נייעס פון קרית יואל
Re: נייעס פון קרית יואל
אויף סאקאנמאנק ראוד האט מען פאר צוויי חדשים צוריק אראפגענומען די אויבערשעטע שיכט פון א חלק פונעם ראוד מיטן פלאן עס איבערצופלאסטערן
למעשה איז עס געבליבן אזוי שוין פאר צוויי חדשים צוקראצט פיל מיט גרויסע לעכער, ווען איז די פלאן עס צו ענדיגן?
למעשה איז עס געבליבן אזוי שוין פאר צוויי חדשים צוקראצט פיל מיט גרויסע לעכער, ווען איז די פלאן עס צו ענדיגן?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5602
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 11184
Re: נייעס פון קרית יואל
א באריכט פונעם אסיפה?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 236
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 584
Re: נייעס פון קרית יואל
Glass האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 19, 2025 2:50 pm נאך שווערע השתדלות פון עסקנים אין שפוץ פון העסקן ר' ברוך ליפא לעווי. האט אראנדזש קאונטי בשטעטיגט צוגעבן א נייע באס פאר טאון אוו מאנרא
און טאון אוו מאנרא וועט אנהייבן צו צושטעלן טראנפטעשן פון און צו קרית יואל
די ערשטע ראד וועט זיין פאר שכונת ברוך טעם-קרית יואל. ס'וועט פארן א יעדע הלבע שעה. פון שכונת ברוך טעם ביז צום שאפינג סענטער און צוריק. א הלבע שעה שפעטער וועט עס פארן פון שכונת ברוך טעם ביז צום ביזנעס סענטער און צוריק. א הלבע שעה שפעטער צום שאפינג סענטער. אזוי ווייטער א גאנצן טאג.
די פינקטליכע דעטאלן האלט נאך אונמיטן ווערן אויסגעארבעט.
אויב ס'וועט זיך אויסארבטן וועט מען צולייגן די אנדערע שכונת פון טאון אוו מאנרא
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 291
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 569
Re: נייעס פון קרית יואל
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5602
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 11184
Re: נייעס פון קרית יואל
ס'געווען א הערליכע אסיפה, די ערשטע מאל וואס אלע תושבי השכונה פון ברך משה המורחבת (ענקלעיוו) קומען זיך צאם, און דאס אליינס איז שוין געווען א תועלת פאר זיך.
די ערשטע האט גערעדט מו"ה הערשל שטיינבערג, וואס האט געזאגט אז מ'האט אים געבעט צו רעדן אלס מחותן פון ביידע צדדים... סיי ער איז א תושב און סיי ער ארבעט פאר'ן דעוועלאפער ר' עקיבא הערש קליין.
האט ער דערציילט אז אין אמת'ן האט דער דעוועלאפער שוין אריינגעלייגט אינעם "קאנטראקשן לאון" פון די ערשטע פאזע דירות דאס געלט צו בויען דעם ביהמ"ד פאר די שכונה, און ס'וואלט שוין געדארפט זיין אויפגעבויט אינאיינעם מיט די ערשטע דירות. נאר, מצד די קאנטראקטאר האט עס נאכנישט געקענט פאסירן, סיי אלס די אינפראסטרוקטור וואס איז למעשה געווארן אנגעוויזן אין די ארבעט פון די צווייטע פאזע וואו דער ביהמ"ד וועט זיין סטאנציאנירט, און נאך עיכובים. יעצט איז שוין דא א פאנדעישן אן מ'האט געווארט א לאנגע צייט אויף די סטיעל קאמפאני און די ביעמס דארף צו אנקומען בקרוב, און לויט'ן חשבון דארף עס קענען זיין גרייט נעקסטע יאר חנוכה, אבער כרגיל אין קאנסטראקשן קענען זיך זאכן פארשלעפן.
ממילא, האט מען פרובירט עטליכע צייטווייליגע פלענער, קיין איינס האט זיך נישט געקענט אויסארבעטן, ביז מ'איז געקומען אויף א פלאן צו דינגען א פלאץ אינעם נייעם ארטיגן ביזנעס צענטער. דער דעוועלאפער פון ענקלעיוו, כאטש ער בויט דעם נייעם שול וואו ער צאלט אויס אלעס עד פרוטה אחרונה, האט ער אבער גענומען אויף זיך אז כדי צו פארזיכערן יעדנס צופרידנהייט שוין יעצט ווען ער צאלן די "רענט" פאר די צייטווייליגע פלאץ (לויט ווי דער רב הרה"ג ר' יוסל רוקח האט שפעטער געזאגט קאסט די רענט בערך $10,000 א חודש), און די עסקני השכונה וועלן צאלן דאס אהערשטעלן די פלאץ (מען באקומט א ליידיגע ספעיס און מ'דארף אלעס אליינס בויען, פון לעקטער און סטיעם ביז די ווענט).
מ'האט אויסגעלייגט אויף די טישן צעטלעך פון די פלענס אינעם ביזנעס צענטער:
נאכדעם האט גערעדט הר"ר קלמן גפן, וואס האט געזאגט אז ער גייט מחולק זיין מיט ר' הערשל... און זאגן אז היות קאנסטראקשן דויערט אלעמאל לענגער ווי מען וויל, גלייבט ער שווער אז אויף פסח תשפ"ו זאל מען שוין קענען באנייען דעם נייעם ביהמ"ד, ממילא מוז מען צושטעלן די צייטווייליגע פלאץ געהעריג פאר א יאר-צוויי.
ער האט ארויסגעברענגט די נקודה אז די תושבי השכונה האבן ב"ה באקומען דירות ברייטער ווי מ'מאכט היינט אין די גאנצע שטאט, און מ'גייט אי"ה אויך באקומען א ביהמ"ד וואס דער דעוועלאפער גיי אונז נישט לאזן מנדב זיין חלקים דערפון... ממילא איז כאטשיג מט דעם וויל יעדער האבן א חלק, צו קענען זיין א שותף אין אוועקשטעלן די נייע צייטווייליגע ביהמ"ד, וואס פון דעם וועט זיך בויען די געגנט, בעט מען יעדן צו געבן $100 א חודש אויף א יאר צייט, אדער גאנצע $1200 אויפן פלאץ, און מ'האט ארלעדיגט א גמ"ח וואס וועט אויסלייגן די געלט פאר אלע וואס לאזן לויפן ק"ק פעימענטס, און די ארבעט וועט זיך קענען גלייך אנהייבן.
מ'האט אויסגעטיילט קארטלעך פאר'ן עולם צו געבן א ק"ק, מיט א אויסוואל פון זכות שותף פאר $1000, און זכות [איך געדענק שוין נישט..] פאר $1200.
אויך האט מען אויסגעטיילט 3D רענדערינגס פון די הערליכע צוקונפטיגע ביהמ"ד און מקוה און דאווענען שטיבלעך מיט מערערע סקיצעס:
נאכדעם האט אויפגעטרעטן דער נייער רב הרה"ג ר' יוסל רוקח חדב"ן, און זייער ארויסגעהויבן די זאך אז די געגנט שטעלט זיך יעצט אוועק, און ווער עס העלפט אוועקשטעלן דעם יסוד וועט האבן א חלק אין אלע ווייטערדיגע הצלחות פון די געגנט אי"ה.
דער רב האט נאכגעזאגט מערערע דברי תורה ובתוכם פון רביה"ק זי"ע און ארויסגעברענגט אז ביי די אדנים האט מען נישט געגעבן כנדבת הלב נאר אלע אידן האבן געגעבן א מחצית השקל, ווייל אינעם יסוד מוזן אלע האבן א שייכות כדי צו קענען האבן אן המשכה, און ער האט ארויסגעברענגט אז מ'וועט אי"ה אוועקשטעלן א ביהמ"ד מיט א גוטע רוחניות'דיגע אטמאספער, און דער זכות וועט זיין פון די וואס האבן געהאלפן צאמנעמען די זאך דורכן אנהויבן שוין יעצט מיט א צייטווייליגע ביהמ"ד.
עקסטער האט דער רב ארויסגעהויבן לשבח דעם דעוועלאפער, זאגנדיג אז די געגנט האט א מזל וואס אנדערע געגנטער אין קרית יואל האבן נישט, אז מ'גייט בויען א טייערע מולטי מיליאן דאלארדיגע ביהמ"ד מיט אלע צוגעהערן מחוט ועד שרוך נעל אן וואס מ'זאל דארפן קלעטערן און זיך מוטשען מיט שאפן געלט און דרייען חובות. און עקסטער האט דער רב ארויסגעהויבן אז אפילו אויף יעצט וועט דער דעוועלאפער צאלן די טייערע רענט יעדן חודש, וואס דאס איז אויך לפנים משוה"ד, און מ'מוז עס משבח זיין, ממילא, כאטש דאס וואס בלייבט אויף די תושבים צו צושטעלן די צייטווייליגע געברויכן, איז זיכער אז יעדער וועט וועלן טון דעם מינימום און דערמיט וועט יעדער האבן כאטש עפעס א שותפות אין די רוחניות פון די געגנט.
נאכדעם האט מען געהערט אפאר ווערטער פונעם עסקן ר' שלום וואלדמאן, וואס ער אינאיינעם מיט זיין שוואגער ר' יוסף פערל זענען די גבורי החיל פונעם אונטערנעמונג, און ער האט צוגעענדיגט מיט די טעכנישע דעטאלן פונעם פלאן און געבעטן יעדן צו אויספילן זייער שותפות וואס פריער כדי מ'זאל קענען ביז אפאר וואכן גומר זיין די גאנצע פלאן, דער ליעס איז שוין אונטערגעשריבן דורכ'ן דעוועלאפער און מ'דארף עס בלויז אהערשטעלן בס"ד.
ובשם ה' נעשה ונצליח.
- נויז מאשין
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 74
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 114
- פארבינד זיך:
Re: נייעס פון קרית יואל
איז נישט רוקח רב אין קול אליהו?
Re: נייעס פון קרית יואל
ר'ברוך האט אויך 2 שוהלן...
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1943
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 4464
Re: נייעס פון קרית יואל
לויט ווי איך ווייס איז קול אליהו לכתחילה געווען א צייטווייליגע זאך ווייל ער האט דארט געוואוינט אויף דערווייל. ער האט שוין דאן געהאט געקויפט זיין דירה אין עיקערס ענקלעוו און ער האט אהינגעמופט גלייך עס איז געווארן פארטיג.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 236
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 584
Re: נייעס פון קרית יואל
איינער האט מיט מער פרטים
Re: נייעס פון קרית יואל
די גאנצע טעמע קומט אין מהר״א אשכול
אז נישט וועט מען אנהייבען אויך שרייבען פון בית יקותיאל….
Re: נייעס פון קרית יואל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 236
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 584
Re: נייעס פון קרית יואל
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1943
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 4464
Re: נייעס פון קרית יואל
איך גיי זייער שטארק לאכן. אבער ביטע אויפהערן מיט אייערע פארפירענישן עס האט נישט קיין זין. איר קענט רואיג דא שרייבן באריכטן פון די בית יקותיאל שוהל. און די וואכנשריפט קענט איר ווייטער לייגן אינעם וואכנשריפט טעמע.
Re: נייעס פון קרית יואל
קען זיין דו ביסט גערעכט, אבער ''כ'מיין'' אז מ'קען פארשטיין די חילוק, חוץ אויב וויל מען דירעקט נישט פארשטיין און האבן טענות...
דא שטייט א געגענט וואס האט נישט יעצט קיין ביהמ''ד, ס'איז נוגע פאר יעדעם פון דעם געגנט, מ'שמועסט ארום דערוועגן, פערצופאל גייט דער ביהמ''ד זיין מהר''א'ס אבער דער עצם זאך איז נייעס/שמועסן פון א געגנט אין קרית יואל.
קען זיין כ'בין נישט גערעכט, אבער אזוי מיין איך.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 291
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 569
Re: נייעס פון קרית יואל
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 291
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 569
Re: נייעס פון קרית יואל
סאיז נישט קיין פערצופאל, איך ווייס פון פינף חסידי מהרי"י וואס זענען נישט געגאנגען צום אסיפה טאקע וועגן דעם...שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 6:44 pmקען זיין דו ביסט גערעכט, אבער ''כ'מיין'' אז מ'קען פארשטיין די חילוק, חוץ אויב וויל מען דירעקט נישט פארשטיין און האבן טענות...
דא שטייט א געגענט וואס האט נישט יעצט קיין ביהמ''ד, ס'איז נוגע פאר יעדעם פון דעם געגנט, מ'שמועסט ארום דערוועגן, פערצופאל גייט דער ביהמ''ד זיין מהר''א'ס אבער דער עצם זאך איז נייעס/שמועסן פון א געגנט אין קרית יואל.
קען זיין כ'בין נישט גערעכט, אבער אזוי מיין איך.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5602
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 11184
Re: נייעס פון קרית יואל
אומר ועושה...
די ארבעט אויפ'ן ביהמ"ד אינעם ביזנעס צענטער האט זיך שוין היינט אנגעהויבן!
Re: נייעס פון קרית יואל
דער תגובה קומט אינעם תורת הנפש אשכול.
אז נישט וועט מען אנהייבן שרייבן דא וועגן סי-בי-די.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- נויז מאשין
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 74
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 114
- פארבינד זיך:
Re: נייעס פון קרית יואל
@דער תהלים איד מיז נישט ר' עקיבא הערש געבן א קאמיונעטי רום לויט די ווילעדזש געזעץ? וואס איז די העלדישקייט אז ער צאלט רענט
Re: נייעס פון קרית יואל
מהאט שוין אסאך גערעדט דערוועגן דא. צייט צו פינען א מעסעדזש מיט די אמת איבער די קאמיונעטי רום געזעץ.נויז מאשין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 07, 2025 2:39 pm @דער תהלים איד מיז נישט ר' עקיבא הערש געבן א קאמיונעטי רום לויט די ווילעדזש געזעץ? וואס איז די העלדישקייט אז ער צאלט רענט
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל