Re: שייטלען אמאל און היינט
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:23 pm
איך גיי בלי נדר נאך איין מאל קאמאנטירן איבער די נושא, און דערנאך איז עס געשלאסן מצידי.
1) איינער האט געשריבן דא אז הגאון ר' משה האט נישט געהאט קיין שימוש. אויף דעם איז די ערשטע תירוץ אז עס איז שקר, ער האט יא געהאט שימוש ווי דערמאנט אויבען אז ער איז נסמך געווארן פון רבו המובהק ר' פסח פרוסקין. און ווי אויך איז ער געווען א תלמיד פון ר' איסר זלמן מעלצער.
2) איך וויל וויסען פון וועמען האט דער סאטמאר רב גענומען שימוש? ווייסט איינער ווער זיינע רבי'ס זענען געווען? ער האט זיך פאררופען אויפן נאמען פונען הייליגען דברי חיים, און חתם סופר. די אידן האט ער נישט געקענט קענען בחייהם. אפשר גאר פון זיין טאטע וואס איז אוועק ווען ער איז געווען 17/18?
3) דאס אז דער סאטמאר רב האט גע'פסק'נט שאלות איז נישט מעלה ומוריד לבי זיין שימוש. און ווי אויך האט ר' משה גע'פסק'נט עטליכע הונדערט מאל אזוי פיל שאלות ווי דער סאטמאר רב.
4) ווען א גדול בישראל זאגט אויף אן ענין אז עס איז נישטא קיין איין פוסק וואס לערנט אזוי. מיינט נישט אז עס איז טאקע נישטא קיין איין פוסק וואס לערנט אזוי. נאר בסך הכל מיינט עס אז דער גדול זעהט נישט ווי אזוי עס זאל בכלל קענען זיין אזא שיטה. ווייל מיר זעהען פילע מאל אז גדולים האבן זיך אויסגעדריקט מיט אזאלכע לשונות, און דערווייל א גאס ארויפציר האט געוואוינט א צווייטער גדול וואס האט בו בזמן געשריבן אז עס איז מותר לכתחילה.
5) ווען א גדול בישראל דריקט זיך אויס בעידן ריתחא דאורייתא מיט א שטיקעל זילזול אויף א צווייטען גדול בישראל. איז עס נישט מעלה ומוריד אויפן עצם הלכה. און ווי אויך קען מען חלילה נישט נעמען פון דעם קיין הוראה לדורות.
6) יעדע גדול בישראל האט רעכט צו זאגן זיין מיינונג. און עס איז נישטא אזא מציאות אז איין גדול בישראל זאל קענען זאגן אויף א צווייטע גדול בישראל אז זיינע פסקים בכלליות זענען שלא אליבא דהילכתא. און ממילא האט ער נישט קיין רעכט צו פסק'ענען.
7) פונקט ווי דו פארשטייסט אז ווען געוויסע גדולים, גרויסע און אנגענומענע פוסקים א שטייגער ווי דער טשעבינער רב, האבן געהאלטן אז סאטמאר רב איז אן עקסרעימיסט, איז דאס אויף למעשה גארנישט משנה. נאר סאטמאר רב האט געקענט ווייטער זאגן זיין מיינונג, און האט טאקע ווייטער געזאגט זיין מיינונג. אזוי אויך איז נישט משנה וואס סאטמאר רב האט געהאלטן לגבי ר' משה.
8) אודאי דארפן סאטמארע אידן וויסען אז זייער מורה דרך האט אין געוויסע ענינים חולק געווען אויף ר' משה, און דעריבער דארפן זיי זיך פירן כפסק רבם. דאך מיינט נישט אז ווען זייער רבי זאגט עפעס, און ר' משה קריגט איז זיין מיינונג בטול ומבוטל.
9) אז נישט יעדע רב וואס האט גע'פסק'נט אנדערש ווי סאטמאר רב מיינט אז מען האט אים פאר'נער'ט. נאר זייט שברת הלוחות איז נגזר געווארן שכחת התורה, און אזוי ארום נתרבה געווארן מחלוקת בישראל.
10) הגאון ר' משה פיינשטיין זצ''ל, דארף בכלל נישט קיין הסכמה פון סאטמאר רב צו קענען פסק'ענען. ומשה אמת ותורתו אמת.
11) אז היינט טראגט א תשובה פון הגאון ר' משה איבער די וועלט א גרעסערע געוויכט, ווי א תשובה פון שבט הלוי. ולא מיבעי פון א תשובה אין דברי יואל. און איבער די וועלט מיינט מען כמעט אלע ספרי הלכה וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטערע יארן. וואס אטעמאטיש באדייט דאס, רוב היינטיגע פוסקים.
12) אפילו ביי די אינגערע סאטמארע דיינים איז ר' משה שוין נישט אזוי אפגעפרעגט, נאר איז א גרויסער מאן דאמר.
13) צו פארגלייכען הגאון ר' משה פיינשטיין צו א רעפארם ראביי, איז א חוצפה נוראה, און עלבון התורה.
14) נישט יעדע קולא וואס הערט זיך מאדנע קומט פון הגאון ר' משה פיינשטיין.
15) הגאון ר' משה האט געשריבען הונדערטער תשובות אין וואס ער איז זייער שטארקט מחמיר, אפילו מער ווי רוב גדולים בזמנו.
16) צו זאגן אז וויבאלד סאטמאר רב האט נישט אזוי געגליכען דער וועג ווי אזוי הגאון ר' משה האט גע'פסק'נט. ממימלא איז הגאון ר' משה'ס פסק נישט נוגע ביי אונז ''חסידישע אידן''. איז א טעות הדפוס, וצריך לומר ביי אונז ''סאטמארע אידן''.
17) מיין ציהל איז בכלל נישט חלילה צו פוגע זיין בכבוד האדמו''ר מסאטמאר זי''ע. נאר צו זיך אננעמען לכבוד התורה ולומדיה, פון אטאקעס פון אזאלכע וואס פלאפלען נאך וואס זיי האבן געזעהן אין נטעי גבריאל. און קוקען אפי' נישט נאך די ווערטער פון די פוסקים אינעווייניג, וואס צוליב דעם זענען זיי נישט זוכה צו אותיות מחכימות, און דערפאר זאגט זיי נאך זאכן אנדערש ווי עס שטייט. און ווי אויך זיך צו אננעמען לכבוד פונעם גאון, און צו באשיצען פון מימרות וואס ווערן פארקויפט אויפציעל בשם א גרויסע רבי' וואס ווי באקאנט זענען רוב מימרות וואס מען זאגט נאך משמו שקר וכזב.
18) אז ר' משה פיינשטיין איז קלאר יא מתיר די היינטיגע שייטלעך, וויבאלד רוב מאל קענען ''פרויען'' דערקענען א חילוק פון א שייטל ביז האר. ממילא אפילו עס מאכט זיך א מאל וואס מען קען נישט דערקענען איז אויך מותר. (ווי געזאגט מערערע מאל, איך רעד נישט פון קיין לעיס שייטלעך, נאר די אלגעמיינע הומען שייטלעך)
19) צו זאגן אז ר' משה האט געזוכט מתיר צו זיין זאכן וואס זענען סיי ווי איינגעריסען, איז הבל הבלים. ווייל די תשובה איז געשריבען געווארן צו איינער וואס האט געוואלט אז זיין ווייב זאל אויסטוהן די שייטל. און אויף דעם זאגט אים הגאון ר' משה, אז חלילה, דער מאן האט זיך נישט וואס אריינצומישען. וויבאלד ע''פ הלכה איז נישטא קיין שום פראבלעם, און פרומקייטען קען מען נישט ארויפלייגען אויף קיינעם.
20) וז''ל :ולכן לדינא אין כתר''ה יכול למחות ביד אשתו הרבנית החשובה מללבוש פאה נוכרית. שאף אם כתר''ה רוצה להחמיר, אינו יכול להטיל חמרותיו עליה, שזה רק דין שלה. וכיון שהיא עושה כדין ''ושהוא כרוב פוסקים, ושגם נראה כמותם'' אינו יכל להחמיר עליה אף אם לא תכסה כלל הפאה נוכרית.
21) די תשובה וואס איך באצוה מיך איז אגרות משה חלק ד' אבן העזר ב' תשובה י''ב.
22) מצידי איז די נושה געשלאסן, מיר וועלן זיך ווידער זעהן אי''ה ביים אשכול פון מחיצות און חלב עכו''ם. אבער איך וועל עס נאכנישט עפענען כעת. ווייל קודם וויל איך געבן א שאנס פאר די מגיבים צו דורך טוהן די סוגיא, כאטש אויף א מינימאלע פארנעם. ווייל איך וויל נישט עס זאלן געזאגט ווערן דארט קיין סטעיטמענטס וואס האבן נישט קיין דעקונג, אזוי ווי עס איז געווען דא פארן איבערקוקען די נטעי גבריאל.
23) איך בעט אז קיינער זאל נישט נעמען פערזענדליך מיינע ווערטער.
24) ווער עס האט יא גענומען מיינע ווערטער פערזענדליך, בעט איך איבער.
25) א גוטע נאכט אלע חשובע אידן.