Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 1:21 pm
קודאס פארן מאמענט פארן זיין די אינטרעסאנטסטע און ביליגסטע פון אלע אנדערע מאגעזינען (האמיר שוין דורכגעליינט רוב)
די שנאלץ האט עס ביי-פאר
איך ווייס נישט וועגן קריטיק. אבער איך קויף נישט ווען ס'דא מאדערנע חסידישע א.ג. סעלעבריטיס אויפן קאווער. אשע''כ איז מאמענט אראפ פון טישוויענער חסיד האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 03, 2025 2:23 pm אזא דעקל האב איך נאך קיינמאל נישט געזען נעקסט לעוועל[לאמיר זען וואיאזוי אונזער גוטע חברים און אייוועלט קענען טרעפן קריטיק אויף אזא מאמענט]
א רבי פון אן אנדערע חסידות וואס דו באלאנגטס הייסט שוין מאדערן? פארוואס? ווייל ער לערנט דף היומי?שלמה האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 03, 2025 2:49 pmאיך ווייס נישט וועגן קריטיק. אבער איך קויף נישט ווען ס'דא מאדערנע חסידישע א.ג. סעלעבריטיס אויפן קאווער. אשע''כ איז מאמענט אראפ פון טישוויענער חסיד האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 03, 2025 2:23 pm אזא דעקל האב איך נאך קיינמאל נישט געזען נעקסט לעוועל[לאמיר זען וואיאזוי אונזער גוטע חברים און אייוועלט קענען טרעפן קריטיק אויף אזא מאמענט]
האסט נישט געקוקט גוטהימל האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 03, 2025 4:22 pmא רבי פון אן אנדערע חסידות וואס דו באלאנגטס הייסט שוין מאדערן? פארוואס? ווייל ער לערנט דף היומי?שלמה האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 03, 2025 2:49 pmאיך ווייס נישט וועגן קריטיק. אבער איך קויף נישט ווען ס'דא מאדערנע חסידישע א.ג. סעלעבריטיס אויפן קאווער. אשע''כ איז מאמענט אראפ פון טישוויענער חסיד האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 03, 2025 2:23 pm אזא דעקל האב איך נאך קיינמאל נישט געזען נעקסט לעוועל[לאמיר זען וואיאזוי אונזער גוטע חברים און אייוועלט קענען טרעפן קריטיק אויף אזא מאמענט]
אידישע נחת האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 10:20 pm טייערע בעלי בתים פון די מאמענט מאגאזין.
איך וועל זיך ערלויבן צו שרייבן מיט די האפענונג אז דאס וועט אנקומען צו די ריכטיגע אויערן און אויגן. איך וואלט זייער געוואלט בעטן, איינער וואס האט נאכנישט קיין קינדער 15 יאר אדער עלטער, ביטע נעמט נישט קיין מיינונג. ווען עס וועט בעזהשי"ת זיין ענק נוגע, וועלן ענק דאן קענען אויסליפטערן ענדער מיינונג.
עס האט מיר שוין אמאל געבאדערט ווען נפשי האט ברמז גערעדט פון סייקעלעדיקס, אבער דאס מאהל זענען זיי אריבער יעדן גרעניץ וואס איז נאר פארהאן.
פאר גאנצע פעידשעס שרייבן זיי ווי גוט, געראטן, באטעמט, געשמאק, אן קיין סייד עפעקטס סייקעלעדיקס זענען. (און פארשטייט זיך צום סוף די רעגולער מס שפתיים יוצא צו זיין: אז עס מער געראטן צו נעמען מיט א פראפעשענל וכו').
איך האב א קינד וואס דאס געליינט. א קינד וואס איך שלאף נישט ביינאכט וועגן, א קינד וועלכע איך זאג כסדר תהלים פאר. איך האב נאך אזא צושטערטע שבת נישט געהאט יארן.
איך ציטער, און איך ווייס נישט ווי אזוי זיי נעמען די אחריות. נישט גענונג די ביז יעצטיגע נסיונות, ווילן ענק מוסיף זיין מער און מער?
נאכן ליינען דעם ארטיקל, פארוואס אין די וועלט זאל א בחור אדער א מיידל פון 16 אדער העכער וואס קאלירט אביסל ארויס פון באקס, נישט וועלן טועם זיין פון די סם???
פארוואס אין די וועלט זאל דאס אויספעלן? וואס ברענגט ענק דאס?? אויב איינער האט טראומע, און די דאקטאר וועט האלטן אז עס גוט פאר אים/איר, וועט שוין דער דאקטאר דאס מסדר זיין. שוין יארן וואס איך פראביר אריינצולייגן ביי דעם קינד אז דראגס איז עפעס וואס כל בואין לא ישובו, הייב דאס נישט אן. ב"ה תהילה לא'ל עליון אז טראץ וואס די חברים נעמען יא, האט דאס קינד געשטאנען ווייט דערפון. און ענק קומען בשעט נפש און שרייבן פאר גאנצטע פעידשעס ווי גוט דאס איז און עס לאזט נישט קיין שום סייד עפעקט??? און ענק רופן דאס נאך אן א מצווה?????
אויב איינער ליידט אויף עצירות, נעמט מען א מעדעצין וואס מאכט דייעריע. ענק פארשטיין אליינס אז מאכן דעם מעין ארטיקל פון יום טוב ארויסצוברענגען די גוטסקייט פון א דייעריע, מאכט נישט קיין טראפ סענס. אויב איינער ליידט פון דיפרעשן, לאז דאס ביטע פארן דאקטאר מחליט צו זיין וואס איז גוט פאר יענעם און וואס נישט.
איך פערזענדליך קען מער פון איינס וואס די גאנצע שטוב איז חרוב געווארן צוליב וואס דער מאן, פרוי אדער א קינד האט דאס אנגעהויבן צו ניצן און געבליבן דערמיט לעולם ועד.
שוין, האב איך געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער וואס באדערט דאס אזוי שטארק. מוצאי שב"ק ווען איך קום אהיים זעה איך אפאר מיסד קאולס פון א גוטע חבר מיינער, אן אח לצרה. ווען איך רוף אים צוריק וויינט ער בדמעות שליש: מיין ... האט מיר געברענגט דעם ארטיקל שבת נאכמיטאג און זאגט מיר: טאטי, זעהסט עס איז גארנישט אזוי שלעכט ווי דו מיינסט. טויזענטער נעמען דאס און עס העלפט זיי.
אליכם די בעלי בתים, עורכים, שרייבער פון די מאמענט וויל איך זיך ווענדן. עס איז טאקע ממחרת יום הכיפורים, אבער ענק זאלן וויסן יש דין ויש דיין, ולא לעולם חוסן. איין אינגערמאן, איין בחור, איין מיידל וואס גייט דאס 'אויספראבירן' צוליב ענקער ארטיקל (נישט צוליב א דאקטאר), דאס גייט גיין אויף ענקער פעקל און ענקער אחריות. די משפחה ארום גייט ענק קיינמאל נישט מוחל זיין דערויף! קיינמאל
החותם בצער ופחד,
א צושאסענע טאטע.
ס'איז מיר ארויפגעקומען אויף מיין געדאנק ביין זעהן די דעקל פון נפשי, כ'האב נישט קיין אנונג ווי אזוי ס'איז דורך אזא זאך, כ'האב נישט ליעב אריינצורעדן און אזעלכע האקאלע זאכן וואס ס'קען "אפשר" זיין אויסנאם פעלער ווען מ'דארף יא ניצן, אבער ס'האט מיר שטארק געקיצעלט דאס אז אזאנס ווערט ברייט באשריבן.
ס'איז נישט די ערשטע מאל. אין די אינטערוויו מיט ליפא האבן זיי עס אויך אויסגעלויבט.שמח האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 12:50 amס'איז מיר ארויפגעקומען אויף מיין געדאנק ביין זעהן די דעקל פון נפשי, כ'האב נישט קיין אנונג ווי אזוי ס'איז דורך אזא זאך, כ'האב נישט ליעב אריינצורעדן און אזעלכע האקאללע זאכן וואס 'ס'קען' אפשר זיין אויסנאם פעלער ווען מ'דארף יא ניצן, אבער ס'האט מיר שטארק געקיצעלט דאס אז אזאנס ווערט ברייט באשריבן.
איז עס באצאלט דורך איינעם פון די ''היימישע'' צענטערן פאר די זאכן? קיין אנדער נארמאלע מהלך האב איך נישט דערווייל זיי צו דו זיין.