יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 12:32 pm
עס מאכט טאקע נישט קיין סענס וואס דא גייט פאר.
אין אנהייב איז די שמועס געגאנגען אז יעדער וועט בעטן $300 פער נעט ס"פ, נאר היות רב עקיבא הערש האט זיך צוגעשטעלט מרצונו הטוב און ער האט שוין אלע נויטיגע פערמיטן וכדו' ממילא מעג ער בעטן מער ווי דעם. און דאס איז געווען די הסבר פארוואס די ועד הדירות קומען נישט ארויס מיט קיין קלארשטעלונג אויף וואס מען קען בעטן.
למעשה יעצט, יעדער בעט גראוס ס"פ, און די פראבלעם איז אז עס איז בכלל נישט קלאר וואס ווערט אריינגערעכענט אין דעם, שמועות און לשון הרע ווערן אויף פארקויפט פאר גוט געלט.
פארוואס איז נישט דא קיין קלארקייט? קען מען בכלל טשעלענדשן ווען איינער זאגט א סכום פון ס"פ וואס דו דארפסט צאלן אויף א דירה?
ענדערש זאל מען קענען בעטן $325 א ס"פ אבער נאר נעט, אזוי ווייסט מען וואס מען באקומט.
@דער תהלים איד
בקיצור נמרץ, ווי מזאגט אין א נאט שעל, לאמיר עס מסביר זיין,
א מאמדאני סטייל ווירטשאפט פין פרייז קאנטראל,רענט פריז, וכו׳, האט די מציאות געוויזן אז סהאט גאר א שלעכטע עפעקט אויף יעדעם איינעם פין די מוכרים ביז די שוכרים אין קונים, קיינער איז נישט העפי, אין אויב זענען די דעוועלעפערס נישט העפי גייען זיי זיכער מאכן צי זיין העפי אדער דורך נישט בויען בכלל, אין דעמאלטס איז נישט דא קיין דירות שיסט די עקזיסטיג מארקעט ארויף, אדער גייען זיי ארימחישען מיטן עולם אין מאכן געלט וואס העלפט זיי אנגיין אויף ווייטער,
סאו עטליסט ביי די יעצטיגע זשאווערוכע, לאזט מען כאטש רעכענען גראוס, געבן שוואכע קוואליטי, אין ארימחישען מיט׳ן ציבור, אבי סהייסט אז די פרייז איז געפאלן, אין די קעפלעך אין די צייטונגען זענען שרייענד אז מהאט אויפגעטוהן וכו׳,
די פראבלעם גייט זיין ווען די אינטרעסט ראטעס גייען פאלן אין דעמאלטס גייט די עולם קויפן אין די מאסן, די פרייז גייט ארויפשיסן, אין די דעמעדזש פין בויען טשיפ קוואליטי אין רעכענען גראוס איז שוין דא,דעס גייט מען שוין לכאורה נישט קענען צוריקדרייען,
דאס אז די מציאות, פרייז קאנטראל איז א דריטע וועלט לאנד זאך, אין סאיז נישט גוט פאר קיינעם!