בלאט 14 פון 21
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:09 pm
דורך אלס ווייסער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 7:49 pm
ווערווייס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 6:24 pm
סתם נייגעריג, איינער ווייסט צו ר' צבי מאיר איז אנגעקומען?
יא זיינע מעריצים מאכן היינט א מעמד אין בארא פארק אין עטרת חי'
כווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט איר וואוינט, אדער וועלכע אגענדע איר ווילט שטיפן, אבער די היינטיגע עצרת התעוררות אין עטרת חיה איז עפעס וואס יעדער בארא פארקער האט געבעטן פארדעם אין די לעצטע פאר וואכן, מיר האבן געפילט דעם ביטער'ן זוממער קלאפ קרובים אל החלל און גאר פערזענליך, און ס'איז געווען ברור אז ס'ברויך זיין אן עצרת פאר בני עירינו
אגב, ס'איז הג"הצ ר' מיכל שטיינמעץ, דער סקווירא דיין שליט"א ועלכע האט פארופן דעם עצרת
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:09 pm
דורך שמח
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:28 pm
דורך נייעס אגענטור
@דער תהלים איד פערמיטן למעשה באקומען?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:33 pm
דורך נייעס אגענטור
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 6:58 pm
גור'ע קהלה האט זיך מצטרף געווען.
דער רב אונטערשריבן דעם קו"ק און די קהלה וועט ארויספארן צום עצרת.
קהילות ראש ישיבת גור אדער קהילות האדמו"ר מגור?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:35 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
אלס ווייסער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:09 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 7:49 pm
ווערווייס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 6:24 pm
סתם נייגעריג, איינער ווייסט צו ר' צבי מאיר איז אנגעקומען?
יא זיינע מעריצים מאכן היינט א מעמד אין בארא פארק אין עטרת חי'
כווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט איר וואוינט, אדער וועלכע אגענדע איר ווילט שטיפן, אבער די היינטיגע עצרת התעוררות אין עטרת חיה איז עפעס וואס יעדער בארא פארקער האט געבעטן פארדעם אין די לעצטע פאר וואכן, מיר האבן געפילט דעם ביטער'ן זוממער קלאפ קרובים אל החלל און גאר פערזענליך, און ס'איז געווען ברור אז ס'ברויך זיין אן עצרת פאר בני עירינו
אגב, ס'איז הג"הצ ר' מיכל שטיינמעץ, דער סקווירא דיין שליט"א ועלכע האט פארופן דעם עצרת
אוי וויי, איך ווייס נישט וואס איר זעט אין מיינע ווערטער, איך האב אזוי געהערט, און איך האב פון דעם פארשטאנען אז רבי צבי מאיר שליט"א איז שוין דאהי. די פרטים וואס דער מעמד היינט איז ווייס איך בכלל נישט, קיינמאל געוויסט אז עס קומט היינט פאר עפעס שטאטיש. זייט מיר מוחל.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 9:11 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
נייעס אגענטור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:33 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 6:58 pm
גור'ע קהלה האט זיך מצטרף געווען.
דער רב אונטערשריבן דעם קו"ק און די קהלה וועט ארויספארן צום עצרת.
קהילות ראש ישיבת גור אדער קהילות האדמו"ר מגור?
דאס איז אינעם משנתו:
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:19 pm
דורך טיפע טאשן
באקומען אין אימעיל פון נטורי קרתא
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:43 pm
דורך ירא השם
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:19 pm
באקומען אין אימעיל פון נטורי קרתא
איין תירוץ אויף אלע ניין קשיות
מיר מאכן עס ע"פ הדרך שהורה לנו רביה"ק מסאטמאר זי"ע און בעינינו ראינו ווי ער איז געזיצן בראש המוחים
זאגט איר מ' האט אים נישט געפאלגט/פארדרייט דעם קאפ, אונז וויל מיר דאס נישט אננעמען
עטץ האטס שוין דעמאלס געשריבן רבינו סר מן הדרך, און מיר האבן דעמאלס שוין נישט געקוקט אויף ענקער זייט
שוין דעמאלס איז געווען א "דאמבע" צווישן אונז און ענק
בדרך התורה נילך לקדש שם שמים
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:45 pm
דורך הלבלר בקולמסו
למעשה קען עס נאך אפי' זיין זונטאג?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:52 pm
דורך נאו לעיבל
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:45 pm
למעשה קען עס נאך אפי' זיין זונטאג?
עס קען נאך זיין אבער מעלדן פרייטאג אז עס איז דא א כינוס זונטאג איז א רעסעפי פאר דיזעסטער.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:53 pm
דורך הלבלר בקולמסו
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:52 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:45 pm
למעשה קען עס נאך אפי' זיין זונטאג?
עס קען נאך זיין אבער מעלדן פרייטאג אז עס איז דא א כינוס זונטאג איז א רעסעפי פאר דיזעסטער.
כ'מיין ס'איז צייט צו פעיסן ריאליטעט.
אדער ווילן די עסקנים, מעלדן גראד א שינוי זמן, נישט קיין ביטול כללי.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:56 pm
דורך הוחזק כפרן
דארט ווערט געמאלדן אז ס'איז נדחה.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:01 pm
דורך גרינגראז
קול סאטמאר מעלדט אז עס איז אפגעשטיפט.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:02 pm
דורך גרינגראז
אנגעבליכע תירוץ איז צוליב די מלחמה אין א"י...

Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:04 pm
דורך דער תהלים איד
והעצרת נעצרה.
עס איז אריינגעקומען דער ענדגילטיגער ענטפער פון די פאליצי אין נוארק ניו דזשערסי, אז דער עצרת קען "נישט" פארקומען אויפן באשטימטן פלאץ און צייט.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:05 pm
דורך לינדען תושב
ברעקינג אפדעיט מטעם די עסקני זעקת הגולה:
פאליציי אין נוארק ניו דשערסי האט נארוואס איבערגעגעבן אז צוליב די אנגעשטרענטע מצב המלחמה אין ארה"ק קענען זיי נישט צישטעלן די ריכטיגע סעקיורעטי פאר אזא ציבור אדיר פון 100 טויזנט אידן נאר נאך עטליכע טעג פון פרישע פלאנירונגען אויף סעקיורעטי
דעריבער איז דער מעמד האדיר עצרת מחאה זעקת הגולה אפגעשטופט מיט עטליכע טעג
און די פלענער וועלן אי"ה געמאלדן ווערן אין די קימענדיגע טעג וואו נאר עס וועט זיין א באשטעטיגונג פון די פאליציי.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:20 pm
דורך הוחזק כפרן
אין ליכט פון די פארשארפטע מלחמה צושטאנד אין ארה"ק איז דא שוועריגקייטן מיט די פערמיטס פאר די היסטארישן עצרת "זעקת הגולה": צוליב די פארשארפטע מלחמה צושטאנד אין ארה"ק צווישן חיזבאלא און מדינת ישראל וואס האט געהויבן די שרעק און זארג איבער'ן וואוילזיין פון אידן איבער די וועלט, זענען די לאקאלע פאליציי פון ניו יארק און ניו דזשערסי אונטער דרוק פון די אנטוויקלונגען, און דארפן האבן מער צייט צו קענען געבן די נויטיגע פערמיטן פאר אזא ריזן צוזאמקום, פירנדיג צו מוזן אפשטופן דעם עצרת. לויט ווי די עסקנים געבן איבער האט מען פרובירט אויף אלע פראנטן מיט העפטיגע אינטערווענץ און שתדלנות צו באקומען די פערמיטן, אבער צום באדויער האט זיך געטראפן אין די שווערע סיטואציע און מצב המלחמה אין מיטל-מזרח וואס אפעקטירט באזונדער די סטעיטס פון ניו יארק און ניו דזשורזי, די היים פון הונדערטער טויזנטער אידן, און די סטעיט רעגירונגען האבן ארויפגעשטעלט ספעציעלע הארבע פארשריפטן און בלאקאדעס מיט'ן ארויסגעבן פערמיטן פאר גרעסערע פארזאמלונגען. עסקנים ארבייטן ווייטער אויסצוהאמערן א רעאליסטישע צוגאנג צו באקומען די פערמיטן, וואס מ'האפט צו מעלדן אין די ערשטע געלעגנהייט ווי נאר זאכן ווערן באשטעטיגט.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/113801
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:57 pm
דורך תינוק הבורח
לינדען תושב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:05 pm
ברעקינג אפדעיט מטעם די עסקני זעקת הגולה:
פאליציי אין נוארק ניו דשערסי האט נארוואס איבערגעגעבן אז צוליב די אנגעשטרענטע מצב המלחמה אין ארה"ק קענען זיי נישט צישטעלן די ריכטיגע סעקיורעטי פאר אזא ציבור אדיר פון 100 טויזנט אידן נאר נאך עטליכע טעג פון פרישע פלאנירונגען אויף סעקיורעטי
דעריבער איז דער מעמד האדיר עצרת מחאה זעקת הגולה אפגעשטופט מיט עטליכע טעג
און די פלענער וועלן אי"ה געמאלדן ווערן אין די קימענדיגע טעג וואו נאר עס וועט זיין א באשטעטיגונג פון די פאליציי.
לצים
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 1:04 am
דורך חלום חלמתי
ס'איז א ווייטאג אז נאך אזעלכע שווערע ארבעט דארפן זיך די עסקנים גיין לייגן נאך די לעצטע שלאפלאזע נעכט, און וויסן אז זייער ארבעט האט דערוויל נישט עושה פירות געווען.
אבער איך האף אז מ'האט זיך געלערנט אויף להבא - בקרוב.
די מחותן שיקט נישט קיין הזמנות בעפאר ער האט א זאל, כטריי צו כאפן וואס די פלאן דא איז געווען. ע"ע פאלי סקווער. מהאט נישט אנאנסירט קיין דאטום בעפאר א מקום.
פארוואס לאדענען בעלי דרשנים אויף די אייגענע האנט?
(אגב ווי לאנג בלייבט הגרצ"מ דא? ביזן פרישן דאטום?)
וואס פשט פון די פרישע קול קורא יעדע אכצן מינוט? און נאך היינט ווען די גאנצע זאך איז געווען א ספק.
(כ'האף נאר אז מ'איז אין קאנטאקט מיט אלע קהילות אראפצונעמען די שילדן נאך בעפאר שבת...)
וואס איז געווען די ליעק אינערהאלב די עסקנים באזע, וואס האט א גאנצן צייט געפיטערט די היימישע קאנאלן מיט די קליינע אפדעיטס, וואס האט נאר צוגעגעבן צום כאאס?
סתם נייגעריג. ווער זענען די נדבנים פון די מ י ל י א נ ע ן וואס ליגן שוין אינעם כינוס?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 1:32 am
דורך את פתח לו
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:13 pm
@את פתח לו איך פורביר צו פארשטיין פארוואס עס שטערט דיך אזוי שטארק די זעקת הגולה?
ח"ו, ווי האסטו געזען דעס?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 1:56 am
דורך אנפין נהירין
אינטערוויו: ליל שישי, כחצות הלילה: לעצטיגע אנטוויקלונגען בנוגע דעם היסטארישן מעמד אדיר "זעקת הגולה" וואס ווערט פלאנירט מיט די השתתפות פון צענדליגער טויזנטער אידן פון דער טריי סטעיט עריע, ווען און וואו וועט דער היסטארישער מעמד פארקומען? און וויאזוי האט דער אנגעצויגענער מצב אין ארץ ישראל געפירט צו א דראמאטישן טויש אין די פלענער: העסקן הרב נפתלי משה אינדיג און העסקן הרב אייזיק דאסקאל
https://www.yiddish24.com/interviews/12/113814
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:20 pm
דורך מהודר
נייעס אגענטור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:33 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 6:58 pm
גור'ע קהלה האט זיך מצטרף געווען.
דער רב אונטערשריבן דעם קו"ק און די קהלה וועט ארויספארן צום עצרת.
קהילות ראש ישיבת גור אדער קהילות האדמו"ר מגור?
קהילת האדמ"ר ר' יעקב אלטר מגור שליט"א
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:23 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
את פתח לו האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 1:32 am
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:13 pm
@את פתח לו איך פורביר צו פארשטיין פארוואס עס שטערט דיך אזוי שטארק די זעקת הגולה?
ח"ו, ווי האסטו געזען דעס?
אויף אידטיש
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:28 pm
דורך דעת קדשי
..
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:47 pm
דורך את פתח לו
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:23 pm

לינק