בלאט 125 פון 155
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:48 pm
דורך שאינו יודע לשאול
הימל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 10:29 pm
חנן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 2:27 pm
Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:31 pm
unnamed (13).jpg
פארוואס קען מען נישט האלטן אפגעטיילט מענער אין פראנט און פרויען אין בעק?
בכלל, זייט ווען איז תערובות אויף א באס? כ'רעד ווען ס'איז נישט איבערגעפילט און מ'שטיפט זיך, אדער זיצן געמישט. מ'האט קיינמאל געזען אז ערליכע אידן זאלן האלטן אז מ'טאר נישט פארן מיט באסעס וואס זענען נישט אפגעטיילט צוליב תערובות. [צוליב שמירת עינים יא - ווי פארשטענדליך, אבער דאס איז נישט עפעס וואס מ'קען אסר'ן, נאר מ'קען מחמיר זיין פאר זיך פערזענליך.]
כ'פרעג ווייל כ'וויל באמת פארשטיין.
קוק אהער, די וועד ווייסט אביסל אינסייד מעשיות וואס קומט פאר אויף די באסעס ה"י, נישט אלעס קען מען שרייבן אויף א צעטל....
און טאקע צוליב די אלע מכשולות, איז יעצט דא ערענסטע פלענער צו אסר'ן בחורים און אינגעלייט צו פארן מיט די מאנרא/עקסעלענט באס נאך 8:30 אינדערפרי...
כפארשטיי אז דו ביסט סארקאסטיש, אבער ס'איז טאקע אן ערנסטער חסרון אין צניעות, די צושטופטקייט, די קולות... וכו'
מיין ב"ב פארציילט מיר אז זי איז געווען אויף א באס ווען א בחורל האט זיך ארויפגעשטופט, רופט זיך אן ערלטערע פרוי אן צו אים "בחור'ל, דיין טאטע וואלט דיר געלאזט דאווענען אין ווייבער שול?..." עכ"פ ס'איז נישט אויסגעשטעלט פאר א חסידישער בחור/יונגערמאן.
@חנן, זעט אויס דו ווייסט נישט די מצב אויף די ווילעדזש באסעס, אפילו אן די מענער שטייט מען דארט קעפ אויף קערידזשעס... דו וואלסט געלאזט דיין בחור פארן מיטן טרעין?.. נישטא קיין פראנט און בעק, די קערידזשעס גייען פון איין טיר, די מענטשן פון די אנדערע... ס'א מצב.
הגם טראנפארטאציע פאר מענער איז א וויכטיגע זאך, אבער די בריוו איז פארשטענדליך פאר ווער ס'קען די מציאות.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 3:36 am
דורך נישט קיין בהלה
מען דארף אבער א לעזונג, למעשה ניצן מענער און בחורים אויך די באס. אפשר מאכן אן עקסטערע באס רוט פאר מענער.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 10:23 am
דורך חכם עתיק
חכם עתיק האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 2:03 pm
חכם עתיק האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:45 am
חכם עתיק האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:43 am
unnamed (13) (1).jpg
צווישן אנדערע וועט אויפטרעטן מיט א דרשה הגה''צ גאב''ד סאטמאר מאנסי שליט''א
מי לה' אלי!
אלפי תושבי קרית יואל רבתי געשפאנט מיט התרגשות:
היסטארישער מעמד "קבלת פנים" פאר העכער 'הונדערט און פופציג' מוסרי נפש אין די ראמען פונעם גראנדיעזן "מסע חינוך הטהור"
ליל שישי וישב הבעל"ט
בשעה 9:00 בערב
ביהמ"ד הגדול והאדיר ווערט אהערגעשטעלט מיט די מאקסימום צאל זיץ פלעצער פון ברעג צו ברעג, צו אקאמאדירן די ערווארטעטע ציבור לאלפים, באזונדערע פלעצער ווערן דעזיגנירט פאר די פארי הקהילה, נדבנים חשובים מוקירי חינוך הטהור.
הערליכע בימת הכבוד ווערט אהערגעשטעלט צו זעצן בראש המעמד די הונדערטער מנהלי המוסדות בארה"ק, וואס זענען אונזער שטאלץ בהאי יומא כ"א כסלו.
רייכער פראגראם ווערט אהערגעשטעלט דורך די ראשי העסקנים צו פארזיכערן מאקסימום קידוש שם שמים.
סדר המעמד וועט געניט געפירט ווערן דורך פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' אברהם חיים ליפשיץ שליט"א מנהל רוחני בישיבתינו הק' וועלכע וועט אדרעסירן דעם ציבור לאלפים און אנפירן מיטן פראגראם.
הרה"ג ר' אליעזר ראזענטאהל שליט"א מנהל המוסד מנוחה וקדושה וועט אויפטרעטן מיט די דבר המנהלים און אפנהארציג אויסשמועסן די התפעלות וואס די מנהלים שפירן פון די סאטמארע חסידים און ארויסגיבן זייערע נסיונות הקשים וואס זיי מאכן מיט טאג טעגליך.
ווארימע דברי ברכה פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א לכל קהלא קדישא הדין און ארויסברענגען בשבח המנהלים.
אראטארישע אויפטריט פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א מיט משא המעמד דברים נלהבים בחובת השעה צו ארויסצייגן חיזוק והערצה פאר די מוסרי נפש און טוהן וואס מעגליך זיי ארויסצוהעלפן.
איינע מגדולי נדיבי מוקירי חינוך הטהור אין קרית יואל וועט אויפטרעטן מיט ווארימהארציגע דיבורים בגודל הזכות צו שטיצן די מנהלי המוסדות.
רייכע פאנעל מיט 'דריי מנהלים' וועלכע וועלן שילדערן די בלוט און שווייס וואס קאסט אפ די מסירות נפש'דיגע ארבעט פון יעדע מנהל באזונדער, די פילצאליגע מעשיות וואס זיי מאכן מיט ביים גיין נאך געלט, און נאך פילע אינטערעסאנטע נאטיצן.
בואו בהמוניכם!
קרית יואל וועט ארויסצייגן אין די מאסן אז חיזוק טהרת הקודש איז ביי אונז טייער און הייליג!
איש בל יעדר לקדש שם שמים!!!

- 68908.jpeg (297.49 KiB) געזען געווארן 1548 מאל

- unnamed (6).png (1020.74 KiB) געזען געווארן 1499 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 10:57 am
דורך דער תהלים איד
נעכטן נאכט האב איך אביסל קלארער מברר געווען וועגן די ווילעדזש באסעס, KJ טראנזיט.
די ווילידזש מצדם ארבעט כסדר צו פארברייטערן נאך און נאך, ווי יעדער זעט. די קאסטן פון פעיראל כהיום איז בערך 5 מיליאן דאלאר, ארום 1.5 מיליאן דעקט זיך פון די פאסאדזשירן, ארום 3 מיליאן קומט היינט צוטאג פון די רעגירונג (די קאונטי גיט עס, ס'קומט פון 3 מקורות: פעדעראל, סטעיט, און קאונטי בודזשעטן און פראגראמען). ס'בלייבט אויך א דעפיציט אויפ'ן ווילעדזש, און זיי צאלן עס.
יעצט, וויאזוי פארברייטערט מען עס? דורך אויפווייזן פאר די קאונטי וויפיל מענטשן ס'נוצן עס. די ווילידזש ציילט פאסאדזשירן, און עקסטער שיקט די קאונטי אראפ אינפעקטארס וואס פארן מיט, און קוקן צו מ'ציילט ערליך, און צו מ'האלט די באסעס גוט, וכו'. כהיום האלט עס ביי איבער מיליאן פאסאדזשירן א יאר! און דערפאר איז געלונגען א וואוט אין די קאונטי אז זיי מוזן צוצושטעלן נאך. מען בויט יעצט 16 נייע באסעס, אבער די געברויך דערפאר איז שוין באמת יעצט דא.
ס'איז יעצט אין באנוץ 34 באסעס קע"ה, 5 דערפון זענען אלטע אפגענוצטע וואס מ'דארף אוועקווארפן די ערשטע מעגליכקייט... (ס'קומט שוין פון עירפארט אפגענוצט), 5 מוז מען האבן ספעיר ווייל אייביג מאכט זיך אז א באס גייט ארויס פון דינסט פאר א וואך צוויי און כעת איז נישטא קיין ערזאצן און ס'איז כמעט אוממעגליך אזוי, און 6 גייט זיין צו פארברייטערן די נייערע רוט'ס.
סוי די ווילעדזש איז דא פאר א רעוואלוציע פון פובליק טראנספארטעישן, און מ'קען זאגן אז ס'איז א ערנסטע דורכברוך. ווי געזאגט ביי מיר אין שטוב נוצט מען עס כמעט טעגליך, ס'איז א נייע וועלט.
דא קומט אריין די נושא פון מענער. היות ס'איז דא באסעס פון 6 פארטאגס ביז 12 ביינאכט, אויטאמאטיש האט עס אנגעהויבן אפעלירן צו מענער אויך. בעיקר האט זיך עס אנגעהויבן ווען ס'האט זיך געעפנט שכונת ויואל משה, און דארט איז נישטא קיין געהעריגע וועג צו "כאפן א היטש", ממילא די בחורים און די כולל אינגעלייט האבן אנגעהויבן נוצן די טראנזיט. האט זיך אנגעהויבן א בקשה מ'זאל מאכן עפעס א סדר וועגן מענער און פרויען.
דער פראבלעם איז נאר אז ס'איז א שטאטישע זאך, און די שטאט גייט נישט צושטעלן קיין עקסטערע באסעס פאר מענער און פרויען. אפילו א מחיצה, אדער קאליר'ס וואס מ'האט געמאכט ביי רוח החיים פארק, איז גוט פאר א פארק וואס מ'האט געהאט א איינמאליגע גרענט. א באס סיסטעם וואס זיי דארף דעקן די פעיראל און האבן כסדר אינספעקטארס, זוכט נישט קיינער אז ס'זאל ווערן איין טאג אפגעשפארט, ומובן היא.
איי די מענער ווילן דאך אויך פארן?
איז מצד די ווילעדזש, זאלן מענער טאקע נאר פארן ווען ס'איז נישט פול. די עיקר צייטן ווען די אישו ווערט איז 10 און 6 אזייגער ווען כולל אינגעלייט נוצן עס, אדער פרייטאג ווען די בחורים האבן נישט קיין באסעס, און יומא דפגרא'ס. האט מען געמאכט א מיטינג ביים רבי'ן, מ'האט אויפגעברענגט צו מענער זאלן אפשר גיין פון די בעק טיר (מ'קען צולייגן א געלט מאשין ביי די בעק טיר), איז אבער די בעק טיר נישט אין די בעק נאר אינמיטן, און די פרויען פארנעמען אלעמאל מער ווי האלב. זאגן אז די מענער זאלן ארויפגיין אין פראנט און פרויען אין בעק, וועלן די פרויען נישט קענען ארויפקומען מיט קערעדזשעס (די בעק טיר האט עפעס סטעפס, איך האב עס אויך נישט ארויס גענוי אבער ביי די פראנט וואקן זיי ארויף מיט קערעדזש גראדערהייט, עפעס אזוי).
האט דער רבי געזאגט אז די פרויען מוזן בלייבן הונדערט פראצענט באקוועם, דער עיקר איז עס פאר זיי, וויבאלד זיי טארן נישט דרייוון, און זיי קענען אויך נישט כאפן א היטש. אז מענער קענען אויך מיטגיין איז גוט, אז נישט זאל עס בלייבן נאר פרויען.
ס'קען זיין אז אויב וועט דער כולל אנהייבן צושטעלן באסעס פאר די אינגעלייט (די קאלעדזש פראגראם קען עס אפשר צושטעלן פונקט ווי ביי די בחורים, כ'ווייס נישט), און מ'וועט טרעפן א לעזונג פאר בחורים ווען זיי האבן נישט קיין באסעס (אדער זאגן אז די באסעס זענען נישט פאר בחורים?) וועט אויטאמאטיש אלעס זיין מסודר, פונקט ווי אין גראסערי... ווילאנג ס'איז נישט קיין שטופעניש קען יעדער באשליסן צו ס'איז פאר אים אדער נישט. אבער דאס קען איך נישט זאגן.
איך האב געפרעגט צו ווען מען גייט למעשה אויסוואקסן די רוטס, און די קאונטי וועט שוין מוזן געבן דאפלט, 2 באסעס צו יעדע רוט, וועט מען יא קענען מאכן אומאפיציעל אז איין באס זאלן מענער נוצן און איינס פרויען, איז די תשובה אז ס'איז נישט עכט מעגליך, ווייל אפילו ס'ווערט פארדאפלט וועט עס נישט גיין אויטאמאטיש אלע רוטס נאר ס'וועט גיין איינגעטיילט נאר לויט ווי ביזי יענע רוט איז, און בכלל זענען פרויען אלעמאל די רוב ווייל ווי געזאגט זיי דרייוון נישט און כאפן נישט קיין היטשעס, ממילא איז בכלל נישט דא קיין לעגאלע און פראקטישע וועג דערפאר.
סוי, צו סאמערייזן, די ווילעדזש שטעלט צו די מאקסימום פון זייער זייט, אבער ס'איז א גאווערמענט זאך מיט אינספעקשאנס און מ'קען נישט מאכן קיין מחיצות וכו', ממילא קוקט מען בעיקר אויף די פרויען וואס האבן נישט קיין קארס און היטשעס, אבער מצד די ווילעדזש, מענער וואס ווילן קענען עס נוצן אין רואיגע צייטן ווען ס'איז נישט פול, מעגליך אז אויב וועט מען צושטעלן פאר כולל און לעזן די בחורים אישו וועלן עס מענער קענען מער נוצן, אבער כעת איז דא צייטן ווען ס'ווערט ממש א שטופעריי און דערפאר האט חומת העיר מודיע געווען אז מענער זאלן עס נישט נוצן בכלל נאר פרי פארטאגס און שפעט ביינאכט.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 11:47 am
דורך פארנומען
ווער האט זיך געגלייבט א יאר צוריק אז מען גייט היינט דארפן מסביר זיין פארוואס מענער קענען נישט גיין אויפן באס אין די ביזי שעות.. נישט לאנג צוריק האט מען נאך גערעדט אז מענער זאלן זיך נישט שעמען צו פארן מיטן באס.. אחוץ געציילטע אידן האט זיך קיינער נישט געפיהלט באקוועם, דריידט זיך א וועלט..
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 12:03 pm
דורך רעגנדיג
Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 3:41 pm
שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 3:19 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 3:15 pm
ס'איז נישט דא קיין עקסטערע באסעס.
מ'ארבייט טאקע העפטיג צו האבן מער. ס'שוין דא אפראוועלס און איך מיין אז מען בויט עס שוין.
פשיהא מען בויעט פרישע באסעס ספעציעל פאר דעם ווילעדזש?
די באסעס זענען קאסטעם מעד לויט די געברויך, אויסשטעל פון די גאסען, בערג, ...

Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:09 pm
דורך יאנטשי
@דער תהלים איד זייער שיין אראפגעלייגט מיט אלע פרטים. איין שאלה האב איך, צו איז מעגליך צו באשטעלן לכתחילה דאבל-דעקער באסעס ווי מען פירט זיך אין אסאך שטעט וואס האבן אסאך פאסאזשירן?
עס וועט העלפן פאר אפאר זאכן, מען וועט האבן ווייניגער באסעס אויפן ראוד פער פאסאזשיר, וואס דאס אליינס ברענגט גאר שטארק אראפ די קאסט פון פעיראל, מעינטענענס, גאז וכו'. אין די צייט וואס אינקאם גייט אלעמאל לויט די פאסאזשירן ווי איך פארשטיי. אין א זייטיגע בענעפיט וועט עס מסדר זיין די מענער פראבלעם.
איז אזא פלאן רעאליסטיש?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 3:08 pm
דורך דער תהלים איד
יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:09 pm
@דער תהלים איד זייער שיין אראפגעלייגט מיט אלע פרטים. איין שאלה האב איך, צו איז מעגליך צו באשטעלן לכתחילה דאבל-דעקער באסעס ווי מען פירט זיך אין אסאך שטעט וואס האבן אסאך פאסאזשירן?
עס וועט העלפן פאר אפאר זאכן, מען וועט האבן ווייניגער באסעס אויפן ראוד פער פאסאזשיר, וואס דאס אליינס ברענגט גאר שטארק אראפ די קאסט פון פעיראל, מעינטענענס, גאז וכו'. אין די צייט וואס אינקאם גייט אלעמאל לויט די פאסאזשירן ווי איך פארשטיי. אין א זייטיגע בענעפיט וועט עס מסדר זיין די מענער פראבלעם.
איז אזא פלאן רעאליסטיש?
גראדע אינטערסאנט, מ'האט שוין יא גערעדט דערפון.
דער פראבלעם פון דאבל דעקערס איז, ערשטנס אז אין קרית יואל האבן 70 פראצענט באנוצער קערידזשעס (עכ"פ איינער אין יעדע גרוםעס טראגט א קערידזש, למשל א מאמע מיט 2 טעכטער טראגט איינער א קערידזש) ממילא גייען אלע נישט גיין אויף א צווייטע שטאק.
זאת ועוד, אז דא רעדט מען נישט פון קיין סיטי וואס מ'זעצט זיך ארויף צו פארן לאנגע שטרעקעס, רוב רייזעס זענען גאר קורצע טריפס, און ס'איז זייער שווער פאר א מענטש זיך צו דארפן ארויפשלעפן צו די הייעך פאר די 4 מינוט.
מ'האט אויך געטראכט פון אקארדיען באסעס, די וואס זענען דאבל אין די לענג מיט אזא ראבער און ספרינגס אינדערמיט, פאר אזא פלאן דארף מען גאר ברייטע גאסן און צו מאכן ברייטע טורנס, דאס איז זייער נישט פאסיג פאר אונזערע גאסן.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 3:18 pm
דורך Glass
פאר די מענער רוט'ס קען מען ניצן די קליינע Dial-a-bus באסעס
די מענער האבן נישט קיין קערידזשעס
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 11:21 pm
דורך ראש חדשים
א מאסיווע פעטישאן קאמפיין ווי 60 פערצענט אייוואוינער שרייבן אונטער איז גענוג אז די קאונטי זאל צושטעלן באסעס פאר מענער?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 11:49 pm
דורך יאנטשי
ראש חדשים האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 22, 2024 11:21 pm
א מאסיווע פעטישאן קאמפיין ווי 60 פערצענט אייוואוינער שרייבן אונטער איז גענוג אז די קאונטי זאל צושטעלן באסעס פאר מענער?
ניין.
פונקט ווי דו פארשטייסט אז אפילו אלע חרדים אין ארץ הקודש וועלן אונטערשרייבן א פעטיציע קעגן די חוק הגיוס וועלן זיך די ציונים נישט ברעכן...
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 10:00 am
דורך חכם עתיק
► Show Spoiler
חכם עתיק האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 10:23 am
חכם עתיק האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 2:03 pm
חכם עתיק האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:45 am
צווישן אנדערע וועט אויפטרעטן מיט א דרשה הגה''צ גאב''ד סאטמאר מאנסי שליט''א
מי לה' אלי!
אלפי תושבי קרית יואל רבתי געשפאנט מיט התרגשות:
היסטארישער מעמד "קבלת פנים" פאר העכער 'הונדערט און פופציג' מוסרי נפש אין די ראמען פונעם גראנדיעזן "מסע חינוך הטהור"
ליל שישי וישב הבעל"ט
בשעה 9:00 בערב
ביהמ"ד הגדול והאדיר ווערט אהערגעשטעלט מיט די מאקסימום צאל זיץ פלעצער פון ברעג צו ברעג, צו אקאמאדירן די ערווארטעטע ציבור לאלפים, באזונדערע פלעצער ווערן דעזיגנירט פאר די פארי הקהילה, נדבנים חשובים מוקירי חינוך הטהור.
הערליכע בימת הכבוד ווערט אהערגעשטעלט צו זעצן בראש המעמד די הונדערטער מנהלי המוסדות בארה"ק, וואס זענען אונזער שטאלץ בהאי יומא כ"א כסלו.
רייכער פראגראם ווערט אהערגעשטעלט דורך די ראשי העסקנים צו פארזיכערן מאקסימום קידוש שם שמים.
סדר המעמד וועט געניט געפירט ווערן דורך פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' אברהם חיים ליפשיץ שליט"א מנהל רוחני בישיבתינו הק' וועלכע וועט אדרעסירן דעם ציבור לאלפים און אנפירן מיטן פראגראם.
הרה"ג ר' אליעזר ראזענטאהל שליט"א מנהל המוסד מנוחה וקדושה וועט אויפטרעטן מיט די דבר המנהלים און אפנהארציג אויסשמועסן די התפעלות וואס די מנהלים שפירן פון די סאטמארע חסידים און ארויסגיבן זייערע נסיונות הקשים וואס זיי מאכן מיט טאג טעגליך.
ווארימע דברי ברכה פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א לכל קהלא קדישא הדין און ארויסברענגען בשבח המנהלים.
אראטארישע אויפטריט פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א מיט משא המעמד דברים נלהבים בחובת השעה צו ארויסצייגן חיזוק והערצה פאר די מוסרי נפש און טוהן וואס מעגליך זיי ארויסצוהעלפן.
איינע מגדולי נדיבי מוקירי חינוך הטהור אין קרית יואל וועט אויפטרעטן מיט ווארימהארציגע דיבורים בגודל הזכות צו שטיצן די מנהלי המוסדות.
רייכע פאנעל מיט 'דריי מנהלים' וועלכע וועלן שילדערן די בלוט און שווייס וואס קאסט אפ די מסירות נפש'דיגע ארבעט פון יעדע מנהל באזונדער, די פילצאליגע מעשיות וואס זיי מאכן מיט ביים גיין נאך געלט, און נאך פילע אינטערעסאנטע נאטיצן.
בואו בהמוניכם!
קרית יואל וועט ארויסצייגן אין די מאסן אז חיזוק טהרת הקודש איז ביי אונז טייער און הייליג!
איש בל יעדר לקדש שם שמים!!!
68908.jpeg
unnamed (6).png
א לענגערע באריכט און א גאלעריע פון בילדער פונעם קב''פ אין ק''י
https://www.bechatzros.com/post/5678967-2

- f50a57_7491884492974c7d82c9bfba0cf44803~mv2.png (622.63 KiB) געזען געווארן 824 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 10:19 am
דורך Azoi Tzi Zugen
איך האב שוין געשריבן איינמאל ענליך און מען האט מיר דעמאלס געמעקט, איך רעספעקטיר די באווארנטקייט פון די סייט, אבער איך גיי עס דעיסמאל שרייבן מיט מער הסבר כדי מזאל פארשטיין אז איך מיין נישט צו טראלן קיינעם נאר ארויסצוברענגען א אמת'ע פוינט.
עס איז די סדר היינט אז מען מאכט פיש איי בילדער, מען ציט אויס, אזוי אז קוקנדיג אין די וואך מאגאזין קען מען מיינען אז קרעטשניף האט 800 חסידים ביים טיש. אא"וו. די בילדער קוקן אויס סאך בעסער ווי די מעמד אליינס פאר ווער עס איז דארט בשעת מעשה...
אבער. די בילדער פון די מהרי"י שול אין קרית יואל זענען אבער נעקסט לעוול געצויגן, בכלל נישט אין די רענדזש פון נאנט צו די מציאות. איך קוק פלעין אויף די 2 בילדער און אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וויפיל פיס די ברייט פון די שול איז, 30 פיס אדער 400 פיס?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:46 pm
דורך הימל
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 10:19 am
איך האב שוין געשריבן איינמאל ענליך און מען האט מיר דעמאלס געמעקט, איך רעספעקטיר די באווארנטקייט פון די סייט, אבער איך גיי עס דעיסמאל שרייבן מיט מער הסבר כדי מזאל פארשטיין אז איך מיין נישט צו טראלן קיינעם נאר ארויסצוברענגען א אמת'ע פוינט.
עס איז די סדר היינט אז מען מאכט פיש איי בילדער, מען ציט אויס, אזוי אז קוקנדיג אין די וואך מאגאזין קען מען מיינען אז קרעטשניף האט 800 חסידים ביים טיש. אא"וו. די בילדער קוקן אויס סאך בעסער ווי די מעמד אליינס פאר ווער עס איז דארט בשעת מעשה...
אבער. די בילדער פון די מהרי"י שול אין קרית יואל זענען אבער נעקסט לעוול געצויגן, בכלל נישט אין די רענדזש פון נאנט צו די מציאות. איך קוק פלעין אויף די 2 בילדער און אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וויפיל פיס די ברייט פון די שול איז, 30 פיס אדער 400 פיס?
אקעי, סא דיין רבי האט סך מער מענטשן.
פיין, יעצט קענסטו שוין זיין רואיג.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:04 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
@הימל הער אויף פליז. מען מעג אויסשמועסן א אינטערסאנטע מאדנע זאך וואס ציט די אויג צו אויפפאלנד. ווער נישט אזוי הייקל. עס קומט נישט דא אריין וועלכע קהלה/רבי עס האט מער מענטשן.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:09 pm
דורך הימל
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:04 pm
@הימל הער אויף פליז. מען מעג אויסשמועסן א אינטערסאנטע מאדנע זאך וואס ציט די אויג צו אויפפאלנד. ווער נישט אזוי הייקל. עס קומט נישט דא אריין וועלכע קהלה/רבי עס האט מער מענטשן.
רעדט קודם פון די אויסגעצויגענע בילדער אין וואָטער-פראָנט...
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:12 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
@הימל איך רעד נישט פון וואטערפראנט און אויך נישט בארקלעיס. ליין איבער וואס איך האב געשריבן. איך טשעפע דיר נישט, איך ברענג ארויס א נקודה און קוק עס מיט די אויגן. עס האט א גבול ווי פאלש א בילד מעג זיין. מאכן א זאך אויסזען 10 מאל די סייז איז נעקסט לעוול פארפירעריש. לעניית דעתי.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:13 pm
דורך א טויב
הימל האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:09 pm
► Show Spoiler
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:04 pm
@הימל הער אויף פליז. מען מעג אויסשמועסן א אינטערסאנטע מאדנע זאך וואס ציט די אויג צו אויפפאלנד. ווער נישט אזוי הייקל. עס קומט נישט דא אריין וועלכע קהלה/רבי עס האט מער מענטשן.
רעדט קודם פון די אויסגעצויגענע בילדער אין וואָטער-פראָנט...
אז מ'רעדט שוין. הער איך פון איינער וואס איז געווען ביי ביידע, אז ער איז גאנץ זיכער אז און בארקלעיס איז געווען מער מענטשן, ווי אין וואטער-פראנט.
וואס זאגסטו צו דעם ר'
@Azoi Tzi Zugen הע?...
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:52 pm
דורך דער תהלים איד
אן ערהאבן בילד יעצט אין די גאסן - אדער לופטן - אין קרית יואל

- DJI_0251.JPG (399.94 KiB) געזען געווארן 569 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 2:50 pm
דורך שבת קודש
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:12 pm
@הימל איך רעד נישט פון וואטערפראנט און אויך נישט בארקלעיס. ליין איבער וואס איך האב געשריבן. איך טשעפע דיר נישט, איך ברענג ארויס א נקודה און קוק עס מיט די אויגן. עס האט א גבול ווי פאלש א בילד מעג זיין. מאכן א זאך אויסזען 10 מאל די סייז איז נעקסט לעוול פארפירעריש. לעניית דעתי.
א בילד מיינט שוין לאנג נישט גארנישט פון קיין שום מקום וואס איז א נפק''מ וויפיל מאל, חוץ א גאר נאנטע בילד אפשר יא
די אויסדרוק 'א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער' האט שוין לאנג עקספייערט עס רעדט שוין נישט 'קיין איין ווארט'
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 2:59 pm
דורך יאנטשי
@Azoi Tzi Zugen איך זעה נישט דיין ציל מיטן 'אויפווייזן' אז די בילדער פון די אדער יענע מעמד זענען געפאשקעט, קענסט אריינגיין אין בחצרות און אנהייבן צונעמען בילד נאך בילד.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 3:00 pm
דורך Glass

- unnamed (15).jpg (215.97 KiB) געזען געווארן 459 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 3:12 pm
דורך שבת קודש
א טויב האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:13 pm
הימל האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:09 pm
► Show Spoiler
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:04 pm
@הימל הער אויף פליז. מען מעג אויסשמועסן א אינטערסאנטע מאדנע זאך וואס ציט די אויג צו אויפפאלנד. ווער נישט אזוי הייקל. עס קומט נישט דא אריין וועלכע קהלה/רבי עס האט מער מענטשן.
רעדט קודם פון די אויסגעצויגענע בילדער אין וואָטער-פראָנט...
אז מ'רעדט שוין. הער איך פון איינער וואס איז געווען ביי ביידע, אז ער איז גאנץ זיכער אז און בארקלעיס איז געווען מער מענטשן, ווי אין וואטער-פראנט.
וואס זאגסטו צו דעם ר' @Azoi Tzi Zugen הע?...
איך בין נישט געווען ביי קיין איינס נישט
איך שטעל מיך פאר אז דו פארגלייכסט נישט א יערליכע כ''א כסליו מסיבה צו א היסטארישער כינוס וואס מען גרייט זיך שוין פאר דעם א האלבע יאר
פאלגענד איז א פאריעריגער אנקעטע
viewtopic.php?t=1076
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 3:41 pm
דורך דער תהלים איד
Glass האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 3:00 pm
unnamed (15).jpg
אט אזוי. דאס איז גאר געוואונטשן.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 3:44 pm
דורך חכם עתיק
געדענקט איינער ווען די רבי שליט''א מהר''א האט געהאלטן די פתיחה דרשה פאר די ישיבה גדולה אין ביהמ''ד ישמח משה?