בלאט 127 פון 131
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 8:23 pm
דורך חלום חלמתי
וועלט'ס גרעסטע יו טובער מר. ביעסט האט היינט געמאכט א חלוקה אין ני"ס, ביים האלאנד טונעל, $1000 קעש פאר אלע קאר'ס וואס האבן געווארט דארט אין טראפיק...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 8:25 pm
דורך חלום חלמתי
נאך א געלט מעשה, א פאבריק אין ליזיאנא האט זיך פארקויפט פאר 1.7 ביליאן, איז דער בעה"ב מר. גרעהעם וואלקער ארום פארטיילן פאר זיינע 540 ארבעטער א באונעס פון $443,000...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 8:28 pm
דורך חלום חלמתי
104 יאריגע צווייטע וועלט'ס קריג וועטעראן איז מכובד געווארן צו שפילן דעם אמעריקאנעם הימנע אויף א סעקסיפאן, ביי א גרויסע נאציאנאלע שפיל.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 9:50 pm
דורך חלום חלמתי
קאליפארניע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן און
גאווערנער קאנדידאט עריק סוואלוואל, פארציילט אז די דעמאקראטן גרייטן זיך צי אימפיטשן פרעזידענט טראמפ איינמאל זיי געווינען די קאנגרעס...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 10:02 pm
דורך חלום חלמתי
אויף א רעדיא אינטערוויו פארציילט טראמפ אז מיט צוויי טעג צוריק האט אמעריקע באמבאדירט די פאבריק פון ווי די ווענעזועלע דראג שיפלעך פארן ארויס.
ער זאגט עס אזוי כלאחר יד, קוקט אויס ווי ער כאפט אפילו נישט וועלכע אינפארמאציע ער גיבט ארויס..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 10:25 pm
דורך חלום חלמתי
7.3 מיליאן דאלער אריינגעלייגט אין די ניו יארקע סובוועיס מען זאל נישט קענען איבערטאנצן די אריינגאנג אן באצאלן ----
----מען דארף זיך שוין אריינשטופן....
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:55 pm
דורך חלום חלמתי
זעלענסקי באדאנקט זיך פאר טראמפ נאך די היינטיגע זיצונג.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:56 pm
דורך חלום חלמתי
איזריעלי פאליציי זאגט אז זיי האבן סיספענדירט א פאליציאנט וואס איז אפגעכאפט געווארן דערשטיקן א בחור ביי פראטעסטן היינט דורך די פלג ירושלמי
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:57 pm
דורך חלום חלמתי
פלארידע פארשוין וואס האט דערלייגט דריי אלפים אין א געים מאשין, איז אפגעכאפט געווארן ווי ער צעשמעטערט די מאשינען פאר כעס..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 12:00 am
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 10:25 pm
7.3 מיליאן דאלער אריינגעלייגט אין די ניו יארקע סובוועיס מען זאל נישט קענען איבערטאנצן די אריינגאנג אן באצאלן ----
----מען דארף זיך שוין אריינשטופן....
כ'גיי רעדן צום קאמפעני וואס מאכט די הויכע טורנסטיילס פאר די מקוואות, זיי קענען דא פארדינען אזא צען רעדלעך ווי גארנישט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 12:05 am
דורך חלום חלמתי
פאליציי אין איסטראליע האט - נאך שווערע דריק פון די אייראפעישע פאראיין - ארעסטירט 9 בירגער וואס שטיצן אקטיוו כאמאס מיט גרויס געלט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 1:20 am
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 9:50 pm
קאליפארניע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן און
גאווערנער קאנדידאט עריק סוואלוואל, פארציילט אז די דעמאקראטן גרייטן זיך צי אימפיטשן פרעזידענט טראמפ איינמאל זיי געווינען די קאנגרעס...
דברים פשוטים... האט ער אויך געזאגט אויב זיי האבן שוין אנגעגרייט א תירוץ פארוואס?
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 1:21 am
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:56 pm
איזריעלי פאליציי זאגט אז זיי האבן סיספענדירט א פאליציאנט וואס איז אפגעכאפט געווארן דערשטיקן א בחור ביי פראטעסטן היינט דורך די פלג ירושלמי
WOW, דער זעהט דאך אויס ווי איוואן פון די מעשה ביכלעך...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 1:21 am
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:57 pm
פלארידע פארשוין וואס האט דערלייגט דריי אלפים אין א געים מאשין, איז אפגעכאפט געווארן ווי ער צעשמעטערט די מאשינען פאר כעס..
כעס? ער האט פלעין געטרייט צוריקצונעמען זיין געלט...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:48 am
דורך חלום חלמתי
ווי יעדע איינציגע זאך וואס די מדנ"י רעכטע רעגירונג וויל איינפירן, איז די לינקע בג"ץ געקומען און אפגעשטעלט דאס פארמאכן די מיליטערישע ראדיא.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:06 am
דורך חלום חלמתי
צוויי חרדישע מיידלעך פון א"י זענען ארעסטירט געווארן אין פראג, נאכן פרובירן צו שווערצן 96 ק"ג פון אומלעגאלע געווירצן. און שטייען אויס 10 יאר טורמע, ה"י.
ס'לאזט זיך גלייבן אז דאס איז געווען אן א.ג. טובה פאר א בייזוויליגע פארשוין.
ב"ה כלל ישראל רעדט נאכנישט קיין לשון הרע אויף די בעלי טובות...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:09 am
דורך חלום חלמתי
ווילדע פראטעסטן אין איראן האלטן שוין אן פאר צוויי טעג, ווען די מאסן שטורעמען אין די גאסן און ריפן פאר א רעדזשים טויש. נאכדעם וואס די עקאנאמיע דארט איז אין די ערד, מיט די ארטיגע וואלוטע פאלנדיג צו 1,400,000 ריאל פאר א דאלער.
באריכטן אז די מדנ"י מוסד העצט שטילערהייט אינטער די פראטעסטן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 12:51 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:09 am
ווילדע פראטעסטן אין איראן האלטן שוין אן פאר צוויי טעג, ווען די מאסן שטורעמען אין די גאסן און ריפן פאר א רעדזשים טויש. נאכדעם וואס די עקאנאמיע דארט איז אין די ערד, מיט די ארטיגע וואלוטע פאלנדיג צו 1,400,000 ריאל פאר א דאלער.
באריכטן אז די מדנ"י מוסד העצט שטילערהייט אינטער די פראטעסטן.
אויסער דעם הערשט א שרעקליכע מאנגל אין וואסער אין די הויפטשטאט טעהראן, וואס איז געשען וויבאלד איראן האט געטון צודרייטע זאכן מיט אירע וואסער קוועלער דורכאויס די יארן אנשטאט זיין פארזיכטיג און זיך אפגעבן דערמיט כדבעי.
די מאנגל איז אזוי גרויס אז פאר עטליכע וואכן צוריק האט דער איראנער פרעזידענט גערופן איבערצופלאנצן די גאנצע הויפטשטאט צו א נייע פלאץ וואו עס וועט זיין מער וואסער. נאר גיי טרעף אזא פלאץ אין די איראנער מדבריות...
דרך אגב, דער חיד"א האט געהאלטן אז הונטער די איראנער מדבריות געפינען זיך די עשרת השבטים.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 1:10 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 5:19 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 4:57 pm
פאטעל זאגט אז די FBI וועט זיך נעמען אויף די סאמאליע באפעלקערונג אין מינעסאטע.
קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס א א.ג. זעלבשטענדיגע דזשורנאליסט האט
רעקארדירט איבער 100 מיליאן דאלער אין שווינדל, פון דעי קעיר'ס וואס עקזיסטירן נישט און פארמאכטע העלט צענטערן וואס באקומען גרויס געלט.
די FBI פירט דורך אן אבלאווע אויף איינע פון די פאלשע דעי קעיר'ס.
(אין ראם, דער דזשורנאליסט ווייזט אן ווי לערנונג צענטער איז ניטאמאל גוט געספעלט)
קריסטי נאועם מעלדט אז אירע דזשאנדארן זענען איינגעשפאנט געווארן צו אויספארשן די שרעקליכע שווינדלערייען.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 1:12 pm
דורך חלום חלמתי
מיט ניסים איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן ווען א קאר מיט היימישע רייזענדע האט זיך איבערגעדרייעט נאך א שווערע גליטש, נעכטן נאכט אין ספרינג וועלי
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 1:14 pm
דורך חלום חלמתי
פוטין האט זיך היינט אינדערפרי פארבינדן מיט פרעזידענט טראמפ נאך דעם וואס ער טענה'ט אז אוקריינע האט דורכגעפירט אן אטאקע אויף זיין פריוואטע הייזקע.
פוטין סטראשעט ווילד אז די אטאקע קען נישט דורכגיין אומפארענפערטַ
אוקריינא לייקנט קאטאגאריש די גאנצע מעשה.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 1:18 pm
דורך חלום חלמתי
4 חדשים נאכדעם וואס מדנ"י האט אומגעברענגט די כאמאס ווארטזאגער האבן זיי אויפגענומען א נייעם רעדנער, וואס האט געמאכט א דראמאטישע סטעיטמענט ווי ער האט באשטעטיגט אז די פריעדיגע יושב ראש איז געשטארבן דורך די פיינד...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 6:39 pm
דורך חלום חלמתי
העסקן ר' מאיר צבי טויבער פון מאנסי - בעה"ב פון מעטרעקס ריעלטי - מיט שרעקעדיגע ציפערן איבער די מצב ביי אחב"י
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:12 pm
דורך חלום חלמתי
סאומהאו האלט די אמעריקאנע ציבור אז די רעפובליקאנע וועלן נישט באקומען א צווייטע שאנס צו אקאפירן קאנגרעס
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:13 pm
דורך חלום חלמתי
#מינעסאטע שווינדל יוסטיץ דעפארטמענט זאגט אז 98 מענטשן זענען שוין אנגעקלאגט געווארן אין פארבינדונג מיט די מינעסאטע שווינדלערייען.