דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 10:57 am
נעכטן נאכט האב איך אביסל קלארער מברר געווען וועגן די ווילעדזש באסעס, KJ טראנזיט.
די ווילידזש מצדם ארבעט כסדר צו פארברייטערן נאך און נאך, ווי יעדער זעט. די קאסטן פון פעיראל כהיום איז בערך 5 מיליאן דאלאר, ארום 1.5 מיליאן דעקט זיך פון די פאסאדזשירן, ארום 3 מיליאן קומט היינט צוטאג פון די רעגירונג (די קאונטי גיט עס, ס'קומט פון 3 מקורות: פעדעראל, סטעיט, און קאונטי בודזשעטן און פראגראמען). ס'בלייבט אויך א דעפיציט אויפ'ן ווילעדזש, און זיי צאלן עס.
יעצט, וויאזוי פארברייטערט מען עס? דורך אויפווייזן פאר די קאונטי וויפיל מענטשן ס'נוצן עס. די ווילידזש ציילט פאסאדזשירן, און עקסטער שיקט די קאונטי אראפ אינפעקטארס וואס פארן מיט, און קוקן צו מ'ציילט ערליך, און צו מ'האלט די באסעס גוט, וכו'. כהיום האלט עס ביי איבער מיליאן פאסאדזשירן א יאר! און דערפאר איז געלונגען א וואוט אין די קאונטי אז זיי מוזן צוצושטעלן נאך. מען בויט יעצט 16 נייע באסעס, אבער די געברויך דערפאר איז שוין באמת יעצט דא.
ס'איז יעצט אין באנוץ 34 באסעס קע"ה, 5 דערפון זענען אלטע אפגענוצטע וואס מ'דארף אוועקווארפן די ערשטע מעגליכקייט... (ס'קומט שוין פון עירפארט אפגענוצט), 5 מוז מען האבן ספעיר ווייל אייביג מאכט זיך אז א באס גייט ארויס פון דינסט פאר א וואך צוויי און כעת איז נישטא קיין ערזאצן און ס'איז כמעט אוממעגליך אזוי, און 6 גייט זיין צו פארברייטערן די נייערע רוט'ס.
סוי די ווילעדזש איז דא פאר א רעוואלוציע פון פובליק טראנספארטעישן, און מ'קען זאגן אז ס'איז א ערנסטע דורכברוך. ווי געזאגט ביי מיר אין שטוב נוצט מען עס כמעט טעגליך, ס'איז א נייע וועלט.
דא קומט אריין די נושא פון מענער. היות ס'איז דא באסעס פון 6 פארטאגס ביז 12 ביינאכט, אויטאמאטיש האט עס אנגעהויבן אפעלירן צו מענער אויך. בעיקר האט זיך עס אנגעהויבן ווען ס'האט זיך געעפנט שכונת ויואל משה, און דארט איז נישטא קיין געהעריגע וועג צו "כאפן א היטש", ממילא די בחורים און די כולל אינגעלייט האבן אנגעהויבן נוצן די טראנזיט. האט זיך אנגעהויבן א בקשה מ'זאל מאכן עפעס א סדר וועגן מענער און פרויען.
דער פראבלעם איז נאר אז ס'איז א שטאטישע זאך, און די שטאט גייט נישט צושטעלן קיין עקסטערע באסעס פאר מענער און פרויען. אפילו א מחיצה, אדער קאליר'ס וואס מ'האט געמאכט ביי רוח החיים פארק, איז גוט פאר א פארק וואס מ'האט געהאט א איינמאליגע גרענט. א באס סיסטעם וואס זיי דארף דעקן די פעיראל און האבן כסדר אינספעקטארס, זוכט נישט קיינער אז ס'זאל ווערן איין טאג אפגעשפארט, ומובן היא.
איי די מענער ווילן דאך אויך פארן?
איז מצד די ווילעדזש, זאלן מענער טאקע נאר פארן ווען ס'איז נישט פול. די עיקר צייטן ווען די אישו ווערט איז 10 און 6 אזייגער ווען כולל אינגעלייט נוצן עס, אדער פרייטאג ווען די בחורים האבן נישט קיין באסעס, און יומא דפגרא'ס. האט מען געמאכט א מיטינג ביים רבי'ן, מ'האט אויפגעברענגט צו מענער זאלן אפשר גיין פון די בעק טיר (מ'קען צולייגן א געלט מאשין ביי די בעק טיר), איז אבער די בעק טיר נישט אין די בעק נאר אינמיטן, און די פרויען פארנעמען אלעמאל מער ווי האלב. זאגן אז די מענער זאלן ארויפגיין אין פראנט און פרויען אין בעק, וועלן די פרויען נישט קענען ארויפקומען מיט קערעדזשעס (די בעק טיר האט עפעס סטעפס, איך האב עס אויך נישט ארויס גענוי אבער ביי די פראנט וואקן זיי ארויף מיט קערעדזש גראדערהייט, עפעס אזוי).
האט דער רבי געזאגט אז די פרויען מוזן בלייבן הונדערט פראצענט באקוועם, דער עיקר איז עס פאר זיי, וויבאלד זיי טארן נישט דרייוון, און זיי קענען אויך נישט כאפן א היטש. אז מענער קענען אויך מיטגיין איז גוט, אז נישט זאל עס בלייבן נאר פרויען.
ס'קען זיין אז אויב וועט דער כולל אנהייבן צושטעלן באסעס פאר די אינגעלייט (די קאלעדזש פראגראם קען עס אפשר צושטעלן פונקט ווי ביי די בחורים, כ'ווייס נישט), און מ'וועט טרעפן א לעזונג פאר בחורים ווען זיי האבן נישט קיין באסעס (אדער זאגן אז די באסעס זענען נישט פאר בחורים?) וועט אויטאמאטיש אלעס זיין מסודר, פונקט ווי אין גראסערי... ווילאנג ס'איז נישט קיין שטופעניש קען יעדער באשליסן צו ס'איז פאר אים אדער נישט. אבער דאס קען איך נישט זאגן.
איך האב געפרעגט צו ווען מען גייט למעשה אויסוואקסן די רוטס, און די קאונטי וועט שוין מוזן געבן דאפלט, 2 באסעס צו יעדע רוט, וועט מען יא קענען מאכן אומאפיציעל אז איין באס זאלן מענער נוצן און איינס פרויען, איז די תשובה אז ס'איז נישט עכט מעגליך, ווייל אפילו ס'ווערט פארדאפלט וועט עס נישט גיין אויטאמאטיש אלע רוטס נאר ס'וועט גיין איינגעטיילט נאר לויט ווי ביזי יענע רוט איז, און בכלל זענען פרויען אלעמאל די רוב ווייל ווי געזאגט זיי דרייוון נישט און כאפן נישט קיין היטשעס, ממילא איז בכלל נישט דא קיין לעגאלע און פראקטישע וועג דערפאר.
סוי, צו סאמערייזן, די ווילעדזש שטעלט צו די מאקסימום פון זייער זייט, אבער ס'איז א גאווערמענט זאך מיט אינספעקשאנס און מ'קען נישט מאכן קיין מחיצות וכו', ממילא קוקט מען בעיקר אויף די פרויען וואס האבן נישט קיין קארס און היטשעס, אבער מצד די ווילעדזש, מענער וואס ווילן קענען עס נוצן אין רואיגע צייטן ווען ס'איז נישט פול, מעגליך אז אויב וועט מען צושטעלן פאר כולל און לעזן די בחורים אישו וועלן עס מענער קענען מער נוצן, אבער כעת איז דא צייטן ווען ס'ווערט ממש א שטופעריי און דערפאר האט חומת העיר מודיע געווען אז מענער זאלן עס נישט נוצן בכלל נאר פרי פארטאגס און שפעט ביינאכט.