נפתלי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 9:59 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 03, 2025 6:51 pm
Screenshot 2025-02-03 185018.jpg
א באריכט פונעם אסיפה?
ס'געווען א הערליכע אסיפה, די ערשטע מאל וואס אלע תושבי השכונה פון ברך משה המורחבת (ענקלעיוו) קומען זיך צאם, און דאס אליינס איז שוין געווען א תועלת פאר זיך.
די ערשטע האט גערעדט מו"ה הערשל שטיינבערג, וואס האט געזאגט אז מ'האט אים געבעט צו רעדן אלס מחותן פון ביידע צדדים... סיי ער איז א תושב און סיי ער ארבעט פאר'ן דעוועלאפער ר' עקיבא הערש קליין.
האט ער דערציילט אז אין אמת'ן האט דער דעוועלאפער שוין אריינגעלייגט אינעם "קאנטראקשן לאון" פון די ערשטע פאזע דירות דאס געלט צו בויען דעם ביהמ"ד פאר די שכונה, און ס'וואלט שוין געדארפט זיין אויפגעבויט אינאיינעם מיט די ערשטע דירות. נאר, מצד די קאנטראקטאר האט עס נאכנישט געקענט פאסירן, סיי אלס די אינפראסטרוקטור וואס איז למעשה געווארן אנגעוויזן אין די ארבעט פון די צווייטע פאזע וואו דער ביהמ"ד וועט זיין סטאנציאנירט, און נאך עיכובים. יעצט איז שוין דא א פאנדעישן אן מ'האט געווארט א לאנגע צייט אויף די סטיעל קאמפאני און די ביעמס דארף צו אנקומען בקרוב, און לויט'ן חשבון דארף עס קענען זיין גרייט נעקסטע יאר חנוכה, אבער כרגיל אין קאנסטראקשן קענען זיך זאכן פארשלעפן.
ממילא, האט מען פרובירט עטליכע צייטווייליגע פלענער, קיין איינס האט זיך נישט געקענט אויסארבעטן, ביז מ'איז געקומען אויף א פלאן צו דינגען א פלאץ אינעם נייעם ארטיגן ביזנעס צענטער. דער דעוועלאפער פון ענקלעיוו, כאטש ער בויט דעם נייעם שול וואו ער צאלט אויס אלעס עד פרוטה אחרונה, האט ער אבער גענומען אויף זיך אז כדי צו פארזיכערן יעדנס צופרידנהייט שוין יעצט ווען ער צאלן די "רענט" פאר די צייטווייליגע פלאץ (לויט ווי דער רב הרה"ג ר' יוסל רוקח האט שפעטער געזאגט קאסט די רענט בערך $10,000 א חודש), און די עסקני השכונה וועלן צאלן דאס אהערשטעלן די פלאץ (מען באקומט א ליידיגע ספעיס און מ'דארף אלעס אליינס בויען, פון לעקטער און סטיעם ביז די ווענט).
מ'האט אויסגעלייגט אויף די טישן צעטלעך פון די פלענס אינעם ביזנעס צענטער:

- image000000.jpg (81.25 KiB) געזען געווארן 1356 מאל

- image000008.jpg (74.05 KiB) געזען געווארן 1356 מאל
נאכדעם האט גערעדט הר"ר קלמן גפן, וואס האט געזאגט אז ער גייט מחולק זיין מיט ר' הערשל... און זאגן אז היות קאנסטראקשן דויערט אלעמאל לענגער ווי מען וויל, גלייבט ער שווער אז אויף פסח תשפ"ו זאל מען שוין קענען באנייען דעם נייעם ביהמ"ד, ממילא מוז מען צושטעלן די צייטווייליגע פלאץ געהעריג פאר א יאר-צוויי.
ער האט ארויסגעברענגט די נקודה אז די תושבי השכונה האבן ב"ה באקומען דירות ברייטער ווי מ'מאכט היינט אין די גאנצע שטאט, און מ'גייט אי"ה אויך באקומען א ביהמ"ד וואס דער דעוועלאפער גיי אונז נישט לאזן מנדב זיין חלקים דערפון... ממילא איז כאטשיג מט דעם וויל יעדער האבן א חלק, צו קענען זיין א שותף אין אוועקשטעלן די נייע צייטווייליגע ביהמ"ד, וואס פון דעם וועט זיך בויען די געגנט, בעט מען יעדן צו געבן $100 א חודש אויף א יאר צייט, אדער גאנצע $1200 אויפן פלאץ, און מ'האט ארלעדיגט א גמ"ח וואס וועט אויסלייגן די געלט פאר אלע וואס לאזן לויפן ק"ק פעימענטס, און די ארבעט וועט זיך קענען גלייך אנהייבן.
מ'האט אויסגעטיילט קארטלעך פאר'ן עולם צו געבן א ק"ק, מיט א אויסוואל פון זכות שותף פאר $1000, און זכות [איך געדענק שוין נישט..] פאר $1200.

- 256.jpg (66.44 KiB) געזען געווארן 1356 מאל
אויך האט מען אויסגעטיילט 3D רענדערינגס פון די הערליכע צוקונפטיגע ביהמ"ד און מקוה און דאווענען שטיבלעך מיט מערערע סקיצעס:

- image000003.jpg (69.5 KiB) געזען געווארן 1356 מאל

- image000005.jpg (59.43 KiB) געזען געווארן 1356 מאל
נאכדעם האט אויפגעטרעטן דער נייער רב הרה"ג ר' יוסל רוקח חדב"ן, און זייער ארויסגעהויבן די זאך אז די געגנט שטעלט זיך יעצט אוועק, און ווער עס העלפט אוועקשטעלן דעם יסוד וועט האבן א חלק אין אלע ווייטערדיגע הצלחות פון די געגנט אי"ה.
דער רב האט נאכגעזאגט מערערע דברי תורה ובתוכם פון רביה"ק זי"ע און ארויסגעברענגט אז ביי די אדנים האט מען נישט געגעבן כנדבת הלב נאר אלע אידן האבן געגעבן א מחצית השקל, ווייל אינעם יסוד מוזן אלע האבן א שייכות כדי צו קענען האבן אן המשכה, און ער האט ארויסגעברענגט אז מ'וועט אי"ה אוועקשטעלן א ביהמ"ד מיט א גוטע רוחניות'דיגע אטמאספער, און דער זכות וועט זיין פון די וואס האבן געהאלפן צאמנעמען די זאך דורכן אנהויבן שוין יעצט מיט א צייטווייליגע ביהמ"ד.
עקסטער האט דער רב ארויסגעהויבן לשבח דעם דעוועלאפער, זאגנדיג אז די געגנט האט א מזל וואס אנדערע געגנטער אין קרית יואל האבן נישט, אז מ'גייט בויען א טייערע מולטי מיליאן דאלארדיגע ביהמ"ד מיט אלע צוגעהערן מחוט ועד שרוך נעל אן וואס מ'זאל דארפן קלעטערן און זיך מוטשען מיט שאפן געלט און דרייען חובות. און עקסטער האט דער רב ארויסגעהויבן אז אפילו אויף יעצט וועט דער דעוועלאפער צאלן די טייערע רענט יעדן חודש, וואס דאס איז אויך לפנים משוה"ד, און מ'מוז עס משבח זיין, ממילא, כאטש דאס וואס בלייבט אויף די תושבים צו צושטעלן די צייטווייליגע געברויכן, איז זיכער אז יעדער וועט וועלן טון דעם מינימום און דערמיט וועט יעדער האבן כאטש עפעס א שותפות אין די רוחניות פון די געגנט.

- image000001.jpg (62.14 KiB) געזען געווארן 1356 מאל

- image000004.jpg (68.04 KiB) געזען געווארן 1356 מאל
נאכדעם האט מען געהערט אפאר ווערטער פונעם עסקן ר' שלום וואלדמאן, וואס ער אינאיינעם מיט זיין שוואגער ר' יוסף פערל זענען די גבורי החיל פונעם אונטערנעמונג, און ער האט צוגעענדיגט מיט די טעכנישע דעטאלן פונעם פלאן און געבעטן יעדן צו אויספילן זייער שותפות וואס פריער כדי מ'זאל קענען ביז אפאר וואכן גומר זיין די גאנצע פלאן, דער ליעס איז שוין אונטערגעשריבן דורכ'ן דעוועלאפער און מ'דארף עס בלויז אהערשטעלן בס"ד.

- image000002.jpg (66.48 KiB) געזען געווארן 1356 מאל
ובשם ה' נעשה ונצליח.