף וויסן וואו זיין פלאץ איז.

שפעטער האט דער רבי געזאגט אז דער פעטער וועט זיכער האבן זייער א שטארקע הקפדה אויב דער פלאן פון בויען א וויזשניצע געגנט אין קרית יואל וועט גיין פאראויס, עס לוינט זיך נישט אים צו טשעפען, און "איך מאך אייך פאר א שליח איבערצוגעבן פאר אייער טאטן שליט"א, אז ניו יארק איז גרויס און מיר וועלן ענק העלפן טרעפן א גוט פלאץ, דא אין קרית יואל וועט עס נישט געשען".

ווי עסקנים דערציילן מיר האט מען שוין אין די לעצטערע חדשים געהאנדלט איבער 2 אלטערנאטיווע פלעצער צוצושטעלן פאר וויזשניץ, און דערווייל איז עס נאכנישט געווארן אנגענומען, און מיט 2 וואכן צוריק זענען שוין אריבער 2 חשוב'ע אידן מזקני העיר בשליחות פונעם רבי'ן צום וויזשניץ וויליאמסבורגער רבי'ן פערזענליך און איבערגעגעבן א לענגערע בריוו מיט דברי הסברה איבער די אחריות פון די זאך וואס מ'האט זיכער נישט משים לב געווען דערצו און מ'וויל עס אויפברענגען קלאר כדי ס'זאל נישט ארויסקומען קיין פראבלעמען ווען ס'איז שוין צו שפעט וכו'. די שליחות איז געווען דורך הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א מורה צדק, און הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א מנהל במתיבתא, און הר"ר עקיבא וויינשטאק שליט"א משב"ק ביי רביה"ק זי"ע.

יעצט האט דער רבי איבערגעגעבן די שליחות פערזענליך דורכ'ן זון פון וויזשניצער רבי'ן, און דאן האט דער רבי אים ארויסבאגלייט בכבוד ביז אינדרויסן.

ס'איז צום ערווארטן אז מ'וועט בקרוב קענען מסדר זיין א געגנט ערגעץ אין ניו יארק אדער ניו דזשערסי וואו וויזשניץ וויליאמסבורג זאל זיך קענען פלאצירן אין אן אייגענעם פלאץ, נישט אין סאטמאר'ס שטאט און נישט אין די שטעט וואו די וויזשניצע ברודער דינען באדמורות, והכל על מקומו יבא.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 14, 2025 10:03 am
דורך תינוק הבורח
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 9:40 am נעכטן דאנערשטאג נאכט איז געווען א באזוך פון דער וויזשניץ-מאנסי-וויליאמסבורגער רב שליט"א וואס וואוינט יעצט אין די בלומינגראוו געגנט, ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א. דער רב איז געקומען לאדענען צו די חתונה פון א טאכטער למז"ט.

ביים ענדע האט דער רבי געבעטן די משפחה אז ער וויל רעדן מיט'ן רב פריוואט, נאר מיט די באי בית פון רבי'ן. דער רבי האט געזאגט פאר'ן רב אז אין די אנהויב ל' יארן האט סקווירא רבי געוואלט עפענען א ת"ת אין מאנסי. אבער היות וויזניץ איז געווען דער הויפט חסידישע קהלה און מוסד אין די שטאט מאנסי, האט דער תורת מרדכי ז"ל געבעטן זיין שוואגער דער סקווירא רבי ער זאל עס נישט טון ווייל עס איז נוגע בגבולתו, און סקווירא האט עס צוליב זיין בקשה נישט געעפנט. פאר די זעלבע סיבה האט דער סאטמאר רבי ז"ל געביט קרית יואל ווייט פון מאנסי טראץ וואס נענטער וואלט געווען גרינגער, וןוייל ער האט געוואלט זיין אפגעטיילט פאר זיך און אנדערע קהלות שאינם הולכים בשיטתו זאלן נישט קומען בגבולתו.

דער רבי האט מסביר געווען ווייטער אז קרית יואל איז געבויט געווארן דורכ'ן פעטער דער סאטמאר רב ז"ל אלס א שטאט אפגעזונדערט לעצמו, דוקא פאר זיינע תלמידים חסידים ומעריצים ההולכים בשיטתו אין אלע ענינים, פון עניני אמונות ודיעות און בחירות ביז עניני חינוך הבנות וכו', און ס'איז נישט יושר און נישט אויסגעהאלטן אז אנדערע קהלות זאלן אריינקומען און העלפן מאכן אז קרית יואל זאל ווערן אויס סאטמארע שטאט. סאטמאר איז זייער מחשיב אלע ערליכע אידן, אבער יעדער דארף וויסן וואו זיין פלאץ איז.

שפעטער האט דער רבי געזאגט אז דער פעטער וועט זיכער האבן זייער א שטארקע הקפדה אויב דער פלאן פון בויען א וויזשניצע געגנט אין קרית יואל וועט גיין פאראויס, עס לוינט זיך אים צו טשעפען, און "איך מאך אייך פאר א שליח איבערצוגעבן פאר אייער טאטן שליט"א, אז ניו יארק איז גרויס און מיר וועלן ענק העלפן טרעפן א גוט פלאץ, דא אין קרית יואל וועט עס נישט געשען".

ווי עסקנים דערציילן מיר האט מען שוין אין די לעצטערע חדשים געהאנדלט איבער 2 אלטערנאטיווע פלעצער צוצושטעלן פאר וויזשניץ, און דערווייל איז עס נאכנישט געווארן אנגענומען, און מיט 2 וואכן צוריק זענען שוין אריבער 2 חשוב'ע אידן מזקני העיר בשליחות פונעם רבי'ן צום וויזשניץ וויליאמסבורגער רבי'ן פערזענליך און איבערגעגעבן א לענגערע בריוו מיט דברי הסברה איבער די אחריות פון די זאך וואס מ'האט זיכער נישט משים לב געווען דערצו און מ'וויל עס אויפברענגען קלאר כדי ס'זאל נישט ארויסקומען קיין פראבלעמען ווען ס'איז שוין צו שפעט וכו'. די שליחות איז געווען דורך הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א מורה צדק, און הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א מנהל במתיבתא, און הר"ר עקיבא וויינשטאק שליט"א משב"ק ביי רביה"ק זי"ע.

יעצט האט דער רבי איבערגעגעבן די שליחות פערזענליך דורכ'ן זון פון וויזשניצער רבי'ן, און דאן האט דער רבי אים ארויסבאגלייט בכבוד ביז אינדרויסן.

ס'איז צום ערווארטן אז מ'וועט בקרוב קענען מסדר זיין א געגנט ערגעץ אין ניו יארק אדער ניו דזשערסי וואו וויזשניץ וויליאמסבורג זאל זיך קענען פלאצירן אין אן אייגענעם פלאץ, נישט אין סאטמאר'ס שטאט און נישט אין די שטעט וואו די וויזשניצע ברודער דינען באדמורות, והכל על מקומו יבא.
וואס פעלט אויס צו רעדן פריוואט אויב מען פארציילט עס איבער אויף די אינטערנעט?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 14, 2025 10:08 am
דורך דער תהלים איד
@תינוק הבורח כ'פארשטיי אז דו פרעגסט פארוואס דער רבי האט עס געשריבן, און נאכדערצו מיט א קאמפיוטער, און נאכדערצו אויף די אינטערנעט, און גיי ווייס אפשר גאר דורך AI קאנקטעד צו Wifi.

קענסט שיקן א שליחות דאס אנפרעגן... אדער קען איך דיר זאגן אז נישט בלויז דער רבי... נאר 'קיינער' האט מיר נישט געהייסן דערציילן די נייעס, נאר היות ס'איז א אינטערסאנטע זאך וואס מענטשן האבן ליב צו מיטהאלטן, און כ'האב עס געהערט קראנט, דערצייל איך עס.

וואס נאך?