בלאט 131 פון 181

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 2:44 pm
דורך וועליך
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 2:40 pm איך זאג נישט ווער זיי זענען, נאר וואס זיי טוען, און ווער עס ווייסט ווער דער טוער איז זכה לו.

און בעצם איז דאס נישט מיין מיינונג, נאר א רב צו וועמען איך האב פריער גערעדט.
ביסט טאקע אזוי משוגע ווי די מאכסטעך???

האלסט טאקע אז אונז האמיר אלע הערנער אויף אונזער קאפ???

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 2:49 pm
דורך שטענדיגרייט
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 2:40 pm איך זאג נישט ווער זיי זענען, נאר וואס זיי טוען, און ווער עס ווייסט ווער דער טוער איז זכה לו.

און בעצם איז דאס נישט מיין מיינונג, נאר א רב צו וועמען איך האב פריער גערעדט.
איך כאפ נישט פונקטלעך וואס דו האסט מיר געענטפערט יעצט.
כ'מיין אז די ווייסט אויך אז יעדער איינער דא ווייסט פון וועם די רעדסט,

אין די גייסט אויף א פאבליק סייט מיט א אנאנעמיסט ניק, אין נאמען פון א אנאנעמיסט רב, און די פארגלייכסט זיי צו ערב רב...

אין מיינע אויגן איז עס א גרויסע עוולה!

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 2:56 pm
דורך דער תהלים איד
@שטענדיגרייט אין מיין פארשטאנד איז דאס ווארט ערב רב נאר ווי א משל. יענער האט נישט געזאגט די ווערטער און איך אודאי נישט.

ס'איז נאר די קאנסעפט אז די מיסיע פון אפרייסן בלומינגראוו פון קרית יואל איז ביי יענעם רב - וואס וואוינט דארט! - אזוי שרעקליך אז ער האלט אז דאס וואס זיי שיקן געלט איז גארנישט אנדערש ווי הנ"ל. טאקע דאס איז געווען מיין סורפרייז.

די מיינונג איבער אויסרייסן קרית יואל איז דאך לויט "אלע" קהלות אפגעפרעגט. און דאס מעג מען דא ארויסברענגען בכל החומר, אזוי מיין איך, מען רעדט שוין דערפון נישט פון היינט.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 3:01 pm
דורך שינאווער
דער רבי מהר"א האט שוין כמה פעמים גערעדט אנטקעגן די וואס ווילן שטערן די הרחבת גבילי העיר קרית יואל, און ווען דער רבי האט גערעדט דערפון האט יעדער געוויסט פון וועם ער רעדט.

כ'זאג נישט קיין מיינונג אין די שמועס דא, אבער דאס איז זיכער, אז וואס זיי פרובירן צו טון, איז זיכער אפגעפרעגט, און די רבי האט שוין אפאר מאל גערעדט אין פובליק אנטקעגן די יעניגע.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 3:10 pm
דורך שטענדיגרייט
שינאווער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 3:01 pm דער רבי האט שוין כמה פעמים גערעדט אנטקעגן די וואס ווילן שטערן די הרחבת גבילי העיר קרית יואל, און ווען דער רבי האט גערעדט דערפון האט יעדער געוויסט פון וועם ער רעדט.

כ'זאג נישט קיין מיינונג אין די שמועס דא, אבער דאס איז זיכער, אז וואס זיי פרובירן צו טון, איז זיכער אפגעפרעגט, און די רבי האט שוין אפאר מאל גערעדט אין פובליק אנטקעגן די יעניגע.
צו זאגן אין פאבליק אז זיי טוען א עוולה איז איין זאך...

אבער אין מיינע אויגן האט די פאוסט אויסגעזעהן ווי ער וויל זיי פארגלייכן צו די ווערטער פון די דברי שמחה, דאס האב איך שוין אנגעקוקט פאר א נעקסט לעוועל...

אבער @דער תהלים איד האט שוין געזאגט אז ער האט דאס נישט געמיינט, סוי צו איך צוריק...

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 4:22 pm
דורך קמיאל
קודם דארפסטו אים גלייבן אז די מעשה איז בכלל געשעהן.
נאכדעם זעהט מען פון די מעשה אז די רב איז אויך מסכים אז דאס איז פון די דברים טובים, איז פארוואס לייגטסטו עס אראפ כאילו ס'איז געווען אזא "לא יחרץ" טשעק, זאג אז זיי האבן געשיקט פאר איד וואס קען דאס נוצן, א טשעק צו העלפן אריינברענגן די פסח.
נאכדעם, איז אינטערעסאנט פארוואס "דער תהלים איד" האט געדארפט טוישן ניק.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 4:32 pm
דורך פשוט און גראד
כ'וואלט זיך געקוויטעלט ביי דעים רב. אשרי לו! ואשרי לדורותיו! ואשרי לרבינו זי"ע - זז"ג - פארן אינז לערנען דעם דרך האמת!

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 4:35 pm
דורך פשוט און גראד
קמיאל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 4:22 pm קודם דארפסטו אים גלייבן אז די מעשה איז בכלל געשעהן.
נאכדעם זעהט מען פון די מעשה אז די רב איז אויך מסכים אז דאס איז פון די דברים טובים, איז פארוואס לייגטסטו עס אראפ כאילו ס'איז געווען אזא "לא יחרץ" טשעק, זאג אז זיי האבן געשיקט פאר איד וואס קען דאס נוצן, א טשעק צו העלפן אריינברענגן די פסח.
נאכדעם, איז אינטערעסאנט פארוואס "דער תהלים איד" האט געדארפט טוישן ניק.
די רבי זי"ע האט דאך אינז געלערנט, פון אוועק לויפען פון אזיינע גיטס. (אין יא, ס'איז ליידער טאקעע דייקא "לא יחרץ" גילט)

אין ניין! דעיס איז נישט קיין גיטס.

גיטס איז - קרית יואל!
גיטס איז - ויואל משה!
גיטס איז - די רבש"ע!

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 5:53 pm
דורך Yankel
שטענדיגרייט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 2:49 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 2:40 pm איך זאג נישט ווער זיי זענען, נאר וואס זיי טוען, און ווער עס ווייסט ווער דער טוער איז זכה לו.

און בעצם איז דאס נישט מיין מיינונג, נאר א רב צו וועמען איך האב פריער גערעדט.
איך כאפ נישט פונקטלעך וואס דו האסט מיר געענטפערט יעצט.
כ'מיין אז די ווייסט אויך אז יעדער איינער דא ווייסט פון וועם די רעדסט,

אין די גייסט אויף א פאבליק סייט מיט א אנאנעמיסט ניק, אין נאמען פון א אנאנעמיסט רב, און די פארגלייכסט זיי צו ערב רב...

אין מיינע אויגן איז עס א גרויסע עוולה!
מיינסט צוזאגען אז יענע חשובע איד/רב באקומט א טשעק פון אן אנדערע אדשענדע וואס מאכט אים אנקוקען די אנדער פאר ערב רב, כך הוא דרכו של שוחד

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 5:56 pm
דורך חלום חלמתי
ס'האט מיר פארציילט יענע עסקן אז הרב ר' יושע ראזענבערגער פון בית שמש (לויט וואכנשריפט פוסק הדור) האט נישט געוואלט דעפאזיטן די טשעק וואס ער באקומט פון מרכז עזרא ויועוץ אנווייזנדיג די זעלבע בריוו...

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 6:10 pm
דורך Yankel
פארדעם טאקע געט יוסי בראך קעש……

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מוצש"ק אפריל 05, 2025 11:55 pm
דורך לעבעדיגע איד
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 5:56 pm ס'האט מיר פארציילט יענע עסקן אז הרב ר' יושע ראזענבערגער פון בית שמש (לויט וואכנשריפט פוסק הדור) האט נישט געוואלט דעפאזיטן די טשעק וואס ער באקומט פון מרכז עזרא ויועוץ אנווייזנדיג די זעלבע בריוו...
ווען האט מרכז עזרה ויעוץ געטיילט געלט?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 12:16 am
דורך חיים דער שרייבער
aa4dcd0d-2381-42b3-ae68-937fc784fc1d.jpeg
aa4dcd0d-2381-42b3-ae68-937fc784fc1d.jpeg (251.52 KiB) געזען געווארן 917 מאל
b966b39c-ffc5-463e-b6db-2a7b30406bd7.jpeg
b966b39c-ffc5-463e-b6db-2a7b30406bd7.jpeg (258.34 KiB) געזען געווארן 917 מאל

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 12:16 am
דורך חיים דער שרייבער
IMG_0075.jpeg
IMG_0075.jpeg (374.92 KiB) געזען געווארן 917 מאל

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 1:15 am
דורך עטרת חיים
מהר"א - שכונת דברי חיים קרית יואל
מכירת חמץ ע"י הגאון הגדול דומ"ץ עירנו שליט"א בביהמ"ד בית שמואל דקהל יטב לב ד'סאטמאר
image000000 (004.jpg
image000000 (004.jpg (160.75 KiB) געזען געווארן 885 מאל
image000000 (003)1.jpg
image000000 (003)1.jpg (178.68 KiB) געזען געווארן 885 מאל

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 1:16 am
דורך עטרת חיים
עטרת חיים האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 1:15 am מהר"א - שכונת דברי חיים קרית יואל
מכירת חמץ ע"י הגאון הגדול דומ"ץ עירנו שליט"א בביהמ"ד בית שמואל דקהל יטב לב ד'סאטמאר image000000 (004.jpgimage000000 (003)1.jpg
image0000001.jpg
image0000001.jpg (171.78 KiB) געזען געווארן 885 מאל
image000000 (003).jpg
image000000 (003).jpg (187.65 KiB) געזען געווארן 885 מאל

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 2:56 am
דורך מאיר שלום
פשוט און גראד האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 4:32 pm כ'וואלט זיך געקוויטעלט ביי דעים רב. אשרי לו! ואשרי לדורותיו! ואשרי לרבינו זי"ע - זז"ג - פארן אינז לערנען דעם דרך האמת!
אויב מעגליך ביטע שרייבן די נאמען פונעם רב, איך וויל אויכט גיין מיט א קוויטל.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 9:29 am
דורך פעשליך
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 2:15 pm איך האב פריער געהאט א שמועס מיט א חשובע'ר ת"ח, א רב, וואס וואוינט אין בלומינגראוו ווילעדזש.

צוליב מיין שטוינונג וועל איך עס נאכדערציילן. ווייל ס'האט מיר געוויזן אז וויפיל איך האב א מיטגעפיל מיט זייער מערכה פאר די אידישקייט צורה פונעם פלאץ, וועל איך קיינמאל נישט האבן דעם שטורמישער געפיל וואס זיי זעלבסט האבן, אדער בכלל משיג זיין וויאזוי זיי אליינס באטראכטן עס און שפירן עס.

ער דערציילט מיר אז ער האט נעכטן ארויסגענומען פון די פאסט אן ענוועלאופ מיט א "גרויסן טשעק" וואס א געוויסע לאקאלע ארגאניזאציע/פירמע האט אים געשיקט, אלס איינער פון די "רבני עירינו" ווי ס'איז געשטאנען דארט.

און איך זאג WOW, פשיהא, מען טיילט גרויס געלט.

אבער ער זאגט מיר "וואס וואוי? איך גיי דאס ח"ו נישט דעפאזיטן".

כ'בין געווען עכט שאקירט... דער רב איז בכלל נישט קיין בעל פרנסה. און פשוט ער וויל נישט נעמען דאס געלט.

זאג איך אים "אבער פארוואס זאל דאס געלט בלייבן ביי זיי? ענדערשט גיב עס פאר די עסקנים פון הרחבת גבולים... זאלן זיי עס נוצן..."

דער איד האט מיר ממש נישט פארשטאנען. כ'בין נאך יעצט ערשטוינט... איך וואלט דאס דעפאזיטעט די רגע, אבער ער קוקט דערויף עפעס ממש נעקסט לעוול. זעענדיג מיין וואונדער זאגט ער מיר "קום אהער, איך ווייז דיר א בריוו אין דברי שמחה, און אויב דו פארשטייסט נישט דעם צושטעל, פארשטייסטו נישט אונזער מצב. איך האב אויך אמאל געמיינט אז ס'איז ווערטלעך אדער איבערגעטריבן"

איך האב נישט וואס צוצולייגן... נאר צולייגן די בילד פונעם דברי שמחה:


1.jpg
2.jpg
ווען די רעדטסט מיט דעם ת"ח די נעקסטע מאל פרעג אים ווי איך קען אויפפיקן די טשעק. איך קען נאך ניצן אפאר דאללער אויף יום טוב.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 10:26 am
דורך חלום חלמתי
לעבעדיגע איד האט געשריבן: מוצש"ק אפריל 05, 2025 11:55 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 5:56 pm ס'האט מיר פארציילט יענע עסקן אז הרב ר' יושע ראזענבערגער פון בית שמש (לויט וואכנשריפט פוסק הדור) האט נישט געוואלט דעפאזיטן די טשעק וואס ער באקומט פון מרכז עזרא ויועוץ אנווייזנדיג די זעלבע בריוו...
ווען האט מרכז עזרה ויעוץ געטיילט געלט?
אינטער א צווייטע נאמען

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 2:02 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 10:26 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: מוצש"ק אפריל 05, 2025 11:55 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 5:56 pm ס'האט מיר פארציילט יענע עסקן אז הרב ר' יושע ראזענבערגער פון בית שמש (לויט וואכנשריפט פוסק הדור) האט נישט געוואלט דעפאזיטן די טשעק וואס ער באקומט פון מרכז עזרא ויועוץ אנווייזנדיג די זעלבע בריוו...
ווען האט מרכז עזרה ויעוץ געטיילט געלט?
אינטער א צווייטע נאמען
פארוואס פעלט אויס צו קאכן אומזינסטע קאשעס? מרכז עזרה ויעוץ איז פארנומען מיט זיחיערס און "ועד הפעולה" מאכט חלוקות דורכ'ן גאב"ד. ועד הפעולה איז עסקנים וואס האבן נישט מיט מרכז עזרה. ר' שמעון שישא ווערט גערופן מטעם בית הגאב"ד צו פירן די חלוקות, פונקט ווי ער ווערט גערופן צו יעדע גרעסערע געשעעניש אין די עדה החרדית.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 2:29 pm
דורך Yankel
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 2:02 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 10:26 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: מוצש"ק אפריל 05, 2025 11:55 pm
ווען האט מרכז עזרה ויעוץ געטיילט געלט?
אינטער א צווייטע נאמען
פארוואס פעלט אויס צו קאכן אומזינסטע קאשעס? מרכז עזרה ויעוץ איז פארנומען מיט זיחיערס און "ועד הפעולה" מאכט חלוקות דורכ'ן גאב"ד. ועד הפעולה איז עסקנים וואס האבן נישט מיט מרכז עזרה. ר' שמעון שישא ווערט גערופן מטעם בית הגאב"ד צו פירן די חלוקות, פונקט ווי ער ווערט גערופן צו יעדע גרעסערע געשעעניש אין די עדה החרדית.
ביי וועלכע הויז פון די גאב״ד?
למען הפינקטלעכקייט, די עדה החרדית האט נישט אפעציעל אויפגענומען א רב זייט די הסתלקות פון די פאריגע גאב״ד הגאון ר׳ יצחק טובי ווייס זי״ע

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 2:30 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
Yankel האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 2:29 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 2:02 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 10:26 am

אינטער א צווייטע נאמען
פארוואס פעלט אויס צו קאכן אומזינסטע קאשעס? מרכז עזרה ויעוץ איז פארנומען מיט זיחיערס און "ועד הפעולה" מאכט חלוקות דורכ'ן גאב"ד. ועד הפעולה איז עסקנים וואס האבן נישט מיט מרכז עזרה. ר' שמעון שישא ווערט גערופן מטעם בית הגאב"ד צו פירן די חלוקות, פונקט ווי ער ווערט גערופן צו יעדע גרעסערע געשעעניש אין די עדה החרדית.
ביי וועלכע הויז פון די גאב״ד?
למען הפינקטלעכקייט, די עדה החרדית האט נישט אפעציעל אויפגענומען א רב זייט די הסתלקות פון די פאריגע גאב״ד הגאון ר׳ יצחק טובי ווייס זי״ע
מיין ציל איז געווען צו ענטפערן איינעמס טעות. נישט פארדרייען דעם שמועס. אויב דו ווילסט רעדן וועגן גאב"ד / ראב"ד און מחדש זיין וויכטיגע ידיעות ארום די נושא עפן א טעמע אדער זוך אויף די פלאץ.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 4:41 pm
דורך חלום חלמתי
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 2:02 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 10:26 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: מוצש"ק אפריל 05, 2025 11:55 pm
ווען האט מרכז עזרה ויעוץ געטיילט געלט?
אינטער א צווייטע נאמען
פארוואס פעלט אויס צו קאכן אומזינסטע קאשעס? מרכז עזרה ויעוץ איז פארנומען מיט זיחיערס און "ועד הפעולה" מאכט חלוקות דורכ'ן גאב"ד. ועד הפעולה איז עסקנים וואס האבן נישט מיט מרכז עזרה. ר' שמעון שישא ווערט גערופן מטעם בית הגאב"ד צו פירן די חלוקות, פונקט ווי ער ווערט גערופן צו יעדע גרעסערע געשעעניש אין די עדה החרדית.
סארי כאנישט געדענקט די נאמען.

די עסקנים זענען די זעלבע אינטער א צווייטע לעדערהעד.

געמיינט ארויסצוברענגען אז די בריוו איז נישט יעצט נולד געווארן

אגב דאכט זיך אז די באקאנטע בריוו בנוגע לימוד חומש כל הסדר שטייט אויך אין דברי שמחה

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 4:57 pm
דורך דץ הסוחר
Tent .jpg
Tent .jpg (246.17 KiB) געזען געווארן 476 מאל

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 5:00 pm
דורך דער תהלים איד
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 4:41 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 2:02 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 10:26 am

אינטער א צווייטע נאמען
פארוואס פעלט אויס צו קאכן אומזינסטע קאשעס? מרכז עזרה ויעוץ איז פארנומען מיט זיחיערס און "ועד הפעולה" מאכט חלוקות דורכ'ן גאב"ד. ועד הפעולה איז עסקנים וואס האבן נישט מיט מרכז עזרה. ר' שמעון שישא ווערט גערופן מטעם בית הגאב"ד צו פירן די חלוקות, פונקט ווי ער ווערט גערופן צו יעדע גרעסערע געשעעניש אין די עדה החרדית.
סארי כאנישט געדענקט די נאמען.

די עסקנים זענען די זעלבע אינטער א צווייטע לעדערהעד.

געמיינט ארויסצוברענגען אז די בריוו איז נישט יעצט נולד געווארן

אגב דאכט זיך אז די באקאנטע בריוו בנוגע לימוד חומש כל הסדר שטייט אויך אין דברי שמחה
אנטשולדיגט פאר'ן זיך אריינמישן אין די גאר אביעקטיווע און אקטועלע שמועס... אבער אין אר"י איז ועד הפעולה און מרכז עזרה נישט די זעלבע עסקנים. נישט מעגליך בכלל די זעלבע זאלן קענען טון ביידע.

ס'איז גוט אפשר פאר מצענטשן וואס 'טראכטן' אין דמיון פונדרויסן וויאזוי א זאך ארבעט. אבער נישט אין פאקט.

--

לענין, די דברי שמחה איז וואס יענער רב האט מיר געוויזן, ממילא האב איך עס אפגעפלימט פאר די אינטערסאנטקייט.

אויב דו האסט א קושיא פון יענעם רב אויף די כיתה ג' חדר דארף מען עפענען א טעמע איבער דעם... נישט אין בלומינגראוו, קרית יואל.