די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
- Location: ליקווד
- x 99
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
אנשטאטס לדון בגופו של ענין, איז מען דן לגופו של מגיב.
די אשכול האט זיך אנגעהויבן מיט א קלארן פראבלעם, ווי עבודה זרה ממש האט זיך אריין גערוקט, און דער רבי איז נאך אויף זיין שטול, א מעמבער פון די מועצת גדולי התורה. און מ'רעדט פון מיין טראומא....................................
עכ"פ, די פאקטן האבן גערעדט פאר זיך, און ביני לביני האט קיינער זיך נישט מתייחס געווען דערצו. נאר 'האלטן אידישקייט' וואדעווער דעט מיענס. עס דערמאנט זיך מיר א מעשה. א מגיד איז געקומן צו א שטאט אין אמעריקא בימים ההם, און די קהלה האט אים געבעטן צו האלטן א דרשה שבת נאכמיטאג, 'אבער נישט רעדן פון קאנטראווערסיאלע עניינים.'
"למשל, פון שמירת שבת מעג איך רעדן?"
"ניין, דער ראש הקהל האט אן איידעם וואס האלט זיין געשעפט אפן שבת, און קיינער קען אים גארנישט זאגן."
"נו, און פון טהרת המשפחה?"
"וואס עפעס?! מ'רעדט נישט פון די זאכן ברבים."
"אפשר רעדן פון ארנטליכקייט אין ביזנעס?"
"ניין, דאס טאר מען נישט. דער רב'ס צוויי קינדער זיצן אין חד גדיא פאר מצוות ומעשים טובים. עס איז זייער האקל."
"אפשר קען מען רעדן פון שיקן די קינדער אין חדר?"
"ניין, דאס אויך נישט. עס קאסט צופיל."
"איז וואס מעג איך יא רעדן?"
"קענסט רעדן פון אידישקייט........"

שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
יאיא. פון דעם רעדט מען
האסט איין רבי וואס דו האלסט אז עס איז אן עבודה זרה אינטרעסאנט אז דער רבי וואס קען נישט שטארבן און ערליכע אידן בשעתו זענען ארויסגעקומען קעגן אים איז נישט קיין עבודה זרה נאר גאר א מאדעל וויאזוי זיך צו פירן
האסט איין קהילה וואס האט לויט דיר געטרעטן אויף די תורה און מען קען שוין מיינען ווער דו ביסט צו באשטימען יענער טרעט אויף די תורה
און פון דעם איז יעדע איינציגסטע חסידות געווארן א פארטיי
נעבעך
האסט איין רבי וואס דו האלסט אז עס איז אן עבודה זרה אינטרעסאנט אז דער רבי וואס קען נישט שטארבן און ערליכע אידן בשעתו זענען ארויסגעקומען קעגן אים איז נישט קיין עבודה זרה נאר גאר א מאדעל וויאזוי זיך צו פירן
האסט איין קהילה וואס האט לויט דיר געטרעטן אויף די תורה און מען קען שוין מיינען ווער דו ביסט צו באשטימען יענער טרעט אויף די תורה
און פון דעם איז יעדע איינציגסטע חסידות געווארן א פארטיי
נעבעך
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
- Location: ליקווד
- x 99
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
ווילסט איך זאל ברענגן נאך משלים.
איך וויל הערן פון איין מענטש וואס איז אוועק פון די חסידות וואס די אפיציעלע פירער האבן פארטיידיגט חילול שבת און רציחה בפרהסיא מיט צוויי יאר צוריק?
עס איז נישט דא קיין שום מעקאניזם אין די מהלך וואס ווארפט אוועק א מנהיג שקר. א מנהיג איז א מנהיג און פערטיג! ממילא איז עס א סכנה. א מענטש מבחוץ וואס זעט וויאזוי געוויסע קהילות פירן זיך וויל ברעכן. נאר די פארטיי האט נישט געלאזט גארנישט טון. ביז די פארטיי האט זיך צוטיילט און געבליבן מיט אלע אלטע פראבלעמן.
איין פארשוין האט געוואלט ווערן רבי, האט ער גערופן פאליציי, און אזוי איז ער געווארן רבי. האט ער פארלוירן איין חסיד פאר דעם? עס איז דען דא איין איידעלע מענטש אין איינס פון די מחלוקה קהילות וואס האט געזאגט, 'איך קען שוין נישט'. ניין!
און דאס איז נישט ווייל די אלע ערליכע חסידותן האבן נישט קיין ערליכע איידעלע אידן. זיי האבן וואס יעדער קהלה האט, נישט מער און נישט ווייניגער. נאר ווייל די פארטיי מאכט גוטע מענטשן טון שלעכטס.
שלעכטע מענטשן איז דא איבעראל. אז גוטע מענטשן זאלן טון שלעכטס פאדערט זיך א פארטיי מיט א 'הערד מענטאליטעט'. לאמיר אלע לויפן אינאיינעם.......
דאס איז נישט קיין קהלה, און דאס היט נישט 'אידישקייט'.
דער ליובאוויטשער רבי האט געהאט אסאך אינטערעסאנטע שטריכן. אבער ערליך איז ער געבליבן. זיי האבן מער שווענץ ווי איבעראל. אבער געפירט האט ער א מחלוקת פונקט ווי מ'מעג, און נישט מער. פאר דער שוטה וואס מיינט אז פארטיידיגן אנדערע רביס גייט נאר דורך באשמוצן דער ליובאוויטשער.

איי איי איי...
דאס בעסטע וואלט געווען ווען א יעדע רבי רעדט איבער די אויסשטעל פון זיין קהילה/חסידות פון תפ''ד ביז תשפ''ד
דאס וואלט געקענט פארמיידן אסאך קנאה ותחרות און ענדלאזע תגובות.

די רעכטע ציונים - נבילה.
די לינקע ציונים - טריפה.
די שאלה איז ''ווער האט פאראורזאכט מער אידישע פאטאליטעטן''??

- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 676
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
1 נישט דערמאנען קיין נעמען, אפילו נישט קיין רמז
2 רעדן בכבוד איבער ”אלע” גדולי ישראל
3 רעדן בכבוד איינער צום צווייטן. אין א שארפע דיסעגרימענט איז די ”איר” און ”אייך” א היבשע גדר.
מדארף נאך שוקל זיין צו די שמועס דא גייט נישט אריבער די רויטע ליניע, פאר דערווייל בלייבט עס, ביטע אבאכט געבן בעפארן שרייבן אז עס זאל זיין ריין פון יעדע נידנוד איסור.

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3600
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9406
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
ווילסט מ'זאל רעדן פונעם ענין? קיין פראבלעם.שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 14, 2024 6:34 am אנשטאטס לדון בגופו של ענין, איז מען דן לגופו של מגיב.
די אשכול האט זיך אנגעהויבן מיט א קלארן פראבלעם, ווי עבודה זרה ממש האט זיך אריין גערוקט, און דער רבי איז נאך אויף זיין שטול, א מעמבער פון די מועצת גדולי התורה. און מ'רעדט פון מיין טראומא....................................
די מעשה איז אז אנשטאט רעדן פונעם ענין, דהיינו עבוד"ז, האט איינער דא אנגעהויבן רעדן פון אנדערע ענינים וואס האבן נישט קיין שייכות מיטן שמועס און מיטן מציאות.
אנגעהויבן האט יענער מיט פארטיי, אלטע עבירות און שמוץ וכו', און איז דערנאך אריבער צו אזאנע עבירות ווי דאווענען שבועות מיט צען טויזענט אידן וכו', נאכדעם האט יענער אנגעהויבן רעדן פון צווינגען וואס צו לערנען - און דאס איז אויך די פארטיי שולדיג... איך האב נישט קיין אנונג פון וואס דו רעדסט, קיינער האט מיר נישט געצווינגען וואס צו לערנען.
דאס הערט זיך ווי דו (אדער איר) האט עפעס אלטע ווייטאגן וואס זענען אויף עפעס אן אופן פארבינדן מיט די מושג פון א חסידות, אבער דער עולם דא באגרייפט נישט די שייכות צווישן די צוויי זאכן, ממילא האט מען מגיב געווען אויפ מגיב.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
- Location: ליקווד
- x 99
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
איך האב דערמאנט א פראבלעם מיטן דאווענן מיט צען טויזענט אידן? פארקערט, די פראבלעם איז פארטיי. דאווענן מיט צען טויזענט אידן איז נישט קיין הצלה אויף די געפערליכע מסוכנ'דיגע ענין פון פארטיי.
איך האב עפעס א פראבלעם מיט חסידות? מיט די הכנה פאר א מצוה, מיט'ן זיך אנהענגן אין גרויסע מדרגות אפילו מ'האלט נישט דערביי, מיטן דגש אויף קדושה וטהרה, מיטן דגש אויף שמחה של מצוה, מיטן זיך רעכענן מיט כלומרש'ט קלייניקייטן אין עבודת ה', מיטן חשיבות פאר מסירות נפש?!
בקיצור, מיט אלס וואס חסידות מיינט עכט, האב איך נישט קיין פראבלעם. נאר ווייל מ'האט געהיידזשעקט חסידות און געמאכט דערפון א היפך התורה, א זאך וואס האט נישט קיין שום מקור אין ספרי חסידות ביז די לעצטע פופציג יאר, מיט דעם האב איך א פראבלעם.
איך האב עפעס א פראבלעם מיט חסידות? מיט די הכנה פאר א מצוה, מיט'ן זיך אנהענגן אין גרויסע מדרגות אפילו מ'האלט נישט דערביי, מיטן דגש אויף קדושה וטהרה, מיטן דגש אויף שמחה של מצוה, מיטן זיך רעכענן מיט כלומרש'ט קלייניקייטן אין עבודת ה', מיטן חשיבות פאר מסירות נפש?!
בקיצור, מיט אלס וואס חסידות מיינט עכט, האב איך נישט קיין פראבלעם. נאר ווייל מ'האט געהיידזשעקט חסידות און געמאכט דערפון א היפך התורה, א זאך וואס האט נישט קיין שום מקור אין ספרי חסידות ביז די לעצטע פופציג יאר, מיט דעם האב איך א פראבלעם.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3600
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9406
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
דיין טעות איז אז צווינגען די קינדער וואס צו לערנען האט עפעס מיט פארטייען.שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 14, 2024 1:27 pm איך האב דערמאנט א פראבלעם מיטן דאווענן מיט צען טויזענט אידן? פארקערט, די פראבלעם איז פארטיי. דאווענן מיט צען טויזענט אידן איז נישט קיין הצלה אויף די געפערליכע מסוכנ'דיגע ענין פון פארטיי.
איך האב עפעס א פראבלעם מיט חסידות? מיט די הכנה פאר א מצוה, מיט'ן זיך אנהענגן אין גרויסע מדרגות אפילו מ'האלט נישט דערביי, מיטן דגש אויף קדושה וטהרה, מיטן דגש אויף שמחה של מצוה, מיטן זיך רעכענן מיט כלומרש'ט קלייניקייטן אין עבודת ה', מיטן חשיבות פאר מסירות נפש?!
בקיצור, מיט אלס וואס חסידות מיינט עכט, האב איך נישט קיין פראבלעם. נאר ווייל מ'האט געהיידזשעקט חסידות און געמאכט דערפון א היפך התורה, א זאך וואס האט נישט קיין שום מקור אין ספרי חסידות ביז די לעצטע פופציג יאר, מיט דעם האב איך א פראבלעם.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
- Location: ליקווד
- x 99
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
האסט מיר נישט פארשטאנן, איך האב געזאגט אז פונקט ווי איך צווינג נישט וואס צו לערנן, ווייל יעדער לערנט לויט זיין רצונות, אזוי אויך ביים וויילן א רב צו א קהלה. עס איז נישט מיין ביזנעס, עס האט מיט זיין רצונות, און אזוי אויך ביי זיין קינדער מערצעשעם.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9593
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 14, 2024 1:27 pm איך האב דערמאנט א פראבלעם מיטן דאווענן מיט צען טויזענט אידן? פארקערט, די פראבלעם איז פארטיי. דאווענן מיט צען טויזענט אידן איז נישט קיין הצלה אויף די געפערליכע מסוכנ'דיגע ענין פון פארטיי.
איך האב עפעס א פראבלעם מיט חסידות? מיט די הכנה פאר א מצוה, מיט'ן זיך אנהענגן אין גרויסע מדרגות אפילו מ'האלט נישט דערביי, מיטן דגש אויף קדושה וטהרה, מיטן דגש אויף שמחה של מצוה, מיטן זיך רעכענן מיט כלומרש'ט קלייניקייטן אין עבודת ה', מיטן חשיבות פאר מסירות נפש?!
בקיצור, מיט אלס וואס חסידות מיינט עכט, האב איך נישט קיין פראבלעם. נאר ווייל מ'האט געהיידזשעקט חסידות און געמאכט דערפון א היפך התורה, א זאך וואס האט נישט קיין שום מקור אין ספרי חסידות ביז די לעצטע פופציג יאר, מיט דעם האב איך א פראבלעם.
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 11, 2024 2:53 pm @שרייבן שרייבט זיך
2) וואס איז די סייז פון א קהלה/חסידות/פארטיי אז ס'ווערט פסול? יעדער ביהמ"ד מיט א רב ווערט א אנגהענגערשאפט וואס קען פירן צו דאס ארגסטע. דאווענען אינדערהיים איז נישט אויסגעהאלטן. וואוינען אין וואודרידזש ווילעך נישט. סוי געמיר דיין סעלושן.
מיינס האב איך שוין געשריבן. געהערן צו די סיסטעם פון דיינע עלטערן, און דינען דעם אויבערשטן תוך כדי איגנארירן די שוואנצאנים און מגושמים צוגלייך.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9593
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
ווער האט געהיידזשעקט חסידות? סאטמאר זיכער נישט. טאקע דערפאר האט דער רבי געזאגט נשתכח דרך הבעל שם.
דו ביסט אריינגעקומען מיט א חידוש אז ווייל איין חסידות האט געטון כך וכך איז א צייכן אז די חסידות'ן בכלליות טויגן נישט. האב איך דיר געענטפערט אז לפי זה טויגן די בני תורה ישיבה'ישע נאכמער נישט, פי כמה וכמה.
זאגסטו אז ביסט יא פאר חסידות, נאר אן קיין פארטיי. זאג איך דיר אז מ'קען געהערט צו עני חסידות און נישט ווערן קיין פארטיי.
זאגסטו אז חסידות פירט אראפ פון וועג. זאג איך ליין איבער נאכאמאל.
דו ביסט אריינגעקומען מיט א חידוש אז ווייל איין חסידות האט געטון כך וכך איז א צייכן אז די חסידות'ן בכלליות טויגן נישט. האב איך דיר געענטפערט אז לפי זה טויגן די בני תורה ישיבה'ישע נאכמער נישט, פי כמה וכמה.
זאגסטו אז ביסט יא פאר חסידות, נאר אן קיין פארטיי. זאג איך דיר אז מ'קען געהערט צו עני חסידות און נישט ווערן קיין פארטיי.
זאגסטו אז חסידות פירט אראפ פון וועג. זאג איך ליין איבער נאכאמאל.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
- Location: ליקווד
- x 99
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
עד כאן הקפה שלישית.
מ'זאל אנהויבן א פערטע הקפה? אדער לאזן צורו, אלס איז שוין געזאגט געווארן, און אלס איז שוין פארענטפערט געווארן, און איך בלייב ביי מיינס.
מ'זאל אנהויבן א פערטע הקפה? אדער לאזן צורו, אלס איז שוין געזאגט געווארן, און אלס איז שוין פארענטפערט געווארן, און איך בלייב ביי מיינס.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
די ח''ח ברענגט א 'גמרא' אז לשון הרע איז ארגער ווי די ג' חמירותנקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 15, 2024 3:06 pm
איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט, וואס שמועסן זיי אויס? סאטמאר רבי שרייבט קלאר ולהשתתף באיסורין חמורים כאלה, שחמורים מכל התורה כולה! לשון הרע איז טאקע א גרויסע עבירה, און די חפץ חיים ברענגט טאקע געפערליכע מאמרי חז''ל איבער דעם. אבער עס איז נישט קיין ספק אז ע''ז איז די הארבסטע וואס איז שייך!
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 122
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 100
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
די ענין פון עו"ז איז שוין גראדע געווען אויסגעשמועסט אינעם קונטרס "על התורה ועל התמורה"
אויף איינע פון דו חסידות'ליך דא פריער דערמאנט.
געב א סוירטש אויף גוגל דאס קומט ארויף גלייך.

- אשרי מי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 115
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
- Location: אמעריקא
- x 115
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
פארוואס נאר די עולם הישיבות באווייזט עס ??
@שרייבן שרייבט זיך וואס איז די ביאור ?
@שרייבן שרייבט זיך וואס איז די ביאור ?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
- Location: ליקווד
- x 99
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
איך טראג נישט קיין אחריות פאר די ליטוואקעס. אבער וואס איז דא די קשיא?
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9593
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
ער פרעגט אויף די גוטע זייט.שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 4:43 amאיך טראג נישט קיין אחריות פאר די ליטוואקעס. אבער וואס איז דא די קשיא?
פארוואס אונזערע כוללים קענען זיך נישט פאראייניגן אויף אזאנס.
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
וואס איז די מטרה פון יענעם כינוס?
- אשרי מי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 115
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
- Location: אמעריקא
- x 115
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
פארוואס נאר זיי קענען באווייזן אזא שטארקע צאמקוםשרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 4:43 amאיך טראג נישט קיין אחריות פאר די ליטוואקעס. אבער וואס איז דא די קשיא?
- אשרי מי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 115
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
- Location: אמעריקא
- x 115
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
עס איז א שאנדע אז בשעת לעיקוואד מאכט אזא הערליכע זאךשרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 4:43 amאיך טראג נישט קיין אחריות פאר די ליטוואקעס. אבער וואס איז דא די קשיא?
קומט ביי אונז פאר אזעלכע טענה'רייען https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69579
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1599
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3741
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
יא יא. און יעצט קען מען נאכאמאל פרעגן איז ריכטיג אז ביי די ליטווישע איז דער לומד תורה מער ארויפגעקוקט?אשרי מי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 5:42 pmעס איז א שאנדע אז בשעת לעיקוואד מאכט אזא הערליכע זאךשרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 4:43 amאיך טראג נישט קיין אחריות פאר די ליטוואקעס. אבער וואס איז דא די קשיא?
קומט ביי אונז פאר אזעלכע טענה'רייען https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69579
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1204
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 1916
Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה
viewtopic.php?p=96681#p96681
דאס דארף לכא’ גיבן ליכט צו פארשטיין די דיפרענס אין וועליוס בין חדרי ליטווישע לחסידישע
נישט ווייל מ’האלט דארט, אבער די נשמה צילט דארט.