פעפסי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:11 pm
פרייליך האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 9:03 am
זייער גיט אז האדמו"ר מהרי"י האט גענומען די ווארט אין די נושא
עס גייט שוין אהן א שיינע פאר יאר אין די היימישע גאס דער צודרייטע מהלך, נאך אביסל וואלטן געקומען אפאר חכמים און געלייגט דרוק אויף מוסדות 82 נאכצוטאנצען די משוגעת, אזוי האט כאטש האדמו"ר שליט"א געלייגט א סטאפ דערויף.
פארוואס צודרייט? ווייל דו אונטער א ניק האסט אפגעמאכט צודרייט. געהערט האבעך פון פילצאליגע טאטעס אז זיי זענען גאר צופרידן איבער דעם. כאילו ס'באדערטעך אז דיין קינד העט לערנען חומש אויף א אנדערע דרך אבער וויבאלד ס'כמעט נישט דא קיין ענטפערס דא מיט א סיבה פארוואס ס'איז א פראבלעם חוץ משנה מסורה מסורה משנה איז די גאנצע טעמע דא אומטערסאנט.
אבער וואס איז שלעכט מיט די יעצטיגע דרך הלימוד פעלט דען עפעס פון אונזערע קינדער?
(אגב שרייבסט אז יעדער שרייט נאר מסורה נאכאמאל און נאכאמאל, איך ווייס נישט פון וועלכע יעדער די רעדסט, רוב מענטשן האבן אנדערע פראבלעמען מיט די מהלך, צ"ב גאווה, (דאס איז בעיקר נוגע אין קר"י) מלערנט נישט מיט קיין הבנה, וואס דאס קלאפט אויס בעיקר אין ישיבה, און נאך פילע טענות וואס איך האב געהערט (היות איך בין נישט אזוי קעגן, ממילא געדענק איך נישט אלע טענות,) און אדרבה דא אליינס איז נאך געווען כמה אנדערע טענות קוק צירוק די לעצטע פאר בלעטער