Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:08 pm
אינטערעסאנט ווי עס קומט כסדר צו חלקים צו די מעשה...נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:41 pm12 בענדער בימים ההם וואלט געווען היינט מיט עוז והדר 75 בענדער, און דאס איז אלעס נאר ביז סדר דברים. דאס איז נישט סתם א דפוס, אדרבה קוק אריין אין דעם חומש וועסטו זעהן וואס דער חידוש פונעם תורה שלמה איז.צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 12:40 amכ'האב נישט פארשטאנען וואס דו האסט געשריבן, זייט אייך בעסער מסבירנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 9:39 pm
וואס הייסט נדפס, 12 כרכים בימים ההם נאר אויף די ערשטע פיר סדרים איז נישט נדפס.
איך ווייס נישט וועמען דו זאגסט נאך פון, אבער מיטן מציאות שטימט עס נישט!
דער רבי האט קלאר גענוצט די חומש בשעת עס זענען געווען אנדערע חמשים, ער האט אפי' געזאגט אז דאס מאכט אים גרינגער מיטן שלש סעודות תורה.
און בנוגע געפליקע דפים, יכול להיות. אבער אויך יכול להיות אז דאס איז געפליקט געווארן שפעטער.
אבער יהיה איך שיהיה, וואלט דער רבי געהאלטן באמת מין, איז נישט דא קיין וועג ארויס פונעם הלכה פון ספר תורה שכותבו מין.
סך הכל וואס איך וויל ארויס ברענגען פון מיינע תגובות איזנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:46 pmאיך האב געזעהן די תשובה, ממילא איז וואס איז יעצט? דו ווילסט זאגן אז ווייל ער חתמ'עט נין ונכד להגר''א, ממילא ווייסט ער בעסער?בן חיים האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 11:26 pmאלע רעדן נאך ביאת המשיחנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 10:25 pm
פארוואס קען קיינער נישט קריגען מיטן רבי'ן? זיי זענען אויך גארנישט מחדש, זיי ברענגן אויך נאר נאך פון חז''ל!
דער רמב''ן שרייבט אין שיר השירים, ברשיון מלכי האומות ובעזרתם ילכו לארץ ישראל.
דער רד''ק שרייבט אין תהילים, כן לעתיד יסבב גאולת ישראל על ידי מלכי הגוים שיעיר את רוחם שלהם.
עכ''פ, איך בין בכלל נישט דא צו פארטיידיגען שיטת המזרחי, אבער צו זאגן אז זיי האבן אליינס באשאפען א נייע תורה איז פשוט א חסרון ידיעה. זיי האבן נאך עני טיים אזוי פיל ראיות פון חז''ל און דברי הראשונים.
נאר וואס דען, איך און דו און נאך טויזענטער אידן האבן מקבל געווען דעת רבינו הקדוש והטהור זכותו יגן עלינו, און גרעסער ווי אים איז נישט געווען, והלכה כמותו בכל מקום ובכל זמן.
אבער אוועקמאכן אנדערע איז נישט בידינו!
און דאס וואס די האסט פריער געברענגט די נאמען קול התור
ר' משה שטערנבוך שרייבט אז עס איז מלא זיוף
איך האב שוין געזאגט גלייך מתחילה, די וואס זענען געווען קנאים בעפאר האבן דאס געלייקענט. און ווער עס איז געווען ביי די מזרחי בעפאר, האבן דאס מקבל געווען. עכ''פ די ספר האט לכאורה נישט אויסגעמאכט אויף קיין שום וועג.
און אגב, כפי זכרוני מאכט נאר ר' משה שטערנבוך אוועק דעם דפוס פון ר' מענדל.
איך וויל נישט אריינגיין צו טיעף היות רוב ייודן דא זענען נוטה צו שיטת הה"ק מסאטמאר אבער וויסן זאלסטע אז ביי דער מזרחי און ביי אסאך וואס זענען עכ"פ אביסל נוטה צו זייערע שיטה זענען דא ריזן כלים, תלמידי חכמים, יראי השם, [ע"פ דרכם] און באמת מען דארף נישט גיין אזוי ווייט נאר אפילו ביי אנדערע קרייזן זאגן זיי וואס דו זאגט אויף זיי אז סיז נישט קיין שום שיטה און זיי פארדרייען מאמרי חז"ל, זאגן זיי אויף דיך אויך, איז אודאי יעדער איינער וואס איז א סאטמערע חסיד ווייסט אז זיין רביס שיטה איז דער אמת אבער זיי האלטן אויך אז זייערע שיטה איז אמתבן חיים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:45 pmסך הכל וואס איך וויל ארויס ברענגען פון מיינע תגובות איזנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:46 pmאיך האב געזעהן די תשובה, ממילא איז וואס איז יעצט? דו ווילסט זאגן אז ווייל ער חתמ'עט נין ונכד להגר''א, ממילא ווייסט ער בעסער?
איך האב שוין געזאגט גלייך מתחילה, די וואס זענען געווען קנאים בעפאר האבן דאס געלייקענט. און ווער עס איז געווען ביי די מזרחי בעפאר, האבן דאס מקבל געווען. עכ''פ די ספר האט לכאורה נישט אויסגעמאכט אויף קיין שום וועג.
און אגב, כפי זכרוני מאכט נאר ר' משה שטערנבוך אוועק דעם דפוס פון ר' מענדל.
אז די מזרחי האט נישט קיין שיטה
איינער וואס פארדרייט מאמרי חז"ל און ראשונים איז נישט שייך קיין אלו ואלו
עס קומט פון מערכת סאטמאר, איך מיין ער איז איינגעשטעלט ביי סאטמאר (מהרי"י) אין מאנסי ַ
דא האסטו א גוט שטיקל ציונות פון שומרים ד'וויליאמסבורג.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:10 pmאפשר איז די חברה שומרים אויך אן התגרות באומת? דער אויבערשטער האט אונז געשיקט אין גלות בין העמים, און מיר זענען אונטער זיי. מיט וואספארא רעכט קומען מיר מיט אייגענע שומרים וואלענטירן. און מיר שלאגען אפ אטאקעס פון די גוים ביי וועמען מיר זענען אין גלות?ירחמיאל מאניש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:56 pmזייט מיר מוחל, דיין אינטערשריפט כשרט נישט דיינע ווערטער וואס די רעדסט,נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:50 pm
קיינער איז נישטא פאר נקמה יעצט. יעצט צוברעכט מען די פיינט ימח שמם וזכרם, אזוי ווי די הלכה איז אויף עיר שהוקפוה!
סאיז קלאר אז דאס איז התגרות באמות,
טאקע נישט פאסיג, אבער דער שרייבער האט גארנישט געמיינט אויסער א 'מליצה'.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:46 pmדא האסטו א גוט שטיקל ציונות פון שומרים ד'וויליאמסבורג.► Show Spoiler
די קעפל פון די צעטל פאסט פאר א פרייער איד!
איך האב ביז אהער מיך פראבירט צו האלטן רעלאטיוו רואיג, און אפי' אויף תגובות וואו מאנכע האבן מיך פראבירט אראפצורייסען אלץ מזרחי'סט אגודה'סט וכדו' האב איך נישט ראגירט. אלעס וויבאלד איך האב געוואלט אז דער אשכול זאל בלייבען געשמאק און רואיג, און מען זאל זיך קענען אויסשמועסען א נושא אזוי ווי עס פאסט זיך פאר אידטיש.
ס'איז מיר שווער צו צוריקקוקן וואס אלס איך האב שוין געענטפערט, בפרט ווען רוב טייל שמועס האט זיך באצויגן צו א טאטאל אנדערע נקודה, בנוגע דעם בליק אויף די כופרי המזרחי.נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:13 am מיר שטייען דא איבער 96 שעה פון ווען איך האב מיר געלאזט הערן מיינע מיינונגען געבויט על דברי רבינו הקדוש והטהור זכותו יגן עלינו איבער די מצב הנורא וואס שפילט זיך אפ אין ארצינו הקדושה, און קיינער האט מיר נאכנישט אפגעפרעגט מיט קיין ציטאט מדברי רבינו זכותו יגן עלינו. נאר אנשטאט דעם פארשרייעט מען מיר אלץ מזרחי וכדו', און אז איך פארשפרייט זאכן אויפן רבי'ן וואס איז קלאר נגד דעם ויואל משה.
דאס איז מיר זייער אינטערעסאנט, אויב טאקע בין איך אזוי נגד דעת רבינו פארוואס קען מען מיר נישט טרעפן קיינע לשונות רבינו פארקערט ווי מיר??? פארוואס איז די איינציגע מהלך צו שרייען בעלזא, מזרחי, רחמנא ליצלן, וכדו' ??? ברענג עפעס זאכליכע מאמרים פונעם רבי'ן מיט וואס איך בין מיך סותר!!!