ל"ג בעומר אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
נארמאלע מענטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 143
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:08 am
Location: אייראפע
x 383

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך נארמאלע מענטש »

שמח האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 9:30 am
מאה אלף איש... פארוואס נישט...
פיילס
IMG_20240529_160214.jpg
בעפאר דו רעדטס, הער.
בעפאר דו שרייבסט, טראכט.
בעפאר דו שפענדסט געלט, פארדין.
בעפאר דו קריטיקירסט, ווארט.
בעפאר דו גיבסט אויף, פראביר.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3825
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4936

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

נארמאלע מענטש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 9:59 am
שמח האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 9:30 am
מאה אלף איש... פארוואס נישט...
טאקע אינטערסאנט, געוויסע מקורות האבן געזאגט אז פאליציי האט געשאצט אויף 47,000 אבער אנדערע האבן געטענה'ט אז אויף ראדיא האט מען געזאגט דעם סכום, קוקט אויס כיכר השבת גלייבט די ראדיא...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
מרור מיט חרוסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:24 pm
x 111

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך מרור מיט חרוסת »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:51 am
מרור מיט חרוסת האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:45 am
מחדש האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:19 pm

נישט קיין ענטפער, ווייל YF פראדאקשן קען דיר האבן פיר דאזן פרויען וואס זאלן עס טיען פאר דיר, מן הסתם דוד גברא קען אויך, אדער סיי וועלכע אנדערע פראדאקשן קאמפאני.

מען דארף נאר מחליט זיין אז עס איז וויכטיג, איינמאל עס איז וויכטיג איז עס דא.
קוקט אויס אז דו האסט נאך קיינמאל נישט געטוען דערין, ווייל די וואס טוען דערין זאגן אנדערש
א פרוי זאל שישקען אין ווייבער שוהל קען מען טרעפן? דאן קען מען דאס אויך.

כגלייב אז אויב האבן זיי עס נישט באוויזן איז עס ווייל מהאט נישט פרובירט געהעריג.

איך האב נאך קיינמאל נישט געזען כ מודעה אז מזוכט פרויען עסקנים
צו שישקענען אין ווייבער שוהל איז טאקע אויך שווער צו טרעפן, און וועגן דעם איז זייער שווער צו האלטן שטיל
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, מאך די מינוט ריכטיג!
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 176
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 339

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך ירא השם »

מרור מיט חרוסת האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 10:27 am
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:51 am
מרור מיט חרוסת האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:45 am

קוקט אויס אז דו האסט נאך קיינמאל נישט געטוען דערין, ווייל די וואס טוען דערין זאגן אנדערש
א פרוי זאל שישקען אין ווייבער שוהל קען מען טרעפן? דאן קען מען דאס אויך.

כגלייב אז אויב האבן זיי עס נישט באוויזן איז עס ווייל מהאט נישט פרובירט געהעריג.

איך האב נאך קיינמאל נישט געזען כ מודעה אז מזוכטסקנים :!:
קבין שיחה?
צו שישקענען אין ווייבער שוהל איז טאקע אויך שווער צו טרעפן, און וועגן דעם איז זייער שווער צו האלטן שטיל
צו שטיל מאכן די תשעה קבים שיחה, נעמט מען א אנדערע תשעה קבים שיחה? אתמהה?
אוועיטער
געמיטליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 10:56 pm
Location: n.y
x 174

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך געמיטליך »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:17 am
געמיטליך האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:01 pm אז מען רעדט מען פון א באטייליגונג פון נאנט צו פופציג טויזענט מענטשן איז דאך שווער אז די פאר צעטלעך וועגן סמארטפאונס זאל משפיע זיין אויף אזא ריבוי עם?
גרינגער איז צו רופן נאר דעם היימישען ציבור, וועט מען קענען גרינגער אינפארסירן א ריינערע מעמד.
מיינסט צו זאגן מ'זאל קענסלען אלע הדלקה עדס אויף CBS רעדיא שאוס?
עס איז נישט קיין גרויסע עסק צו מינימייזן א מעמד צו נאר היימישע מענטשן
מעמד הודך והדריך אין שטאט האט געצילט צו נאר א טייל פון א קהילה, ווען מען וויל רופן יעדן פון די קהילה איז דא א צווייטע וועג,
ווען מען קען באשטיין אז די גאנצע חרדישע ציבור זאל קומען איז דא א עקסטערע צוגאנג. די סארט פראפאגאנדע ברענגט תוצאות viewtopic.php?p=92946#p92946
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3825
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4936

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

געמיטליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:11 am

די מעמד אין וומסב''ג איז געווען אויסדרוקליך פאר בחורים און אויך אין א זאל.

שלום עליכם פרייליך.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1886
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2243

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

ירא השם האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:18 am
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:36 pm הדלקה תש''ס - הדלקה תשפ''ד
זע איך אז ר' יצחק דוד פר"מ ז"ל (שווער פון דיין) איז געווען ביי די הדלקה תש"ס?
ס'איז לכאורה הרב ברוך מילער זצ''ל נישט ר' יצחק דוד ז''ל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4822
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14383

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמח האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 9:30 am
וועלכע צייטונג איז דאס? זייער שיינע בילדער.

אגב, זאגטס אים אז די פאליציי האט געשאצט אויף 47 טויזענט מענטשן. ער וואלט רואיג געקענט שרייבן נאנט צו א מיליאן...
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3825
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4936

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:55 pm

איינער האט מיר צוגעשיקט, ס'קומט פון ''ככר השבת'' אינטער די בילדער שטייט אז ס'קומט פון בחצרות סאטמאר.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 643

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך Joel »

תיעוד ענק: ההדלקה הגדולה בתבל – ל”ג בעומר בקרית יואל
https://www.jdn.co.il/gallery/2208640/
פיילס
סאטמאר-לג-בעומר-פד-79.jpg
סאטמאר-לג-בעומר-פד-5.jpg
סאטמאר-לג-בעומר-פד-8.jpg
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3825
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4936

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:55 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 9:30 am
וועלכע צייטונג איז דאס? זייער שיינע בילדער.

אגב, זאגטס אים אז די פאליציי האט געשאצט אויף 47 טויזענט מענטשן. ער וואלט רואיג געקענט שרייבן נאנט צו א מיליאן...
איינער האט דא געברענגט אזא אזא שאצונג אבער איינער זאגט מיר יעצט אז ס'מאכט נישט קיין סענס וויבאלד צוויי יאר צוריק האבן זיי געשאצט 100,00 און די יאר איז זיכער געווען מער ווי צוויי יאר צוריק.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
פאלאטשעק
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:59 am
x 17

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פאלאטשעק »

אז יעדער ווארפט אריין אפאר צענט עלעך אויך אריינווארפן...

איז אזוי, ב”ה אויך איך האב מיר געציילט ציווישן די צענדליגע טויזענטער נפשות וואס האבן מיטהאלטן די גרויסארטיגע הדלקה, מ’זעהט בחוש די תוספות אורה פון יאר צו יאר, קע”ה אזא ריזן ציבור וואס מ’האט געזעהן היי יאר. דאס טאנצן לכבוד ר’ שמעון איז אויך עפעס וואס ווערט מער אין מער, פאר בערך 10 יאר צוריק ווען מ’האט אנגעהויבן דאס טאנצן אין רינגן האט מען נישט גע’חלומ’ט אז ס’גייט נאך אמאל אויסקוקן ווי היי יאר.

און יעצט אפאר קאממענטס (סיי וואס איך האב געהערט און סיי וואס כ’טראכט)

- ס’איז נישט געשטאנען אין ערגעץ אז דער רבי וועט דאווענען מנחה ברוב עם, כ’האב נישט געוואוסט צו 6:45 מיינט מנחה, די דרשה, די שטייטע ניגונים, אפשפארן די גאסן, איין זאך האבעך געוואוסט אז ס’נישט 6:45....

- דער עמרם אקער האט אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט (מ’דארף עס נישט אייביג ארויסברענגן, אבער אז מ’שרייבט שוין זאל דער עולם וויסן). מ’דארף נישט פארשטעלן עמרם פאר קיינעם, ער האט אריינגעברענגט א פרישקייט אין די חלק הנגינה ביים רבינ’ס טישן א גאנץ יאר, צו איז דאס די וועכענטליכע פרייטאג צונאכטס טישן, די חוהמ”ס טישן, די ליל פורים טיש, ערב/ מוצאי יוה”ק טישן, א.א.וו. והעולה על כולנה די געוואלדיגע ארבעט ל”ג בעומר אלע יארן. ספעציעל האב איך זייער געגליכן די שטייטע ניגונים פון דער ר”ר הערש מ’רימינוב זי”ע וואס רבינו שליט”א זינגט ביי טל/גשם, און די אהבה רבה ניגון. אזוי אויך האב איך באמערקט אז מ’האט נישט אויסגעצויגן די שטייטע לכבוד התנא אלוקי, נאר גלייך ווען ס’האט זיך אביסל אנגעכאפט ס’פייער האט מען זיך גענומען טאנצן.

- אן עקסטערע באנוס סופרייז אז יואלי קליין פון ירושלים איז געקומען, איך האב גראדע הנאה געהאט פון די אידישע ווערטער ביי די של”ס ניגון "מיר ווילן האבן קינדער, ערליכע קינדער, עוסקים בתורה ובמצוות”. פונקט האבעך געהאלטן א קינד אין די הענט ווען מ’האט עס געזינגן ס’איז מיר אריין אין די ביינער און אפילו געקומען טרערן. (רבינו שליט”א האט אמאל ביי א געלגענהייט מאריך געווען אז ביי של”ס ווען מ’זינגט די ניגון קען מען זיך אויסבעטן פאר ערליכע קינדער). כ’האף אז מ’וועט אדאפטירן די ניגון, און זינגן מער אפט. ביי איין ניגון כ’מיין ווען מ’האט געזינגן תורתו מגן לנו מיט אן אנדערע תנועה האט רבינו שליט”א געפרעגט וואס מ’זינגט. שפעטער העריך אז דער רבי האט זייער הנאה געהאט פון אים.

- די ווילעדזש טראנספארטאציע פאר די נשים האב איך נישט געזעהן אין ערגעץ די סקעדזשול, נאר 1, 2, 3. זעה באזונדערע מודעה...

- די עסן אין ביהמ”ד איז געווען בשפע רב, אידן וואס קלעטערן זיך ארויס פון שטאט האבן זיך ממש מחי’ה געווען (ספעציעל די יאר ווען מ’איז ארויסגעפארן פאר נאכטמאל צייט). ביים נעמען די ווייטעמין וואסער וואס איז געווען לרוב סיי אין ביהמ”ד און סיי אויפן גאס, האבן זיך געוויסע שטאטישע אידן דערמאנט פון די רוקח געטראנקן ביי די קבלת פנים פאר די חברי העדה החרדית בשנת תשנ”ח אויף בעדפארד.

- די עסקניות ביי די נשים איז א געוואלדיגע זאך, ס’האט זיך שוין לאנג אויסגעפעלט. (עפעס דארף מען בעסער אויסארבעטן מיט די מענער דורכגאנג ביי די קאמיוטער פארקינג לאט, כ’גלייב אז ביהמ”ד ויואל משה 5 האט נישט קיין פראבלעם אז מענער ניצן די שארטקאט).

- די פובליק סעיפטי מאביל שטייט נישט אויף א גוטע פלאץ ווייל ס’טיילט אפ אז מען זאל נישט געהעריג זיך אויסשפרייטן.

- בנוגע דראונס; מיר האט עס בכלל נישט געשטערט, כ’האב אויך נישט געזעהן קיין לעיזי פוינטערס. מ’האט געטאנצן לכבוד הילולת רבי שמעון און נישט געקוקט ארום און ארום. דא שרייבט דער און יענער אז דראונס שטערט אים, אבער נאכדעם האט מען הנאה פון די שיינע דראון בילדער... ס’דא מענטשן פארוועם ס’שטערט נאך דאס עצם מאכן בילדער מיט קאמערע’ס, אבער צוביסלעך געוואוינט מען זיך צו... די ערשטע יארן ביים הדלקה האט מען זיך געשעמט צו מאכן בילדער, ס’נאכנישט געווען קיין כל העולם כולו...

- איך פערזענליך האב נישט געניצט די פובליק טראנספארטאציע נאכן פארלירן טראסט אפאר יאר צוריק, מ’האמיר זיך געשלעפט צופיס מיט קערידזשעס וכדומה, אז כ’עלל הערן אז ס’בעסער געווארן וועט מען פלאנירן אנדערש ס’קומענדיגע יאר, משיח זאל אוודאי קומען פריער...

און יעצט אפאר ווערטער פאר אלע עסקנים: דער אייבישטער זאל אייך אלע באצאלן פאר די ארבעט וואס איר לייגט אריין, ס’קומט נישט אן גרינג פאר קיינעם, סיי די ארגענעזירערס און סיי די עסקנים אויפן פלאץ, מ’גיבט זיך אוועק אזויפיל צייט פאר די מעמד און בשעת די מעמד, די עסקנים אליין קענען קוים הנאה האבן פונעם מעמד, ווער רעדט נאך פון די געטרייע עסקנים אויף די ראודס קוים וואס זיי האלטן מיט. און נישט פארגעסן פון זייערע משפחות וואס פאר זיי איז דאס אויך נישט גרינג אז דער טאטע איז נישט אוועילעבל אזויפיל שעה. אן עקסטערע יישר כח פאר די עסקנים וואס גייען ארום צום ציבור בשעת די מעמד און טיילן אויס וואסער, זיי גייען ניטאמאל באקומען א שקויעח אויפן צעטיל....
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 496
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 916

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך וואלף »

פאלאטשעק האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:55 pm - ס’איז נישט געשטאנען אין ערגעץ אז דער רבי וועט דאווענען מנחה ברוב עם, כ’האב נישט געוואוסט צו 6:45 מיינט מנחה, די דרשה, די שטייטע ניגונים, אפשפארן די גאסן, איין זאך האבעך געוואוסט אז ס’נישט 6:45....
וואלסטו ווען מעיין געווען דא פאר יום טוב וואלסטו ווען געוויסט פונקליכער...
viewtopic.php?p=91321#p91321

יישר כח פאר די שיינע באריכט און רייכע געדאנקען!
מחדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
Location: קר"י והגלילות
x 319

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך מחדש »

עפעס וואס באקומט נישט גענוג ארקענוג און ווערט פארלוירען אין די הדלקה נייעס איז די מאסיווע ארבייט פון התאחדות אברכים "יומא דר' שמעון", איבער טויזענט מענטשן! האבן מיטגעזאגט תהילים איידערן הדלקה געווען א אומבאשרייבליכע התעוררת, הונדערטער משתתפים ביי די שיעורים, וכו'
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6173
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13921

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פאלאטשעק האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:55 pm ביים נעמען די ווייטעמין וואסער וואס איז געווען לרוב סיי אין ביהמ”ד און סיי אויפן גאס, האבן זיך געוויסע שטאטישע אידן דערמאנט פון די רוקח געטראנקן ביי די קבלת פנים פאר די חברי העדה החרדית בשנת תשנ”ח אויף בעדפארד
אויף דיין גאנצע תגובה האב איך אפשר געקענט יוצא זיין מיט א לייק, אבער דער פאראגראף מוז איך געבן א הענטעלע...

👍
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 384

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

מחדש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:44 am עפעס וואס באקומט נישט גענוג ארקענוג און ווערט פארלוירען אין די הדלקה נייעס איז די מאסיווע ארבייט פון התאחדות אברכים "יומא דר' שמעון", איבער טויזענט מענטשן! האבן מיטגעזאגט תהילים איידערן הדלקה געווען א אומבאשרייבליכע התעוררת, הונדערטער משתתפים ביי די שיעורים, וכו'
יאפס די תהלים פאר די הדלקה איז געווען עפעס מורא'דיג!
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 643

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך Joel »

דראון ווידעא פון גרויסן מעמד הדלקה אין קרית יואל
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=x ... S6ih0KEktw
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6173
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13921

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Joel האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:32 pm דראון ווידעא פון גרויסן מעמד הדלקה אין קרית יואל
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=x ... S6ih0KEktw
ס'שיינט ווי ער האט געלייגט די אוידיא פון א יאר פריער.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4822
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14383

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 7:06 pm
Joel האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:32 pm דראון ווידעא פון גרויסן מעמד הדלקה אין קרית יואל
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=x ... S6ih0KEktw
ס'שיינט ווי ער האט געלייגט די אוידיא פון א יאר פריער.
הערליך!

די אוידיאו פון פארן אנצינדן איז לכאורה פון פאריאר, ביים טאנצן איז עס פון יענע יאר וואס בריסקמאן האט געשפילט און יששכר האט געזינגען.
אוועיטער
געמיטליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 10:56 pm
Location: n.y
x 174

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך געמיטליך »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 7:19 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 7:06 pm
Joel האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:32 pm דראון ווידעא פון גרויסן מעמד הדלקה אין קרית יואל
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=x ... S6ih0KEktw
ס'שיינט ווי ער האט געלייגט די אוידיא פון א יאר פריער.
הערליך!

די אוידיאו פון פארן אנצינדן איז לכאורה פון פאריאר, ביים טאנצן איז עס פון יענע יאר וואס בריסקמאן האט געשפילט און יששכר האט געזינגען.
ספירה מעג מען דאס אויסהערן ?
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 643

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך Joel »

עס קוקט אויס פון פאריאר
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 643

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך Joel »

ע"פ הוראת הרבנים: ווער עס פירט זיך נישט צו הערן מוזיק אפילו נאך ל"ג בעומר זאל אראפמאכן די וואליום
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4322
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 13411

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

Joel האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 7:40 pm ע"פ הוראת הרבנים: ווער עס פירט זיך נישט צו הערן מוזיק אפילו נאך ל"ג בעומר זאל אראפמאכן די וואליום
אויסלעשן די וואליום...
אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.
עד ועד בכלל.
נישט קיין בהלה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 208

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

Joel האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 7:40 pm ע"פ הוראת הרבנים: ווער עס פירט זיך נישט צו הערן מוזיק אפילו נאך ל"ג בעומר זאל אראפמאכן די וואליום
ביי אונז פירט מען זיך אזוי, אז א גאנץ ספירה הערט מען נישט קיין מוזיק.
זרש
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 3:12 am
x 32

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך זרש »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 12:23 pm
Joel האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 7:40 pm ע"פ הוראת הרבנים: ווער עס פירט זיך נישט צו הערן מוזיק אפילו נאך ל"ג בעומר זאל אראפמאכן די וואליום
ביי אונז פירט מען זיך אזוי, אז א גאנץ ספירה הערט מען נישט קיין מוזיק.
דעיס איז אויב און די אודיאו הערט מען די מוזיק אויך, אבער אויב הערט מען נאר די זינגער און די ריקארדינג און די מוזיק הערט מען נישט ווייל ס צי שטיל דעמאלטס מעג מען יא

כך שמעתי...
שרייב פאוסט