בלאט 14 פון 17

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מאנטאג יוני 30, 2025 10:35 am
דורך לך לך
Glass האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 6:48 pm
די נושא דא איז איבער די געמיינע שמיציגע שפראך פון די וואכנשריפט וואס מ'טעפט נשט ביי קיין שום אנדערע היימישע אויסגאבע
סא דארף מען טוישן די קעפל צו "העיט אויף די וואכנשריפט מאגאזין"

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מאנטאג יוני 30, 2025 6:03 pm
דורך משה רבינו
ענדעש צו וואכנשריפט העיט מאגאזין אין ליצנות פון יעדע דבר שבקדושה

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מאנטאג יוני 30, 2025 8:24 pm
דורך חבר דיינער
Glass האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 2:42 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 2:02 pm
הימל האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 1:18 pm

סיריעסלי?? אזוי טיף לערנסטו אפ די וואכנשריפט? יעדע זאך ווילסטו פארשטיין??
ליסן איינער שרייבט פאקטן דארף מען פארשטיין וואס ער זאגט.

אט איז נאך א דוגמא די וואך.

גרינדער פון יאפפעד האט חרטה און אנערקענט די ארבעט פון פערלס....

די 'חרטה' איז פאבליק, אויף א באקאנטע פאדקעסט דורך א פרוי א יוצא (...) וואס דעקט איר געוועזענע לעבנס שטייגער, איז מאסטער ארויפגעקומען שילדערן זיין געשיכטע, ווען ער האט מסביר געווען פארוואס ער האט רעזיגנירט פון זיין אייגענע ארגענעזאציע ווייל ער האט געזען אז ער האט נישט גענומען די ריכטיגע מהלך, און אנשטאט מ'זאל אים אנקוקן ווי איינער וואס וויל העלפן איז ער א ארכי שונא, און אפילו די שוואכערע ארבעטן קעגן אים. דהיינו די חינוך מיז ווייטער געטוישט ווערן, העצן העצט ער ווייטער, ער האלט אבער אז ס'מוז קומען פון א אנדערע דירעקשן מילא טראץ וואס ער העלפט אקטיוו יאפעד ארבעט ער אויף נאך מהלכים ע"כ

קומט וואכנשריפט און דרייט אויס זיינע ווערטער כאילו מ'האט דא א ברעיקינג נייעס אז יאפעד אנערקענט אין פערלס גערעכטיקייט. לחיים
די פאלטשע נייעס כאילו די גרינדער פון יאפפעד האט חרטה. איז געווארן פארשפרייט דרוך פערלס און ס'איז אויך געשטאנען אין אנדערע פלצער ווי JD Media וכדומה
סאיז אמת אז ער האט געזאגט א ער האט אביסל חרטה, עס איז אבער נישט אמת אז ער אנערקענט און פערלס. ער האט זיינע אייגענע סיבות פארוואס ער האט חרטה, האט גארנישט מיט פערלס.

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מאנטאג יוני 30, 2025 10:01 pm
דורך לחידודא
חבר דיינער האט געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 8:24 pm

ער האט געזאגט אז די ישיבות האבן געשטעלט א סקוסעספולער ווידערשטאנד צו יאפפעד, און פערלס קוקט עס אן ווי מען רעדט פון זיי. מעגליך.

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 11:58 am
דורך שטייפע קוגל
סתם אינטרעסאנט, אז די וואכנשריפט מהלך פון מעלדן נייעס אויף א וואונדערליכע, פלאמעדיגע, אויגפארכאפענדע, מעכטיגע, דינאמישע מהלך איז לאוו דוקא געבונדן צו קהל'ישע נייעס. מערקט די חילוק פון די 'בליץ' באריכט. אין די צייט וואס די היימשטאט מעלדט חסדי השם איבער א בליץ וואס האט באטראפן א בנין איז עס אין די וואכנשריפט דוקא א מעכטיגע בליץ.....

Screenshot_20250702-115049-067.png
Screenshot_20250702-115049-067.png (186.13 KiB) געזען געווארן 1498 מאל
Screenshot_20250702-115014-231.png
Screenshot_20250702-115014-231.png (190.14 KiB) געזען געווארן 1498 מאל

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 3:25 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שטייפע קוגל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:58 am סתם אינטרעסאנט, אז די וואכנשריפט מהלך פון מעלדן נייעס אויף א וואונדערליכע, פלאמעדיגע, אויגפארכאפענדע, מעכטיגע, דינאמישע מהלך איז לאוו דוקא געבונדן צו קהל'ישע נייעס. מערקט די חילוק פון די 'בליץ' באריכט. אין די צייט וואס די היימשטאט מעלדט חסדי השם איבער א בליץ וואס האט באטראפן א בנין איז עס אין די וואכנשריפט דוקא א מעכטיגע בליץ.....

Screenshot_20250702-115049-067.pngScreenshot_20250702-115014-231.png
גראדע קענסטו זען נאך א חילוק צווישן די צוויי באריכטן.
אינדערצייט וואס וואכנשריפט באריכטעט די ווערסיע פון די איינוואוינער אז א בעטי קראקער האט אפגעשטעלט די בליץ, באריכטעט די היימשטאט פון די מצילי אש טשיף, וואס קלארט אויס אז די גאנצע בעטי קראקער מעשה איז געווען א טעות...
די איינוואוינער האבן געמיינט אז די בעטי קראקער האט דארט געדארפט צו ליגן, און ווען מהאט עס נישט געזען האט מען פארשטאנען אז סאיז צוגאנגען פונעם בליץ, אבער שפעטער האט מען עס געטראפן אויף א צווייט פלאץ.

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 4:07 pm
דורך יאנטשי
שטייפע קוגל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:58 am סתם אינטרעסאנט, אז די וואכנשריפט מהלך פון מעלדן נייעס אויף א וואונדערליכע, פלאמעדיגע, אויגפארכאפענדע, מעכטיגע, דינאמישע מהלך איז לאוו דוקא געבונדן צו קהל'ישע נייעס. מערקט די חילוק פון די 'בליץ' באריכט. אין די צייט וואס די היימשטאט מעלדט חסדי השם איבער א בליץ וואס האט באטראפן א בנין איז עס אין די וואכנשריפט דוקא א מעכטיגע בליץ.....

Screenshot_20250702-115049-067.pngScreenshot_20250702-115014-231.png
גראדע דא פעלט א חלק פון די מעשה, אז דער איד הרב טענענבוים וועמענס בוידעם די בליץ האט באטראפן שרייבט מאמרים פאר די וואכענשריפט, און זיי האבן טאקע א שטיקל שמועס מיט אים. עס איז מער פערזענליך פארן שרייבער.

און דאס איז אויב פארוואס די בעטי קראקער טעות האט באקומען אפיציעלע דעקונג.

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 4:36 pm
דורך שינאווער
שטייפע קוגל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:58 am סתם אינטרעסאנט, אז די וואכנשריפט מהלך פון מעלדן נייעס אויף א וואונדערליכע, פלאמעדיגע, אויגפארכאפענדע, מעכטיגע, דינאמישע מהלך איז לאוו דוקא געבונדן צו קהל'ישע נייעס. מערקט די חילוק פון די 'בליץ' באריכט. אין די צייט וואס די היימשטאט מעלדט חסדי השם איבער א בליץ וואס האט באטראפן א בנין איז עס אין די וואכנשריפט דוקא א מעכטיגע בליץ.....

Screenshot_20250702-115049-067.pngScreenshot_20250702-115014-231.png
:lol: אינטערעסאנטער אבזערוואציע

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 5:44 pm
דורך נפתלי
א חידוש פון וואכנשריפט...
די 6 מוסדות האבן פראבלעמען ווייל זיי האבן גענומען א אנדערע מהלך פון פערלס...
פון וועם מאכן זיי חוזק?

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:39 pm
דורך טיפע טאשן
נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 5:44 pm א חידוש פון וואכנשריפט...
די 6 מוסדות האבן פראבלעמען ווייל זיי האבן גענומען א אנדערע מהלך פון פערלס...
פון וועם מאכן זיי חוזק?
במציאות איז עס אזוי,

ער שטעלט צוזאמען די זיך צושטעלן צו טיים און פלען פון פערלס מיט די נייע געזעץ, אז למעשה גייען די אנדערע מוסדות זיין מסודר

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 9:03 pm
דורך נפתלי
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:39 pm
נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 5:44 pm א חידוש פון וואכנשריפט...
די 6 מוסדות האבן פראבלעמען ווייל זיי האבן גענומען א אנדערע מהלך פון פערלס...
פון וועם מאכן זיי חוזק?
במציאות איז עס אזוי,

ער שטעלט צוזאמען די זיך צושטעלן צו טיים און פלען פון פערלס מיט די נייע געזעץ, אז למעשה גייען די אנדערע מוסדות זיין מסודר
אבי געהאקט

די 6 מוסדות זענען שוין געוועהן אינטער רעוויא און האבן נישט געקענט נעמען א פעטוועי און אריינשיקן א טיים פלען

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 12:25 am
דורך טיפע טאשן
נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 9:03 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:39 pm
נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 5:44 pm א חידוש פון וואכנשריפט...
די 6 מוסדות האבן פראבלעמען ווייל זיי האבן גענומען א אנדערע מהלך פון פערלס...
פון וועם מאכן זיי חוזק?
במציאות איז עס אזוי,

ער שטעלט צוזאמען די זיך צושטעלן צו טיים און פלען פון פערלס מיט די נייע געזעץ, אז למעשה גייען די אנדערע מוסדות זיין מסודר
אבי געהאקט

די 6 מוסדות זענען שוין געוועהן אינטער רעוויא און האבן נישט געקענט נעמען א פעטוועי און אריינשיקן א טיים פלען
עס איז געווען מער ווי 6 מוסדות אין די קאטעגאריע

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: פרייטאג יולי 25, 2025 11:31 am
דורך מתושלח
נע...היימשטאט?
בכלל נישט אזוי קינדעריש ווי די וואכנשריפט....מי פו”ט!
היימשטאט קטנות
היימשטאט קטנות
133073.jpeg (106.36 KiB) געזען געווארן 871 מאל

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: פרייטאג יולי 25, 2025 11:45 am
דורך לך לך
מתושלח האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 11:31 am נע...היימשטאט?
בכלל נישט אזוי קינדעריש ווי די וואכנשריפט....מי פו”ט!
133073.jpeg
געב עס אפאר מינוט און אפאר חכמים גייען אנהייבן מסביר זיין אז זיי זענען נישט וואס איז ראנג אדער אז עס זייער נארמאל...

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: פרייטאג יולי 25, 2025 11:55 am
דורך חלום חלמתי
מתושלח האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 11:31 am נע...היימשטאט?
בכלל נישט אזוי קינדעריש ווי די וואכנשריפט....מי פו”ט!
133073.jpeg
נעבעך...

בדוו די בילד איז פון צופרי ביי שחרית..

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: פרייטאג יולי 25, 2025 12:02 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יוני 27, 2025 6:17 pm

למעשה אבער, היימשטאט האט זיך אוועקגעשטעלט מיט א געוויסע פרעסטיזש, אראפגעקענסלט די קינדערישע פורים אפטיילונג וכו', וואכנשריפט איז געבליבן זיך טינקען אין מאראסט.
כ'צי צוריק...

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: פרייטאג יולי 25, 2025 12:06 pm
דורך בודקע
לך לך האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 11:45 am
מתושלח האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 11:31 am נע...היימשטאט?
בכלל נישט אזוי קינדעריש ווי די וואכנשריפט....מי פו”ט!
133073.jpeg
געב עס אפאר מינוט און אפאר חכמים גייען אנהייבן מסביר זיין אז זיי זענען נישט וואס איז ראנג אדער אז עס זייער נארמאל...
בד"וו איך זעה טאקע נישט וואס איז ראנג

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: פרייטאג יולי 25, 2025 12:28 pm
דורך שטייפע קוגל
לך לך האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 11:45 am
מתושלח האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 11:31 am נע...היימשטאט?
בכלל נישט אזוי קינדעריש ווי די וואכנשריפט....מי פו”ט!
133073.jpeg
געב עס אפאר מינוט און אפאר חכמים גייען אנהייבן מסביר זיין אז זיי זענען נישט וואס איז ראנג אדער אז עס זייער נארמאל...
דאס איז א קריעטיוו מאוו גראדע.... קוקט אויס דו האסט פארשטאנען אז פילע וועלן זיך מוטשען צו פארשטיין די קינדערישקייט און דו האסט געוואלט אויסכאפן.....

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: פרייטאג יולי 25, 2025 4:19 pm
דורך רעאליסטיש
מתושלח האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 11:31 am נע...היימשטאט?
בכלל נישט אזוי קינדעריש ווי די וואכנשריפט....מי פו”ט!
133073.jpeg
וואכענשריפט ווערסיע

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: פרייטאג יולי 25, 2025 6:02 pm
דורך וואסאפשט
שטייפע קוגל האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 12:28 pm
לך לך האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 11:45 am
מתושלח האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 11:31 am נע...היימשטאט?
בכלל נישט אזוי קינדעריש ווי די וואכנשריפט....מי פו”ט!
133073.jpeg
געב עס אפאר מינוט און אפאר חכמים גייען אנהייבן מסביר זיין אז זיי זענען נישט וואס איז ראנג אדער אז עס זייער נארמאל...
דאס איז א קריעטיוו מאוו גראדע.... קוקט אויס דו האסט פארשטאנען אז פילע וועלן זיך מוטשען צו פארשטיין די קינדערישקייט און דו האסט געוואלט אויסכאפן.....
וואוו קלוגשאפט...

האסט דעיס אליין צוזאמגעשטעלט?

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: זונטאג יולי 27, 2025 1:25 pm
דורך בן תורה
קוק ווי מען כאפט זיך ארויף כמוצא שלל רב אויף א שטיקל היימשטאט וואס מען קען אפשר אפלערנען אז עס איז חוזק קעגן די זה מזה עקספאו.
נאך וואס די היימשטאט איז שוין אפען פאר עטליכע יאר האט מען געטראפן עפעס... געוואלדיג..

ראו מה בין בני וכו'

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: זונטאג יולי 27, 2025 2:32 pm
דורך חלום חלמתי
ס'איז ממש ברעיקינג העדליין קאווער ניוז יעדע מאל מ'צאלט אין כולל?
געוואלד!!!!

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: זונטאג יולי 27, 2025 4:44 pm
דורך שמח
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג יולי 27, 2025 2:32 pm ס'איז ממש ברעיקינג העדליין קאווער ניוז יעדע מאל מ'צאלט אין כולל?
געוואלד!!!!
זיכער...

פרעג דיר נאך ווי אפט מ'צאלט דארט.

נ.ב. ער שרייבט עס פאר נאך סיבות, לדוגמא צו שרייבן 700 יונגעלייט... גיי ווער געוואויר די אמת'ע פאקטן, כ'מיין דו וועסט נישט קענען סטאפן לאכן, נו שוין.

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: זונטאג יולי 27, 2025 4:48 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
אויב איך געדענק גוט פלעגט דער כולל שרייבן די נומער 500 בערך א יאר צוויי צוריק. אויב אזוי איז דאס טאקע היסטאריש אז עס איז געוואקסן מיט א 30 פראצענט אין א זייער קורצע צייט....

Re: "וואכנשריפט" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: זונטאג יולי 27, 2025 5:52 pm
דורך טיפע טאשן
מתושלח האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 11:31 am נע...היימשטאט?
בכלל נישט אזוי קינדעריש ווי די וואכנשריפט....מי פו”ט!
133073.jpeg
פארוואס נישט אין די אשכול פון היימשטאט?