בלאט 14 פון 28
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 8:52 am
דורך פליט

- IMG_20240402_084949_222.jpg (69.48 KiB) געזען געווארן 987 מאל
פענסעלוועניע - די לעצטע פאר חדשים איז געווען גאר אסאך אינצידענטן ווי אידישע צענטערן זענען וואנדאליזירט געווארן אבער איין אינצידענט אין פענסעלוועניע האט געכאפט די אויגן פון די מידיע נאך וואס א אידישע דזשורנאליסט דזשעיק טעפפער פון דער סי.ען.ען. נייעס אגענטור האט דאס פארשפרייט.
טעפפער וועלכע איז א איד האט אפגעהאלטן זיין בר מצווה אין דער צענטער ווען ער איז געווארן 13 יאר האט ארויסגעשטעלט א בילד פון די האקנקרייץ אויף די טאוול פון די געביידע, די בילד איז געזעהן געווארן דורך מיליאנען מענטשן און האט געברענגט דערצו אז דער גאווערנאר דזשאוש שפירא וואס איז אויך א איד זאל פארדאמען דעם אינצידענט, די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג איבער דעם אנטיסעמיטישע אינצידענט.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:19 am
דורך פליט

- IMG_20240402_091852_578.jpg (145.31 KiB) געזען געווארן 979 מאל
ליאו קאנטער די לעצט פארבליבענע וועטעראן איבערלעבער פון USS Arizona איינער פון די זיבן שיפן געזינקען אין פערל הארבער וועלכע האט אפיציעל אריינגעשלעפט אמעריקע אין די צווייטע וועלט־מלחמה איז געשטארבן אין קאליפארניע בײ די 102.
די USS Arizona אינאיינעם מיט די USS Utha זענען נאך פארבליבן אויפן פלאץ פאר א מאזיאום און מעמאריעל.
ליאו פלעגט איבערדערציילן וויאזוי די שיף האט זיך געהויבן איבער דרייסיג פיס ווען די באמבעס האבן אויפגעריסן די וואפן זאפאסן, און טייל סאלדאטן זענען אריינגעשפרינגען אין וואסער זיך צו ראטעווען פון די פייער, אבער די וואסער האט אויך געברענט פון די אויל וועלכע האט געשווימען דערויף.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:44 am
דורך פליט
די ווייסע הויז האט ארויסגעשיקט א אימעיל צו די רעפארטערס אז זיי זאלן אויפהערן צו גנבענען אייטעמס פון עיר פארס וואן אלץ סווועניר.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 11:49 am
דורך פליט
א דרייווער האט אריינגעפירט זיין אויטא אין די עף-בי-איי אפיס נעבן אטלאנטא, דער דרייווער איז גענומען געווארן אין ארעסט פאר אויספארשונגען.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 8:16 pm
דורך מיילעך פריילעך
סעקונדעס פון פאניק האט זיך אפגעשפילט אין לאגווארדיע לופטפעלד אין ניו יארק, ווען א פליגער האט פרובירט צו לאנדן און האט געגרייכט בלויז זעכציג פיס נעבן א קאנטראל טורעם אינעם לופטפעלד.
די סאוטוועסט פליגער האט פרובירט צו לאנדן, נאך וואס ער האט שוין געהאט איינמאל פרובירט, צוליב די גאר שווערע נעפל און שוואכע זעה קראפט, אראפקומענדיג איז ער פארפארן פונעם ליניע, און געקומען עקסטרעם נאנט צו א קאנטראל טורעם, א לופט טראפיק קאנטראלירער האט אים באלד געהייסן זיך אויסדרייען, און ער האט פארקירעוועט זיין וועג קיין באלטימאר.
די פליגער האט געלאנדעט אין באלטימאר פאר א קורצע צייט, ביז די לופט אין ניו יארק האט זיך עטוואס אויסגעקלארט, און דאן האט ער זיך צוריקגעקערט צו די לאגווארדיע לופטפעלד.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 8:16 pm
דורך מיילעך פריילעך
א רויבעריי איז דורכגעפירט געווארן פארלאפענעם שבת קודש ביי די סקיילעיק שוהל אין נארט מיאמי פלארידע, וואו א פארברעכער האט גע'גנב'ט פילצאליגע קליידער פון א לאקאלער גמ"ח, און נעכטן איז ער ארעסטירט געווארן דורך די לאקאלע פאליציי.
אין די סקיילעיק שוהל איז פארהאן א גמ"ח וואס העלפט ארויס לאקאלע איינוואוינער מיט קליידונג, יעצט פאר פסח האבן פילע מענטשן געברענגט קליידער צו די גמ"ח, און א פארשוין וועלכער האט איבערגעקראכן די געיט ארום די שוהל און זיך איינגעבראכן אינעווייניג, האט באוויזן ארויסצוגיין פון דארט מיט א צאל קליידונג, און אויך האט ער פרובירט צו נישטערן פאר טייערערע זאכן דארט אין שוהל.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: פרייטאג אפריל 05, 2024 6:06 am
דורך פליט

- IMG_20240405_060422_350.jpg (215.02 KiB) געזען געווארן 895 מאל
ביל קלינגען קומט ארויס מיט א בוך איבער זיין לעבן אינעם ווייסן הויז
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מוצש"ק אפריל 06, 2024 9:59 pm
דורך Spa 42
פאליציי אין ווערמאנט פארשן אויס דאס וואס די US סענאטער'ס בערני סענדערס אפיס איז געטראפן געווארן ברענען...
די פארדעכטיגטער פארשוין.

- GKhb7psWYAE0gBw.jpeg (23.43 KiB) געזען געווארן 879 מאל
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 08, 2024 4:30 am
דורך רואה חשבונות
א טרעילער אין ארעגאן, וואס האט געטראגן אויף זיך 100 טויזענט קליינע "לעבדיגע" סעלמאן פיש האט זיך איבערגעדרייט.
דער "רחמיו על כל מעשיו" האט אבער געמאכט אז די טרעילער זאל אריינפאלן אינעם טייך און בערך 75 טויזענט זענען אריינגעפאלן אין וואסער און אזוי ארום איבערגעלעבט!
די פיש איז ספעציעל געברענגט געווארן צו א טייך דארט אין ארעגאן וואס איז לעצטענס ליידיג געווארן פון פיש.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:43 am
דורך רואה חשבונות
אין סטעיט אוף מישיגען איז געווען צוויי ספעציעלע עלעקשאנס ווי די דעמאקראטן האבן ארויסגעוועלט רעפובליקאנער. די צוויי פארלוסטן פאר די רעפובליקאנער האבן איבערגעגבן קאנטראל פאר די דעמאקראטן אינעם סטעיט האוז.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 12:46 am
דורך רואה חשבונות
עף בי איי דיירעקטאר 'קריסטאפער רעי' זאגט, אז טשיינע ווארטן פאר די ריכטיגע מינוט צו מאכן א גאר שעדליכע סייבער אטאקע וואס וועט פארקריפלן די אמעריקאנער אינפערסטרוקטאר ר"ל.
א גרופע וואס רופט זיך Volt Typhoon זענען א געפערליכע העקינג גרופע וואס באלאנגט צו טשיינע רעגירונג וואס האבן שוין די לעצטע צייט אריינבאקומען אין וויכטיגע ערנערגיע און קאפאני קאמפיטער סערווערס.
די טשיינע רעגירונג לייקענט שטיין און ביין, זיי זאגן אז Volt' Typhoon' האט גארנישט מיט זיי נאר מיט אן אינטערוועלט גרופע וואס מאכט געלט פון רענסאום.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 9:19 pm
דורך פליט
ערשטער פארבאט אויף לאב גראון פלייש.
פלארידע גאווענער ראן דיסענטיס האט ארויסגעגעבן א פארבאט אויף אזאלכע פראדוקציע אין די סטעיט צו באשיצן די פארמינג אינדוסטרי אין זיין סטעיט.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:41 am
דורך רואה חשבונות
16,000 פאונט פון ביעף פלייש ארום די יונייטעד סטעיטס, איז אונטער א ריקאל ארדער נאכדעם וואס איז געפונען געווארן די אנשטעקיגע אי-קאליי וויירוס דערינען.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:13 pm
דורך Spa 42
א שווערע עקסידענט האט פאסירט אויפן I-95 אינטערסטעיט אין קאנעטיקוט.
עס האט זיך אנגעהויבן ווען א גאז טאנקיר טראק האט געהאט פראבלעמען אונטער צו פארן א בריק, און די טראק האט אויפגעריסן אין כוואליע'דיגע פלאמען, אפשפארענדיג ביידע זייטן פונעם פארנומענעם הייוועי.
https://video.twimg.com/amplify_video/1 ... mp4?tag=16

- AP24123595610305-696x464.jpg (82.26 KiB) געזען געווארן 631 מאל
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג מאי 05, 2024 2:11 pm
דורך Spa 42
די בריק איז געווארן אראפגעווארפן.
הייוועי איז צוריק אפען.

- 95fc-696x296.jpg (44.24 KiB) געזען געווארן 581 מאל
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג מאי 05, 2024 11:27 pm
דורך ס'קען זיין אז..
Spa 42 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:13 pm
א שווערע עקסידענט האט פאסירט אויפן I-95 אינטערסטעיט אין קאנעטיקוט.
עס האט זיך אנגעהויבן ווען א גאז טאנקיר טראק האט געהאט פראבלעמען אונטער צו פארן א בריק, און די טראק האט אויפגעריסן אין כוואליע'דיגע פלאמען, אפשפארענדיג ביידע זייטן פונעם פארנומענעם הייוועי.
https://video.twimg.com/amplify_video/1 ... mp4?tag=16
AP24123595610305-696x464.jpg
איין ווידיאוי איז לעכטיג איין מער טינקלער
האט די פייער גבערנט אזוי לאנג?
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 12:25 pm
דורך רואה חשבונות
היינט אינדערפרי האט זיך א באס איבערגעדרייט אויף וועסט סטעיט ראוד 40 אין מאריון קאונטי, פלארידע. אכט מענטשן זענען גע’הרג’ט געווארן און נאך אכט זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן ל"ע.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 1:26 pm
דורך רואה חשבונות
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 12:25 pm
היינט אינדערפרי האט זיך א באס איבערגעדרייט אויף וועסט סטעיט ראוד 40 אין מאריון קאונטי, פלארידע. אכט מענטשן זענען גע’הרג’ט געווארן און נאך אכט זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן ל"ע.

- Cuta27.jpg (109.89 KiB) געזען געווארן 498 מאל
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 10:36 pm
דורך Spa 42
די טיק טאק סאציאלע מידיע פלאטפארמע האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אקעגן די אמעריקאנע רעגירונג וואס וויל אסר'ן טיק טאק אינעם לאנד.

- images (2).jpeg (10.38 KiB) געזען געווארן 454 מאל
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 10:50 pm
דורך Spa 42
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 12:25 pm
היינט אינדערפרי האט זיך א באס איבערגעדרייט אויף וועסט סטעיט ראוד 40 אין מאריון קאונטי, פלארידע. אכט מענטשן זענען גע’הרג’ט געווארן און נאך אכט זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן ל"ע.

- AP24135664273680-696x365.jpg (81.85 KiB) געזען געווארן 450 מאל
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך מאי 15, 2024 6:55 am
דורך רואה חשבונות
קען מען זיך שוין גרייטן צום לוויה?
אייניקל פון געוועזענער פרעזידענט דזשימי קארטער זאגט: אז ס'זעהט אויס אז עס קומט שוין א סוף צו זיין זיידענס לעבן!
דער אלטער קארטער איז 99 יאר, ער ווערט 100 אין אקטאבער!
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך מאי 15, 2024 10:32 am
דורך דער תהלים איד
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 15, 2024 6:55 am
קען מען זיך שוין גרייטן צום לוויה?
אייניקל פון געוועזענער פרעזידענט דזשימי קארטער זאגט: אז ס'זעהט אויס אז עס קומט שוין א סוף צו זיין זיידענס לעבן!
דער אלטער קארטער איז 99 יאר, ער ווערט 100 אין אקטאבער!
כ'ווייס נישט וועגן די לוי', אבער קול מבשר האט שוין זיכער פארגעשריבן א הספד.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך מאי 15, 2024 4:45 pm
דורך ווער
א בארדזש שיף האט אריין געקראכט אין א בריק אין גאלווסטאון-טעקסעס, פירענדיג צו אן אויל אויסגיס און צום פארשליסונג פון די איינציגסטע וועג צום אינזל
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך מאי 15, 2024 8:13 pm
דורך רואה חשבונות
נארט קארעליינא סענאט האט געשטימט צו פארבאטן 'מאסקעס' אין פובליק פלעצער אפילו ס’איז פאר מעדיקל ריזענס.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך מאי 15, 2024 8:32 pm
דורך שרגא
פרא-כאמאס פראטעסטירער האבן איבערענומען א UC Irvine קאלעדזש בנין אין קאליפארניא. פאליציי פון עטליכע דיפארטמענטס זענען אנגעקומען אויף די סצענע, אסאך פאליצאנטן זענען אנגעטאן אין ספעציעלע ראיאטן קליידער.