בלאט 14 פון 137

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:23 am
דורך ווער
פּאול מענעפארט, געוועזענער טראמפּ קאמפּיין טשערמאן וועלכער איז געזעסן אין טורמע פאר פינאנציעלע קלאגעס, וועט צוריקקומען צום טראמפּ קאמפּיין.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 5:15 am
דורך פליט
מאנטאג האט טראמפ געזאגט אין א אינטערוויא אז יעדע איד וואס וואויט פאר ביידן האט פיינט זיין רעליגיע און איזריעל.
היינט ווען טראמפ איז געפרעגט געווארן איבער דעם, זאגט ער ווייל די דעמאקראטן האבן פיינט מדינת ישראל.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 10:43 pm
דורך ניקל
ען בי די באריכטעט אז פרעזידענט טראמפ טראכט פון נעמען מארקא רוביא פאר ווייס פרעזידענט

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 10:47 pm
דורך טיפע טאשן
ניקל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 10:43 pm ען בי די באריכטעט אז פרעזידענט טראמפ טראכט פון נעמען מארקא רוביא פאר ווייס פרעזידענט
:oops:

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 10:39 am
דורך ווער
אנקעטע צייגט אז טראמפ שטייט פאראויס פון ביידען אין נעוואדא און אריזאנע, 2 סטעיטס וואס ביידען האט געווינען אין 2020‎

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מאנטאג מערץ 25, 2024 10:01 pm
דורך ניקל
מארנינג קאנסאלט אנקעטע
ביידען 44
טראמפ 43

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 11:45 am
דורך רואה חשבונות
לעצטע סווינג סטעיטס אנקעטע

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:46 am
דורך ווער
דער אינדיפּענדענט פּרעזידענט קאנדידאט ראבערט עף קענעדי דזשוניאר האט געמאלדן אז ער האט אויסגעוועלט דעם טעכנאלאגיע לויער און ביזנעס פיגור פרוי שאנאהען אלס זיין וויצע פּרעזידענט מיטלויפער אויפן טיקעט. שאנאהען האט זערא ערפארונג אין פּאליטיק, אבער איז באקאנט אלס אקטיוויסט אויף עטליכע פראנטן, ספּעציפיש ביי יונגע וויילער וואס קענעדי האפט אז זי וועט העלפן שלעפּן די סארט וויילער. דערווייל ארבעט קענעדי צו קענען ערשיינען אויפן בעלאט נאוועמבער אין אלע סטעיטס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:40 am
דורך ניקל
פרעזידענט ביידען האט נעכטן אפגעהאלטן א עווענט מיט געוועזענע פרעזידענט אבאמא און פרעזידענט קלינטאן,
עס האט געקאסט א האלב מיליאן דאלאר אריינצוגיין

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:42 am
דורך ניקל
קענעדי מעלדט זיין וויצע פרעזידענט, ניקל (נישט די ניקל וואס שרייבט דא...) שענען א רייכע פרוי וואס האט באשטייערט שווערע געלטער צו זיין קאמפיין

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:52 am
דורך דער תהלים איד
א ערשטע קאזין?

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:41 pm
דורך רואה חשבונות
געוועזענער פרעזידענט טראמפ, וועט קומען צו א באגרעבעניש צערמאניע פאר א פאליציי אפיציר וואס איז דעמארדעט געווארן אויפן דזשאב.

דאס איז די ערשטע פאליציימאן צו ווערן אומגעברעגט אין ניו יארק סיטי אין די לעצטע צוויי יאר.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:41 am
דורך ווער
קריס קריסטי זאגט אז ער גייט נישט לויפן אלס א אינדעפענדענט קאנדעדאט פאר פרעזידענט אין 2024

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 10:57 am
דורך ווער
געוועזענער פּרעזידענט טראמפּ האט זיך באטייליגט נעכטן ביי דער באערונגס צערעמאניע פאר א ניו יארק סיטי פּאליציי אפיציר געשאסן דורך פארברעכער.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מוצש"ק מערץ 30, 2024 9:30 pm
דורך פליט
טראמפ האט געפאוסט א בילד ווי ביידען זיצט געבינדען הענט און פיס אין די טראנק פון א פיק-אפ טרעקל,

ביידן קאמפיין שרייט אז דעס איז וואס טראמפ פלאנט אויב ער פארלירט אין נאוועמבאר.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מוצש"ק מערץ 30, 2024 9:39 pm
דורך פליט
ביידען קאמפיין האט ארויסגעלייגט אפאר נייע עדס וואס ריפט פאר ניקי העילי שטיצערס.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מוצש"ק מערץ 30, 2024 10:21 pm
דורך רואה חשבונות
לעצטע אנקעטעס אין טו וועי רעיס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מוצש"ק מערץ 30, 2024 10:23 pm
דורך רואה חשבונות
אנקעטעס מיט קענעדי אויפן בעלאט

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 12:29 am
דורך רואה חשבונות
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 30, 2024 9:30 pm טראמפ האט געפאוסט א בילד ווי ביידען זיצט געבינדען הענט און פיס אין די טראנק פון א פיק-אפ טרעקל,

ביידן קאמפיין שרייט אז דעס איז וואס טראמפ פלאנט אויב ער פארלירט אין נאוועמבאר.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 10:58 am
דורך ניקל
April fools
טראמפ
Screenshot_20240401_105644_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240401_105644_WhatsApp.jpg (172.34 KiB) געזען געווארן 571 מאל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 6:54 pm
דורך ניקל
טיעם ביידען זאגט אז זיי האלטן אז ביידען קען געווינען פלארידע

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 7:00 pm
דורך דער תהלים איד
ניקל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 10:58 am April fools
טראמפ
Screenshot_20240401_105644_WhatsApp.jpg
:shock:

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:46 am
דורך פליט
טראמפ האט איינגעלייגט א $175 מיליאן באנד אין די ניו יארקע ציווילע פראוד קלאגעס, ווארטענדיג צו אפעלירן די אורטייל.

דאס קומט נאך וואס אן אפעלאט געריכט האט גענידערט די סומע פון די באנד פון נאנט צו א האלב ביליאן, צו 175 מיליאן.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:58 am
דורך פליט
IMG_20240402_105707_598.jpg
IMG_20240402_105707_598.jpg (112.58 KiB) געזען געווארן 507 מאל
טראמפ'ס קאמפיין ריפט אן זיין ראלי אין מישיגען די 'בארדער בלוטבאד' ראלי!...

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 11:39 am
דורך ווער
היינט קומען פאר די פּרעזידענט פּריימעריס פון ביידע פּארטייען אין פינף סטעיטס, טראץ וואס ביידען און טראמפּ האבן זיך שוין פארזיכערט מיט די נאמינאציעס. די פּריימעריס וועלן דורכגעפירט ווערן אין קאנעטיקוט, דעלעוועיר, ניו יארק, ראוד איילענד און וויסקאנסין, און טראץ וואס מען ווייסט אז טראמפּ און ביידען וועלן געווינען די סטעיטס, קוקט מען צו זען וויפיל שטימען טראמפּ וועט באקומען אין ניו יארק, און וויפיל ליבעראלן וועלן זיך צוריקהאלטן פון שטימען פאר ביידען אין וויסקאנסין