בלאט 122 פון 198

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:41 pm
דורך דעת קדשי
לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:34 pm
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:33 pm א שטיק ליגענט די מעסעדזש.
איך האב עס אויך נישט געגלייבט דעריבער האב איך עס וועריפייד מיט די אדמיניסטראטאר
אדמיניסטראטאר פון וועלעכע מוסד?
אישי איז אויך גוט

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:41 pm
דורך לייבל פריש
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:39 pm
לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:34 pm
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:33 pm א שטיק ליגענט די מעסעדזש.
איך האב עס אויך נישט געגלייבט דעריבער האב איך עס וועריפייד מיט די אדמיניסטראטאר
איך קען שוין דיינע וועריפעקעישענס.....

סאיז געווען א אויסטויש צוווישן מלמד און שטערן, יעדער אינקלודינג די לויער און אלע אנדערע אדמינעסטרעטערס זענען געווען אויף די זייט פון שטערן.

צוויבל האט קיינמאל נישט געזאגט דאס וואס שטייט דא
אה מודה בקצת שוין זיכער...

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:42 pm
דורך מאראנצן זאפט
שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:39 pm
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:01 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 8:50 pm
איך ווייס נאך נישט ווער ס'איז געווען און וואס ס'איז געווען דארט, אבער די סטעיטמענט אז א באטייליגונג פון אדמינעסטראטארען דעמאנסטירט די פולע טראסט איז מאדנע.
אז מ'ערשיינט צו אן געלאדענטע אסיפה מיינט דאס אז איך האב איבערגעגעבן מיין פולע טראסט?

דאס יא, אז דו דארפסט שוין ארויסברענגען די טראסט אישוס איז א גוטע צייכן אז זיי פילן אז די ערד וואקלט אונטער זיי
דעיס אז 'איך' ברענג ארויס מיינט אז 'זיי' פילן אז די ערד וואקעלט זיך?

זיי דיך מסביר
'דו פארטרעטסט דאך 'זיי'... עכ"פ דא
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:36 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 8:50 pm
איך ווייס נאך נישט ווער ס'איז געווען און וואס ס'איז געווען דארט, אבער די סטעיטמענט אז א באטייליגונג פון אדמינעסטראטארען דעמאנסטירט די פולע טראסט איז מאדנע.
אז מ'ערשיינט צו אן געלאדענטע אסיפה מיינט דאס אז איך האב איבערגעגעבן מיין פולע טראסט?
יא, אין מיי אפיניאן אויב נאכן משוגע מאכן יעדעם איינעם אז פערל"ס מאכט נאר חרוב לעגאל און יעדער קומט ווייטער אויסהערן און איז גרייט מיטצוארבעטן ווייזט דאס אויף טראסט.
אין מיין אפיניאן ווייט נישט
איך פארטרעט זיי נישט.... איינער וואס שרייבט אויף אידטיש מעגסטו גלייבן אז ער פארטרעט זיי נישט...

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:42 pm
דורך מאראנצן זאפט
לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:41 pm
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:39 pm
לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:34 pm

איך האב עס אויך נישט געגלייבט דעריבער האב איך עס וועריפייד מיט די אדמיניסטראטאר
איך קען שוין דיינע וועריפעקעישענס.....

סאיז געווען א אויסטויש צוווישן מלמד און שטערן, יעדער אינקלודינג די לויער און אלע אנדערע אדמינעסטרעטערס זענען געווען אויף די זייט פון שטערן.

צוויבל האט קיינמאל נישט געזאגט דאס וואס שטייט דא
אה מודה בקצת שוין זיכער...
נו איז וואס?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:49 pm
דורך לייבל פריש
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:42 pm
לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:41 pm
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:39 pm
איך קען שוין דיינע וועריפעקעישענס.....

סאיז געווען א אויסטויש צוווישן מלמד און שטערן, יעדער אינקלודינג די לויער און אלע אנדערע אדמינעסטרעטערס זענען געווען אויף די זייט פון שטערן.

צוויבל האט קיינמאל נישט געזאגט דאס וואס שטייט דא
אה מודה בקצת שוין זיכער...
נו איז וואס?
גארנישט קענסט עס לאזן ביי די מודעה הנ"ל וזהו
חוץ אז פערלס באצאלט דיר יא צו שרייבן איבער נאכט דאן שטיי ווייטער על המשמר..

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:51 pm
דורך נפתלי
איך האב געמיינט אז עס איז געווען א אסיפה פון אלע רבנים.... און דאס ווייזט אויף טראסט, אבער אדמיניסטראטארן??? אתמהה

והשנית, איך האב פראזענדליך מברר געווען ביי א אנוועזענדער, עס האט נישט געהאט קיין שום ממשות, נאר בלויז PR און א כאפן א פיקטשער, און יא, שמואל מרדכי שטערן האט געזאגט אז אלעס איז דמיונות חלומות און די לויער האט מודה געווען אז עס איז נישט אמת

ועוד ועוד.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:51 pm
דורך מאראנצן זאפט
לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:49 pm
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:42 pm
לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:41 pm

אה מודה בקצת שוין זיכער...
נו איז וואס?
גארנישט קענסט עס לאזן ביי די מודעה הנ"ל וזהו
חוץ אז פערלס באצאלט דיר יא צו שרייבן איבער נאכט דאן שטיי ווייטער על המשמר..
בלא בלא בלא...

איך לאז עס נישט ביי מודעה הנ"ל וואס איז א שטיק ליגענט.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:54 pm
דורך מאראנצן זאפט
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:51 pm איך האב געמיינט אז עס איז געווען א אסיפה פון אלע רבנים.... און דאס ווייזט אויף טראסט, אבער אדמיניסטראטארן??? אתמהה

והשנית, איך האב פראזענדליך מברר געווען ביי א אנוועזענדער, עס האט נישט געהאט קיין שום ממשות, נאר בלויז PR און א כאפן א פיקטשער, און יא, שמואל מרדכי שטערן האט געזאגט אז אלעס איז דמיונות חלומות און די לויער האט מודה געווען אז עס איז נישט אמת

ועוד ועוד.
איך פארשטיי נישט דיין פליאה.

די קלעים אז סאיז פאר א פיקטשער וועט קענען מאכן סענס אויב די פיקטשערס וועט זיין אין דער איד און אין שאפערס רוט

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:02 pm
דורך נפתלי
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:54 pm

נע איך זעה דו פארשטייסט נישט צו PR.... עס איז גענוג אז @מאראנצן זאפט זאל עס קענען נאכשרייבן מיט א קעלבערנע התפעלות.

אגב, 5 מינוט נאך די אסיפה האט מען עס שוין געשיקט מיט JDN

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:23 pm
דורך מאראנצן זאפט
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:02 pm

האסט די לינק צו JDN?

וואס איז געווען די טיימינג פון די אסיפה?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:42 pm
דורך נפתלי
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:23 pm

יעצט קען די שמועס לויפן בערך אזוי
@נפתלי
גערעכט עס איז געווען 7 און א האלב מינוט נאכן אסיפה
@מאראנצן זאפט
אה קודם ביסטו א מודה במקצת
@נפתלי
יא נצחתני זיבן און א האלב מינוט
@מאראנצן זאפט
יא, און אזוי זענען אלע דיינע באריכטן באזירט אויף פאלטשע אינפארמאציע צו פארטושן די מוחות
@נפתלי
יא כך דרכך צו פארדרייען די שמועס צו עפעס א אונטער טירל

וכו' וכו'

איך האב דיר נאר געוואלט געבן א קליינע טעימה וויאזוי טראלעריי ארבעט

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:05 pm
דורך מאראנצן זאפט
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:42 pm

השמע לאזנך מה שאתה מוצא מפיך

האסט אפשר די לינק? יישר כח

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:12 pm
דורך נפתלי
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:05 pm

איך האב באקומען די באריכט פון עמיצער, מיט א פיקטשער און JDN זיגל, אבער איך האלט נישט ביים העלפן פערלס אין זייער פראפאגאנדע לייג איך עס נישט ארויף.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:13 pm
דורך מאראנצן זאפט
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:12 pm
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:05 pm
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:42 pm
יעצט קען די שמועס לויפן בערך אזוי
@נפתלי
גערעכט עס איז געווען 7 און א האלב מינוט נאכן אסיפה
@מאראנצן זאפט
אה קודם ביסטו א מודה במקצת
@נפתלי
יא נצחתני זיבן און א האלב מינוט
@מאראנצן זאפט
יא, און אזוי זענען אלע דיינע באריכטן באזירט אויף פאלטשע אינפארמאציע צו פארטושן די מוחות
@נפתלי
יא כך דרכך צו פארדרייען די שמועס צו עפעס א אונטער טירל

וכו' וכו'

איך האב דיר נאר געוואלט געבן א קליינע טעימה וויאזוי טראלעריי ארבעט
השמע לאזנך מה שאתה מוצא מפיך

האסט אפשר די לינק? יישר כח
איך האב באקומען די באריכט פון עמיצער, מיט א פיקטשער און JDN זיגל, אבער איך האלט נישט ביים העלפן פערלס אין זייער פראפאגאנדע לייג איך עס נישט ארויף.
אה געוואלדיג....

שיק ביטע אין אישי, אדאנק

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:16 pm
דורך חיים יוסף
נפתלי מיט זיינע פרינציפן,... העל איך לייגן

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:17 pm
דורך מאראנצן זאפט
שכח. זייער שיין.....

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:18 pm
דורך נפתלי
חיים יוסף האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:16 pm נפתלי מיט זיינע פרינציפן,... העל איך לייגן
@חיים יוסף אמת עס איז געווען הערשט געווען 7 און האלב מינוט נאכן אסיפה???

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:33 pm
דורך חצקל משמש
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:18 pm
חיים יוסף האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:16 pm נפתלי מיט זיינע פרינציפן,... העל איך לייגן
@חיים יוסף אמת עס איז געווען הערשט געווען 7 און האלב מינוט נאכן אסיפה???
ביטע...

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:21 am
דורך לייבל פריש
לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:19 pm FWD:

*נדברו איש אל רעהו*

היינט האט די אגודה אינאיינעם מיט פערלס פארופן א פרישע מיטינג מיט אלע אדמיניסטרעיטארס, זיך איבערצובעטן מיט די מוסדות נאך די שרעקליכע פרעשור און אנטריסונג ארום די פעטוועיס, וועלנדיג פרובירן אנהייבן א נייע בלאט.

ר' חיים דוד צוויבל האט צוערשט אויפגעטרעטן אז די אגודה האט קיינמאל נישט גענומען קיין שום שטעלונג אדער געהאט א אינטערעסע אז מען זאל נעמען פעטוועיס, און יעדער וואס האט געטון וויאזוי זיינע רבנים האבן געהייסן האט גוט געטון, און ער האט קלאר צוגדעלייגט אז "לויט ווי די מציאות ווייזט וועט גארנישט געשען מיט אלע וואס האבן נישט גענומען א פעטוועי", זאגנדיג אז אפילו די ישיבה קטנה'ס (היי סקול) האבן אויך נישט געדארפט ענטפערן לויט די מהלך וואס מ'פלאנט צו גיין ווייטער אין געריכט דורך נוצן א פרעצעדענט פון די עמיש מענטשן, וואס דארפן בכלל נישט אויפווייזן אויב זיי זענען אקוויווילענט.

ער האט אויך צולייגט די גזירה זייער שארף, זאגנדיג אז אויב זאל מען דארפו לערנען אלע סובדזשעקטס וועט עס מיינען אננעמען אלע לימודים פון דיעות כוזבות וכו'.

דא האט זיך אנגערופן ר' שמואל מרדכי שטערן פון UJO/פערלס (וואס איז געקומען אנשטאט ר' משה דוד נידערמאן), אז ס'איז וויכטיג קלאר צו מאכן אז דאס וואס מ'וויל אביסל פארבעסערן די לימודים ס'זאל נאכקומען די פארלאנגען רעדט מען נישט פון קיין שום כפירה וכדומה, נאר אלעס וואס די לעצטע גיידליינס פארלאנגט זענען גאר קליינע זאכן וואס א חלק דערפון האט מען אלס געלערנט, און די קאריקולעם איז נישט עפעס צו זיין באזארגט דערוועגן.

דא האט איין אדמיניסטרעיטאר פון בארא פארק זיך אויפגעשטעלט, און געזאגט אז ער האט דא א סתירה, און ער וויל אז די "אגודה" לויער (דאס איז נישט אבי שיק פון פערלס, נאר אבי וויינשטאק לויער פון אגודה) וואס איז אנוועזנד זאל קלאר מאכן די מציאות.

האט ער געפרעגט אז לויט רח"ד צוויבל קומט אויס אז סובסטענשל עקוויווילענט מיינט לערנען לימודי כפירה, משא"כ שטערן זאגט אז נישט. און יענער לייגט צו "איך האב אליינס געליינט די געזעצן און ס'קומט אויס אז אונז גיי מיר דארפן לערנען אלעס וואס מ'לערט אין פובליק סקול, אויב נישט גלייך, איז עס נאך א יאר צוויי".

האט דער לויער זיך אנגערופן אז יא, ער איז גערעכט, הגם ס'נישטא קיין געזעץ אז מ'מוז נוצן די קאריקולעם פון די רעגירונג, מ'קען אנהייבן בויען א אייגענע קאריקולעם, אבער ס'נישטא קיין וועג צו צווינגען די סטעיט צו אפראוון אונזער קאריקולעם אויב זיי ווילן נישט, און אויב וועט מען נישט דארפן לערנען די גאנצע פון יעדע לימוד, וועט מען כאטש דארפן האלב, און מ'קען נישט זיין רואיג.

דא האט זיך יענער אדמיניסטרעיטאר אנגערופן: אויב אזוי, לאמיר אלע זיין קלאר. 10 יאר צוריק האט קיינער נישט גערעדט בכלל פון עקוויווילענט. די איינציגסטע סיבה פארוואס יעצט יא, איז ווייל ס'דא א מסור, מאסטער און יאפעד. יא? יעדער אגריט?

יא. קלאר.

פרעגט ער ווייטער, יעצט אויב האט מאסטער געזען אז אזויפיל מוסדות שטעלן זיך צו ביים דעדליין דזשענוערי 6, גיט דאס אים נישט קיין פעסטן אפעטיט צו גיין ווייטער?!...

דא איז שוין געווארן אביסל שאקלדיג אין זאל... און דער לויער האט געענטפערט אז ווייסטעך, ווי נישט ווי האלט מען נאכנישט ביים ענדע פון די מלחמה, דאס איז נאר געווען עפעס יעצט אויפן מינוט, וכו'. האט יענער געזאגט יא, איך זאג אויך נישט אז יעצט לערנט מען שוין כפירה, איך וויל אבער א הודאה אז די וואס האבן נישט גענומען א פעטוועי האבן געמאכט א בעסערע החלטה נישט צו געבן געזאלין פאר די גזירה וואס גייט דערווייל אין א נישט גוטע ריכטונג.

דער לויער האט געזאגט "יא האסט א פוינט"... און דא האט זיך די אסיפה געשלאסן.
האבעך יעצט געהרט פון נאך א מקור אז כנים הדברים הנ"ל

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:21 am
דורך פשוטער איד
חיים יוסף האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:16 pm נפתלי מיט זיינע פרינציפן,... העל איך לייגן
דא שטייט אז נאר פון ב"פ איז געווען, נישט ווי געשריבן אויבן אלע מוסדות

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:52 am
דורך פרייליך
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:51 pm איך האב געמיינט אז עס איז געווען א אסיפה פון אלע רבנים.... און דאס ווייזט אויף טראסט, אבער אדמיניסטראטארן??? אתמהה
די אדמינסטראטארען זענען די שלוחים און פירן אויס אלע החלטות מטעם רבני המוסדות,
דערווייל זענען זיי די איינציגסטע פארטרעטער אינערהאלב די מוסדות החינוך געשטעלט דורך די רבנים וויאזוי און ווי צו אומגיין.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:39 am
דורך שמייכלדיג
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:42 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:39 pm
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:01 pm
דעיס אז 'איך' ברענג ארויס מיינט אז 'זיי' פילן אז די ערד וואקעלט זיך?

זיי דיך מסביר
'דו פארטרעטסט דאך 'זיי'... עכ"פ דא
מאראנצן זאפט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:36 pm
יא, אין מיי אפיניאן אויב נאכן משוגע מאכן יעדעם איינעם אז פערל"ס מאכט נאר חרוב לעגאל און יעדער קומט ווייטער אויסהערן און איז גרייט מיטצוארבעטן ווייזט דאס אויף טראסט.
אין מיין אפיניאן ווייט נישט
איך פארטרעט זיי נישט.... איינער וואס שרייבט אויף אידטיש מעגסטו גלייבן אז ער פארטרעט זיי נישט...
פארוואס נישט?

איך האלט נישט פון פערלס אזוי גרויס, און פון אידטיש אזוי קליין, אז ס'זאל נישט קענען געמאלט זיין...

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:22 am
דורך צווייטער
ממש איך קען עס נישט גלייבן

די אגודה ממילא, אפילו ער פארשטייט יא וואס די עכטע גזירה איז, אבער זיי האבן זיך זייערע מהלכים וויאזוי זיך צו שלאגן מיט די רעגירונג, אזויווי זיי טוען אויך אין ארץ ישראל.

אבער סאטמאר וואס האט בעצם אינגאנצן אנדערע מהלכים מיסודו, פארוואס מוז ער זיך שלאגן 'דוקא צו פארוואסערן די גזירה', עה, ער מיינט נישט דאס, ס'איז גארנישט, וכו' וכו'?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:52 am
דורך קאץ און מויז
לייבל פריש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:21 am
לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:19 pm FWD:

*נדברו איש אל רעהו*

היינט האט די אגודה אינאיינעם מיט פערלס פארופן א פרישע מיטינג מיט אלע אדמיניסטרעיטארס, זיך איבערצובעטן מיט די מוסדות נאך די שרעקליכע פרעשור און אנטריסונג ארום די פעטוועיס, וועלנדיג פרובירן אנהייבן א נייע בלאט.

ר' חיים דוד צוויבל האט צוערשט אויפגעטרעטן אז די אגודה האט קיינמאל נישט גענומען קיין שום שטעלונג אדער געהאט א אינטערעסע אז מען זאל נעמען פעטוועיס, און יעדער וואס האט געטון וויאזוי זיינע רבנים האבן געהייסן האט גוט געטון, און ער האט קלאר צוגדעלייגט אז "לויט ווי די מציאות ווייזט וועט גארנישט געשען מיט אלע וואס האבן נישט גענומען א פעטוועי", זאגנדיג אז אפילו די ישיבה קטנה'ס (היי סקול) האבן אויך נישט געדארפט ענטפערן לויט די מהלך וואס מ'פלאנט צו גיין ווייטער אין געריכט דורך נוצן א פרעצעדענט פון די עמיש מענטשן, וואס דארפן בכלל נישט אויפווייזן אויב זיי זענען אקוויווילענט.

ער האט אויך צולייגט די גזירה זייער שארף, זאגנדיג אז אויב זאל מען דארפו לערנען אלע סובדזשעקטס וועט עס מיינען אננעמען אלע לימודים פון דיעות כוזבות וכו'.

דא האט זיך אנגערופן ר' שמואל מרדכי שטערן פון UJO/פערלס (וואס איז געקומען אנשטאט ר' משה דוד נידערמאן), אז ס'איז וויכטיג קלאר צו מאכן אז דאס וואס מ'וויל אביסל פארבעסערן די לימודים ס'זאל נאכקומען די פארלאנגען רעדט מען נישט פון קיין שום כפירה וכדומה, נאר אלעס וואס די לעצטע גיידליינס פארלאנגט זענען גאר קליינע זאכן וואס א חלק דערפון האט מען אלס געלערנט, און די קאריקולעם איז נישט עפעס צו זיין באזארגט דערוועגן.

דא האט איין אדמיניסטרעיטאר פון בארא פארק זיך אויפגעשטעלט, און געזאגט אז ער האט דא א סתירה, און ער וויל אז די "אגודה" לויער (דאס איז נישט אבי שיק פון פערלס, נאר אבי וויינשטאק לויער פון אגודה) וואס איז אנוועזנד זאל קלאר מאכן די מציאות.

האט ער געפרעגט אז לויט רח"ד צוויבל קומט אויס אז סובסטענשל עקוויווילענט מיינט לערנען לימודי כפירה, משא"כ שטערן זאגט אז נישט. און יענער לייגט צו "איך האב אליינס געליינט די געזעצן און ס'קומט אויס אז אונז גיי מיר דארפן לערנען אלעס וואס מ'לערט אין פובליק סקול, אויב נישט גלייך, איז עס נאך א יאר צוויי".

האט דער לויער זיך אנגערופן אז יא, ער איז גערעכט, הגם ס'נישטא קיין געזעץ אז מ'מוז נוצן די קאריקולעם פון די רעגירונג, מ'קען אנהייבן בויען א אייגענע קאריקולעם, אבער ס'נישטא קיין וועג צו צווינגען די סטעיט צו אפראוון אונזער קאריקולעם אויב זיי ווילן נישט, און אויב וועט מען נישט דארפן לערנען די גאנצע פון יעדע לימוד, וועט מען כאטש דארפן האלב, און מ'קען נישט זיין רואיג.

דא האט זיך יענער אדמיניסטרעיטאר אנגערופן: אויב אזוי, לאמיר אלע זיין קלאר. 10 יאר צוריק האט קיינער נישט גערעדט בכלל פון עקוויווילענט. די איינציגסטע סיבה פארוואס יעצט יא, איז ווייל ס'דא א מסור, מאסטער און יאפעד. יא? יעדער אגריט?

יא. קלאר.

פרעגט ער ווייטער, יעצט אויב האט מאסטער געזען אז אזויפיל מוסדות שטעלן זיך צו ביים דעדליין דזשענוערי 6, גיט דאס אים נישט קיין פעסטן אפעטיט צו גיין ווייטער?!...

דא איז שוין געווארן אביסל שאקלדיג אין זאל... און דער לויער האט געענטפערט אז ווייסטעך, ווי נישט ווי האלט מען נאכנישט ביים ענדע פון די מלחמה, דאס איז נאר געווען עפעס יעצט אויפן מינוט, וכו'. האט יענער געזאגט יא, איך זאג אויך נישט אז יעצט לערנט מען שוין כפירה, איך וויל אבער א הודאה אז די וואס האבן נישט גענומען א פעטוועי האבן געמאכט א בעסערע החלטה נישט צו געבן געזאלין פאר די גזירה וואס גייט דערווייל אין א נישט גוטע ריכטונג.

דער לויער האט געזאגט "יא האסט א פוינט"... און דא האט זיך די אסיפה געשלאסן.
האבעך יעצט געהרט פון נאך א מקור אז כנים הדברים הנ"ל
קענסט מיר אנווייזן אויף די בילדער ווי די זעהסט דא א צווייטע לויער?!
פאר מען באקט עפעס דארף עס שטומען

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:54 am
דורך יום טוב
קאץ און מויז האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:52 am

א שטארקע פירכא , איך מיין עס איז שוין כמעט עדים זוממין :lol:
דערמאנט מיר די שטארקע פירכא איבער די אסיפה פון באבוב 45 וואס איז געשטאנען אז עס איז געווען אויפן טעלעפאן פון אריזאנא און למעשה איז עס געווען לאקאל