בלאט 131 פון 131

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 8:07 pm
דורך חלום חלמתי
ניי יאר פייערונגען אין דוביי


Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 8:11 pm
דורך חלום חלמתי
באפעלא נ"י: געגנב'עטע קאר איז אפגעפונען געווארן נעבן ים מיט אפענע פענסטער, די קאר איז געווען א שטיק אייז..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 10:51 pm
דורך חלום חלמתי
ניי יאר און אמעריקע'ס 250'טע געבורטסטאג. די לינקאלן מעמאריעל אין וואשינגטאן ווערט הערליך באלאכטן מיט בילדער פון די אמעריקאנע 250 יאריגע געשיכטע

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 10:58 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 1:14 pm פוטין האט זיך היינט אינדערפרי פארבינדן מיט פרעזידענט טראמפ נאך דעם וואס ער טענה'ט אז אוקריינע האט דורכגעפירט אן אטאקע אויף זיין פריוואטע הייזקע.

פוטין סטראשעט ווילד אז די אטאקע קען נישט דורכגיין אומפארענפערטַ

אוקריינא לייקנט קאטאגאריש די גאנצע מעשה.
די אמעריקאנע CIA האט באשטעטיגט אז די געשיכטע איז פאלש דורכאויס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 11:01 pm
דורך חלום חלמתי
קודם זעה מיר אז די ביליאנערן צאלן טאקע מער טעקס..

נאכדעם פארציילט אילאן אז די IRS קען נישט האנדלען זיינע הויכע ציפערן.... זייערע קאמפיוטער סיסטעמען זענען געגאנגען פייפן ביים צוזאמרעכענען זיינע נדבות..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 11:06 pm
דורך חלום חלמתי
די סענאט האט היינט ארויסגעגעבן חלקים פון זייער פארהער מיטן ספעציעלע פארשער סמיט.

ער טענה'ט אז טראמפ איז שולדיג אין די יאנואר זעקס ראיאטן, וויבאלד זיינע מעשים האבן אנגעהעצט זיינע שטיצער. אבער ער פארפעלט צו ענפערן אויב טראמפ האט געוויסט אדער געהייסן זיך איינברעכן אינעם קעפיטאל.

אזוי אויך זאגט ער אז די געשיכטעס וואס מ'האט פארציילט אונטער שבועה, לדוג' ווי טראמפ האט אנגעכאפט די רעדל פון זיין קאר און עס געוואלט פארקירעווען אין ריכטונג פונעם קעפיטאל, איז אומשטעטיגט, און דער פארציילער האט עס נאר געהערט איש מפי פיש און ס'האט נישט קיין מקור..

אווער אלל איז די פארהער זעלטן רואיג און צום זאך, לכאורה וויבאלד ס'איז נישט געווען פאבליק און מען קען נישט זעהן ווער ספרעגט, מילא איז נישט געווען קיין אינטערעסע דאס צו פארוואנדלען אין א צירקוס.

דער סמיט איז נישט קיין פלענע פאליטישע העק.. ער ווייסט פיין וואס טוט זיך.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 11:20 pm
דורך חלום חלמתי
די ווייסע הויז ס"ה פון די נייע ווערטער פונעם יאר....

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 11:57 pm
דורך חלום חלמתי
כאפט אריין! נאך דריי מינוט געבליבן צו האבן א בעיבי און געניסן פון די 1,000 טעקס קרעדיט אין נ"י. קינדער פון 2026 און ווייטער וועלן נאר באקומען 500 קרעדיט

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 12:14 am
דורך חלום חלמתי
מעיאר מאמדאני!

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 12:24 am
דורך נאו לעיבל
לייק פאר די נייע חלום חלמתי וואסער מארק!

@חלום חלמתי יו ראק, חזק ואמץ.