בלאט 128 פון 131
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:16 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 5:19 pm
די FBI פירט דורך אן אבלאווע אויף איינע פון די פאלשע דעי קעיר'ס.
(אין ראם, דער דזשורנאליסט ווייזט אן ווי לערנונג צענטער איז ניטאמאל גוט געספעלט)
# מינעסאטע שווינדל די ארטיגע באאמטע מעלדן אז די ''לערינג'' צענטער האט זיך פארמאכט, קיינער ווייסט נישט פארוואס...
לערינג פאר קינדער וואס קענען נישט ליינען גוט

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:18 pm
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 6:39 pm
העסקן ר' מאיר צבי טויבער פון מאנסי - בעה"ב פון מעטרעקס ריעלטי - מיט שרעקעדיגע ציפערן איבער די מצב ביי אחב"י
וויפיל פראצענט איינוואוינער זענען אידן?
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:22 pm
דורך חלום חלמתי
ניו יארק גאווערנער האוקל האט באשטימט אז סאושל מידיע פירמעס לדוג' טיקטאק און עקס, וואס שפילן אטאמאטיש ווידעא נאך ווידעא, וועלן דארפן לייגן א ווארענונג אויף זייערע עפפ'ס אז דאס איז אדיעקטיוו און נישט געזונט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:28 pm
דורך חלום חלמתי
פארביסענע אנטיסעמיט ניק פוענטעס זאגט אז ער וואלט 100 מאל געשטומט פאר געווין ניו-סקאם ענדערש ווי דזשעי די ווענס.
בשעת ווענס פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו האלטן גוט מיט אלע מאגא פראקציעס און חלילה נישט פארדאמען די ראסיסטן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 8:19 pm
דורך חלום חלמתי
שווערע רעגן שטורעמעס איבער א"י די לעצטע פאר טעג.
בילד ווי טישלעך און חפצים שווימען אראפ די שוק מחנה יהודה גאס..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 9:16 pm
דורך חלום חלמתי
די מיימאנעדיס שפיטאל באורד האט באשטימט זיך אנצושליסן אין די ניו יארק סיטי העלט פאראיין.
פולע לאקאלע עסקנים און חברה הצלה ד'בארא פארק האבן געווארנט דערקעגן, אין דרוקן אויס זארג אויף דעם פאראייניגונג
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:21 pm
דורך חלום חלמתי
א סך הכל פונעם יאר לויט די גוגל סוירטש'עס...
אמעריקע'ס גרעסטע דאגות זענען אינפלאציע, און עפעס א שפילצייג בערעלע לעבאבא...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:24 pm
דורך חלום חלמתי
די פענטאגאן האט געשלאסן א 8.6 ביליאן דאלער דיעל מיט באאונג צו פאבריצירן 25 F-15 פייטער דזשעטס וואס וועט גיין פאר מדנ"י.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:29 pm
דורך חלום חלמתי
ביי א צערעמאניע היינט האט סיריע געוויזן איר נייע וואלוטע, געצילט צי אויפהייבן די ארטיגע עקאנאמיע און פארגעסן פון אסאד
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:43 pm
דורך חלום חלמתי
# מינעסאטע שווינדל פאם באנדי באדאנקט זיך פאר די זעלבשטענדיגע דזשורנאליסט וואס האט געהאלפן אויפדעקן די שווינדלערייען, און זאגט אז 60 פון די 98 אנגעקלאגטע זענען שוין געפונען געווארן שולדיג און די המשך וועט יבאו'נען.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:00 pm
דורך חלום חלמתי
די קאליפארניע גאווערמענט האט ארויסגעצויגן א קלאגע קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע וואס האלט צוריק 4 ביליאן דאלאר אין פאנדינג פאר די קאליפארניע ''באן צו קיין ערגעץ נישט''
אין קאליפארניע בויען זיי שוין א שנעלע באן פאר יארן וואס וועט ערלויבן צו פארן פון לאס אנדזשעלעס קיין סאן פראנציסקא אין בלויז 3 שעה. די באן האט שוין געזאלט זיין פארטיג אין 2020, אבער דערווייל האלט מען אין ערגעץ נישט און טראנספארטאציע סעקרעטאר שאן דאופי האלט אן זיין 4 ביליאן פעדעראלע באשטעטיגטע געלט ביז מען קען אים קומען צייגן קראנטע פלענער ווי מען האלט און ווי אלע געלט ביז אהער איז געגאנגען.
די ארטיגע גאווערנער ניו-סקאם האט מיט גרויס פאמפע געמאלדן א געריכט קלאגע קעגן די אומ'יושר'דיגע צוריקהאלטונג, אבער צוויי טעג צוריק דאס פלוצלינג ארויסגעצויגן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:02 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:43 pm
# מינעסאטע שווינדל פאם באנדי באדאנקט זיך פאר די זעלבשטענדיגע דזשורנאליסט וואס האט געהאלפן אויפדעקן די שווינדלערייען, און זאגט אז 60 פון די 98 אנגעקלאגטע זענען שוין געפונען געווארן שולדיג און די המשך וועט יבאו'נען.
WHAT?! וויאזוי זענען זיי שוין געווארן געפינען שולדיג ווען מען איז הערשט געוואויר געווארן איבער די שווינדלערייען פינף מינוט צורק?!
אגב, דאס אנווייזן די אפשטאם פון די שווינדלער איז א שרעקליכע, מסוכנ'דיגע זאך און מוז זיך זאפארט אויפהערן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:03 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:00 pm
די קאליפארניע גאווערמענט האט ארויסגעצויגן א קלאגע קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע וואס האלט צוריק 4 ביליאן דאלאר אין פאנדינג פאר די קאליפארניע ''באן צו קיין ערגעץ נישט''
אין קאליפארניע בויען זיי שוין א שנעלע באן פאר יארן וואס וועט ערלויבן צו פארן פון לאס אנדזשעלעס קיין סאן פראנציסקא אין בלויז 3 שעה. די באן האט שוין געזאלט זיין פארטיג אין 2020, אבער דערווייל האלט מען אין ערגעץ נישט און טראנספארטאציע סעקרעטאר שאן דאופי האלט אן זיין 4 ביליאן פעדעראלע באשטעטיגטע געלט ביז מען קען אים קומען צייגן קראנטע פלענער ווי מען האלט און ווי אלע געלט ביז אהער איז געגאנגען.
די ארטיגע גאווערנער ניו-סקאם האט מיט גרויס פאמפע געמאלדן א געריכט קלאגע קעגן די אומ'יושר'דיגע צוריקהאלטונג, אבער צוויי טעג צוריק דאס פלוצלינג ארויסגעצויגן.
פלעין ווייזן וואס די פלענער אויף למעשה זענען איז אים איי געס נישט בייגעפאלן...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:07 pm
דורך חלום חלמתי
Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:02 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:43 pm
# מינעסאטע שווינדל פאם באנדי באדאנקט זיך פאר די זעלבשטענדיגע דזשורנאליסט וואס האט געהאלפן אויפדעקן די שווינדלערייען, און זאגט אז 60 פון די 98 אנגעקלאגטע זענען שוין געפונען געווארן שולדיג און די המשך וועט יבאו'נען.
WHAT?! וויאזוי זענען זיי שוין געווארן געפינען שולדיג ווען מען איז הערשט געוואויר געווארן איבער די שווינדלערייען פינף מינוט צורק?!
אגב, דאס אנווייזן די אשטאם פון די שווינדער איז א שרעקליכע, מסוכנ'דיגע זאך און מוז זיך זאפארט אויפהערן.
מען רעדט שוין פון דעם פאר וואכן, וואס האט זיך יעצט געטוישט איז א פראפעסיאנאלע 40 מינוטיגע ווידיאו פון א פריוואטע דזשורנאליסט
ניק שערלי וואס באווייזט קליפ און קלאר די פראוד, מילא קענען די יוסטיץ באאמטע מעלדן מיט פאראד זייערע פארשריט.
דיין לעצטע שורה איז 100 פראצענט גערעכט. די אלטע ראסיסטן און שונאים פון טים וואלץ און איליאן אומער האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די געלעגנהייט. כמובן.
בילד ווי ניק באזוכט א שולע וואס האט באקריגן 5 מיליאן דאלער אין 2025, אבער קיין קינדער (אדער פענסטער..) זענען נישט פארהאנען....
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:13 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:07 pm

א פאר וואכן איז אין די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט ווייניגער ווי פינף מינוט. ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס זיי האבן באקומען א קאנוויקשאן אפאר וואכן נאכ'ן געוואויר ווערן פון א קעיס, נאכדערצו א קעיס וואס האט אריינגענומען צענדליגער מענטשן?
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:18 pm
דורך חלום חלמתי
Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:13 pm
► Show Spoiler
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:07 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:02 pm
WHAT?! וויאזוי זענען זיי שוין געווארן געפינען שולדיג ווען מען איז הערשט געוואויר געווארן איבער די שווינדלערייען פינף מינוט צורק?!
אגב, דאס אנווייזן די אשטאם פון די שווינדער איז א שרעקליכע, מסוכנ'דיגע זאך און מוז זיך זאפארט אויפהערן.
מען רעדט שוין פון דעם פאר וואכן, וואס האט זיך יעצט געטוישט איז א פראפעסיאנאלע 40 מינוטיגע ווידיאו פון א פריוואטע דזשורנאליסט
ניק שערלי וואס באווייזט קליפ און קלאר די פראוד, מילא קענען די יוסטיץ באאמטע מעלדן מיט פאראד זייערע פארשריט.
דיין לעצטע שורה איז 100 פראצענט גערעכט. די אלטע ראסיסטן און שונאים פון טים וואלץ און איליאן אומער האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די געלעגנהייט. כמובן.
בילד ווי ניק באזוכט א שולע וואס האט באקריגן 5 מיליאן דאלער אין 2025, אבער קיין קינדער (אדער פענסטער..) זענען נישט פארהאנען....
א פאר וואכן איז אין די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט ווייניגער ווי פינף מינוט. ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס זיי האבן באקומען א קאנוויקשאן אפאר וואכן נאכ'ן געוואויר ווערן פון א קעיס, נאכדערצו א קעיס וואס האט אריינגענומען צענדליגער מענטשן?
האמער נאכגעקוקט און געזען אז די מידיע פרעגט שוין די קשיא, און זיי זאגן אז רוב פון דיזע האבן גלייך מודה געווען אין אויסטויש פון א פלי בארגען וואס האט געהאלפן כאפן נאך, און אזוי ציעט זיך די גאלדענע קייט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:41 pm
דורך חלום חלמתי
%20 פון אלע ווידיאו'ס ס'ליגט היינט צוטאגס אויף יו טוב זענען פאלשע AI ווידיאו'ס...
די עולם מאכט א לעבן דערפון... איין אינדיע באזירטע אקאונט האט שוין געמאכט 4.25 מיליאן דאלער פון זיינע פאלשע ווידיאו'ס.
פאלש געלט...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:58 pm
דורך חלום חלמתי
א היימישע אינגערמאן פון סטעמפארד היל וועלכע מארקעט זיין ביזנעס מיט פשוטע אייגן געמאכטע ווידיאו'ס,איז געווארן וועלט בארימט, נאכדעם וואס עטליכע שטיק זענען געגאנגען וויירעל, ווי מ'זאגט...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:27 am
דורך חלום חלמתי
וויוועק ראמאסוואמי - רעפובליקאנער גאווערנער קאנדידאט פון אהייאו - האט ארויסגעשיקט א טעקס מעסידש צו שטיצער זאגענדיג אז סקוקט נישט אויס גוט די מצב...
(קומט א סטעפאניק 2.0?)
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 10:11 am
דורך מאירוואלף
די סאודיע לופט-פלאטע האט באמבארדירט די פארט שטאט מוקאלא אין תימן, צוליב א ליפערונג פון וואפנס און מיליטערישע טרעקלעך וואס זענען אנגעקומען פון די עמיראטן (UAE) פאר די דרום-סעפעראטיסטישע STC קרעפטן, וועלכע האבן לעצטנס פארכאפט די חאדראמאוט גאווערנאראט. נאך די אטאקע האבן די סאודיע-אליאירטע תימנ'ער קרעפטן ארויסגעגעבן אן אולטימאטום פאר די עמיראטי טרופן צו פארלאזן דאס לאנד אינערהאלב 24 שעה און דערקלערט אן אויסנאם צושטאנד. יעצט האט דאס עמיראטי פארטיידיגונג מיניסטעריום געמאלדן אז זיי וועלן צוריקציען זייערע איבעריגע זעלנער פון תימן צוליב די זיכערהייט זארג פאר זייערע טרופן. דער קאנפליקט שפיגלט אפ דעם טיפן שפאלט צווישן די סעפעראטיסטן, וואס שטרעבן צוריקצושטעלן א זעלבסטשטענדיגע "דרום תימן", און די סאודיע-געשטיצטע רעגירונג וואס וויל א פאראייניגט לאנד. די יעצטיגע שריט קען שטארק אפשוואכן די פאראייניגטע פראנט אנעקעגן די הוטיס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:41 am
דורך מאירוואלף
א פארמער אינעם דארף פאנקראטאווא, וואס געפינט זיך אינעם מיקאלייעב געגנט אין אוקראינע, האט אויסגעאקערט מיט א טראקטאר א אידישן בית החיים וואס איז אלט איבער 150 יאר. דער פארמער דינגט דאס שכנות'דיגע פעלד פאר לאנדווירטשאפט, אבער ער האט זיך אויסגעברייטערט אריין אינעם שטח פונעם בית החיים, חרוב געמאכט די מצבות און איבערגעאקערט די ערד פאר פלאנצונגען.
דאס ארט איז אידענטיפיצירט געווארן אלס א אידישער בית הקברות לויט אלטע מיליטערישע מאפעס פון די 1930 יארן און עדות פון עלטערע איינוואוינער, וואס באשטעטיגן אז דארט פלעגט זיין א באזונדערע חלקת קבורה פאר די אידישע קהילה וואס האט דארט געוואוינט אינעם 19'טן יארהונדערט. די "פאראייניגטע אידישע קהילה פון אוקראינע" האט אריינגעגעבן אן אפיציעלע קלאגע צו די פאליציי און פארלאנגט אן אויספארשונג און דאס אויפשטעלן א גדר ארום דעם שטח.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:50 am
דורך מאירוואלף
הויכראנגיגע באאמטע פונעם געוועזענעם אסאד רעזשים, אריינגערעכנט דעם שפיאנאזש הויפט כמאל אל-חסן און דער נאענטער ביזנעסמאן אבו עלי חד'ר, האבן אפגעהאלטן געהיימע זיצונגען מיט מדינת ישראל שפיאנאזש אויטאריטעטן צו בעטן שוץ פאר די עלאוויטן באפעלקערונג און שטיצע פאר אן אייגענע אויטאנאמיע אין די בארטן געגנטער. די באאמטע, וועלכע פילן זיך פארלאזט דורך רוסלאנד, האבן פארגעשלאגן א פלאן זיך אינגאנצן אפצוטיילן פון סיריע אלס א זעלבסטשטענדיגע מדינה אונטער מדינת ישראל און אייראפעאישע פראטעקציע, בשעת זיי קאארדינירן שריט מיט די כורדישע און דרוזישע מינאריטעטן צו פראטעסטירן קעגן די נייע א-שרע רעגירונג אין דמשק.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:57 am
דורך איפכא מסתברא
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:41 pm
%20 פון אלע ווידיאו'ס ס'ליגט היינט צוטאגס אויף יו טוב זענען פאלשע AI ווידיאו'ס...
די עולם מאכט א לעבן דערפון... איין אינדיע באזירטע אקאונט האט שוין געמאכט 4.25 מיליאן דאלער פון זיינע פאלשע ווידיאו'ס.
פאלש געלט...
אייגענטליך וואס איז די פראבלעם?
אלע xbox, PlayStation, וכו' זענען פאבריצירט, און פארקויפן זיך אין די מאסן.
אז דער עולם ענזשויט דאס, זאל דאס יעדער קענען מאכן....
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:07 pm
דורך מאירוואלף
א געוואגטע רויבעריי האט אפגעדונערט אין געלזנקירכן, דייטשלאנד, וואו פראפעסיאנאלע גנבים האבן באוויזן אויסצוליידיגן די "ספארקאסע" באנק מיט אסטראנאמישע סומעס געשאצט אויף איבער 30 מיליאן יורא. די פארברעכער האבן מיט גרויס געשיקטקייט דורכגעלעכערט די ווענט מיט דרילס און באוויזן צו עפענען איבער 3,000 פארזיכערטע קעסטלעך (סעיף דעפאזיט באקסעס) פיל מיט קעש, גאלד, און טייערע צירונגען. די פאליציי איז געוואויר געווארן פונעם גרויסן גניבה ערשט מאנטאג אינדערפרי נאכדעם וואס א פייער אלארם האט זיך צופיפן אין באנק, אבער דערווייל זענען די רויבער פארשוואונדן געווארן כאילו לא היה. עדות האבן איבערגעגעבן אז זיי האבן געזען עטליכע מענטשן שלעפן ריזיגע זעק צו א שווארצע "אודי RS 6" קאר וואס איז אנטלאפן פון דארט, און די באנק האט שוין פארארדנט פאר אירע קאסטומערס – וואס 95 פראצענט פון זייערע קעסטלעך זענען בארויבט געווארן – צו קאנטאקטן זייערע אינשורענס פירמעס איבערצוגיין די שאדענס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:15 pm
דורך מאירוואלף
די "יורא-סטאר" באן פירמע האט סוספענדירט אלע רייזעס צווישן ענגלאנד און אייראפע צוליב א פלוצלינגדיגע עלעקטרישע פראבלעם אינעם קאנאל טונעל. פאסאזשירן זענען געשטראנדעט געווארן אין לאנדאן, פאריז און בריסל אן קיין אלטערנאטיווע וועג אהיים, זינט אלע פליגערס און באסעס זענען געווען איבערגעפילט. די פירמע ערקלערט אז א באן איז געבליבן שטעקן אינמיטן טונעל, וואס האט אפגעשטעלט די גאנצע פארקער און ארויפגעברענגט פרישע צארן אויף די שוואכע סערוויס פון די פירמע.