בלאט 122 פון 143
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 6:03 pm
דורך דער תהלים איד
Monroe on scene האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 1:51 pm
די הייזער פון 300 דאלאר תקנות פרייז ווערט שוין עכט
שכינת ויואל משה האט ארויסגעלייגט פיקשערס מזעט אז די נייע הייזער בויען זיך שנעל
מגיסט פרישע פענדעישנס און אפאר בילדינגס פרעימט מען שוין
סדארף צו זיין רעדי צו מופן אין א יאר א האלב
זייער פריידיג צו זען.
אינטערסאנט צוצולייגן אז די דירות האבן שוין אויך רעדי סוער און וואסער אינפראסטרוקטור געצויגן, און רעדי סוער פערמיטס פון די קאונטי.
סוי ס'איז טאקע א נאנטע פאקט בעז"ה.
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 26, 2025 9:20 am
דורך דער תהלים איד
נעכטן איז געווען א גרויסער טאג...
מען האט אנגעהויבן עקטשולי נעמען דעפאזיטס פאר
"מאונטעין רידזש", פאר די ערשטע "200 דירות" וואס מ'וועט בויען (אינפראסטרוקטור ארבעט גייט שוין אן פעסט).
אלע 3 בראוקער פירמעס האבן געשיקט נעכטן אימעילס פאר אלע וואס זענען ארויף אויפ'ן ליסט זייט די סאטמארק שאו, און געמאלדן אז מ'קען שוין געבן דעפאזיטס, און ס'האט זיך אנגעהויבן א גרויסע טרעפיק.
די סקעדזשול איז אזוי:
יעצט איז נאכנישט דא די דיטעילד פלענס פאר די הייזער, ממילא נעמט מען נאכנישט די גאנצע דעפאזיט, נאר דו וועלסט אויס דיין סייז דירה און די שטאק און דיין דעפאזיט איז
"טראסט"בארע... $50,000, וואס פאר דעם איז זיך דער מוכר מתחייב דיר צוצושטעלן א דירה פאר $300 א סקווער פיס, אויב דו וועסט געבן די איבריגע דעפאזיט.
ווען די פיינעל בילדינג פלענס וןוערן גרייט האט יעדער 30 טעג צו ברענגען די איבריגע דעפאזיט. אויב ער קען נישט באקומט ער צוריק זיין פופציגער.
די איבריגע דעפאזיט וועט זיין:
פאר ערשטע 2 שטאק נאך $75,000, פאר אויבערשטע שטאקן נאך $50,000, פאר א בעיסמענט דירה נאך 25,000.
דא איז די
סייט פלען:

- Mountain Ridge SP.jpg (158.59 KiB) געזען געווארן 1712 מאל
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:28 pm
דורך Glass
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 4:53 pm
פרישע פרייליכע נייעס אויפ'ן קרית יואל דירות מארקעט!
די באקאנטע טראסטפולע "אפסקעיל דעוועלאפערס" (הנגידים החשובים ר' עקיבא הערש קליין ושותפו ר' מאיר יעקב אינדיג)
האבן אנגעהויבן די ארבעט אהערצושטעלן
900 הערליכע דירות
פאר $300 א סקווער פיס, אויפ'ן נייעם "מאונטעין רידש" פראיעקט (אויבן מאונטעין ראוד, נעבן קארלסבורג).
פון די סייט פלען זעט אויס ווי ס'גייט זיין בערך 500 דירות
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:35 pm
דורך Glass
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 9:20 am
דא איז די
סייט פלען:
Mountain Ridge SP.jpg
איז דעיס די פיינעל סייט פלען?
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 26, 2025 1:18 pm
דורך ארבעט זאנע
Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:28 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 4:53 pm
פרישע פרייליכע נייעס אויפ'ן קרית יואל דירות מארקעט!
די באקאנטע טראסטפולע "אפסקעיל דעוועלאפערס" (הנגידים החשובים ר' עקיבא הערש קליין ושותפו ר' מאיר יעקב אינדיג)
האבן אנגעהויבן די ארבעט אהערצושטעלן
900 הערליכע דירות
פאר $300 א סקווער פיס, אויפ'ן נייעם "מאונטעין רידש" פראיעקט (אויבן מאונטעין ראוד, נעבן קארלסבורג).
פון די סייט פלען זעט אויס ווי ס'גייט זיין בערך 500 דירות
עס איז מיר טאקע אינטערעסאנט,
איך האב דאס אויסגערעכנט, עס איז דא 520 דירות
@דער תהלים איד ביטע אויסקלארן צו דאס איז טאקע די פיינעל.
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 26, 2025 2:32 pm
דורך דער תהלים איד
ארבעט זאנע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 1:18 pm
Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:28 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 4:53 pm
פרישע פרייליכע נייעס אויפ'ן קרית יואל דירות מארקעט!
די באקאנטע טראסטפולע "אפסקעיל דעוועלאפערס" (הנגידים החשובים ר' עקיבא הערש קליין ושותפו ר' מאיר יעקב אינדיג)
האבן אנגעהויבן די ארבעט אהערצושטעלן
900 הערליכע דירות
פאר $300 א סקווער פיס, אויפ'ן נייעם "מאונטעין רידש" פראיעקט (אויבן מאונטעין ראוד, נעבן קארלסבורג).
פון די סייט פלען זעט אויס ווי ס'גייט זיין בערך 500 דירות
עס איז מיר טאקע אינטערעסאנט,
איך האב דאס אויסגערעכנט, עס איז דא 520 דירות
@דער תהלים איד ביטע אויסקלארן צו דאס איז טאקע די פיינעל.
ס'איז נישט אינגאנצן פיינעל, פון פארשידענע אספעקטן.
די פרייוועט לאט'ס איז דא א גרויסע חלק וואס האבן זיך ארויסגעצויגן און ס'גייט דארט זיין נאך געהעריגע דירות. אבער דאס דארף מען פיינעלייזן מיט יעדן באזונדער.
(פונקטליך וויפיל דירות ס'גייט זיין אחרי ככלות הכל ווייס איך נישט גענוי און כ'כאפ נישט צו וואס ס'איז דא נוגע. יעצט פארקויפט ער די ערשטע 200 דירות).
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 26, 2025 2:40 pm
דורך Glass
א יעדע בילדינג האט 30 דירות און ס'האט נאר 22/25 פארקינג ספאטס
אויך זעט אויס ווי די בעק-אין פארקינג'ס אויף די ראד גייט בלאקירן די סייד וואלק

- Screenshot 2025-06-26 144347.png (38.67 KiB) געזען געווארן 1399 מאל
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 26, 2025 2:44 pm
דורך דער תהלים איד
Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 2:40 pm
א יעדע בילדינג האט 30 דירות און ס'האט נאר 22/25 פארקינג ספאטס
אויך זעט אויס ווי די בעק-אין פארקינג'ס אויף די ראד גייט בלאקירן די סייד וואלק
1) איך געדענק נישט אויסנווייניג די מהלך פונעם פארקינג געזעץ, אבער דיין נומער מאכט סענס. זינט נישט יעדער האט א קאר.
2) וואס איז דיין קענסערן?
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 26, 2025 3:20 pm
דורך מאטאווירט
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 2:44 pm
Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 2:40 pm
א יעדע בילדינג האט 30 דירות און ס'האט נאר 22/25 פארקינג ספאטס
אויך זעט אויס ווי די בעק-אין פארקינג'ס אויף די ראד גייט בלאקירן די סייד וואלק
1) איך געדענק נישט אויסנווייניג די מהלך פונעם פארקינג געזעץ, אבער דיין נומער מאכט סענס. זינט נישט יעדער האט א קאר.
2) וואס איז דיין קענסערן?
1. לויטן געזעץ דארף יעדע געהעריגע דירה האבן א פארקינכ, און בעיסמענטס דארף זיין עפעס א געדאנק ווי 2 פארקינגס פאר יעדע 3 דירות.
2. קאנסערן איז געוויס אז ס’נישט סעיף צו וואקן אזוי - אויב גייט נישט זיין א געהעריגע סיידוואלק פארנט פון די פערקינגס (ווי אין אלע נייע דעוועלאפמענטס)
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 26, 2025 3:24 pm
דורך דער תהלים איד
מאטאווירט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 3:20 pm

1. וואס דער געזעץ איז, אזויפיל פארקינגס וועט זיין. ענדערשט ווי סיי וועלכע אנדערע דעוועלאפמענט... (אפסקעיל איז נישט פון די וואס באקומען פערמיטס און סי.או.'ס דורך עקזעקיוטיווע מאכט... כידוע).
2. פארוואס טראכסטו ס'זאל נישט זיין דארט קיין סיידוואקס? ס'קוקט מיר אויס אז ס'וועט זיין אזוי ווי יעדע דרייוו-וועי וואס מ'פארט אריבער דעם סיידוואק.
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:16 pm
דורך מאטאווירט
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 3:24 pm
מאטאווירט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 3:20 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 2:44 pm
1) איך געדענק נישט אויסנווייניג די מהלך פונעם פארקינג געזעץ, אבער דיין נומער מאכט סענס. זינט נישט יעדער האט א קאר.
2) וואס איז דיין קענסערן?
1. לויטן געזעץ דארף יעדע געהעריגע דירה האבן א פארקינכ, און בעיסמענטס דארף זיין עפעס א געדאנק ווי 2 פארקינגס פאר יעדע 3 דירות.
2. קאנסערן איז געוויס אז ס’נישט סעיף צו וואקן אזוי - אויב גייט נישט זיין א געהעריגע סיידוואלק פארנט פון די פערקינגס (ווי אין אלע נייע דעוועלאפמענטס)
1. וואס דער געזעץ איז, אזויפיל פארקינגס וועט זיין. ענדערשט ווי סיי וועלכע אנדערע דעוועלאפמענט... (אפסקעיל איז נישט פון די וואס באקומען פערמיטס און סי.או.'ס דורך עקזעקיוטיווע מאכט... כידוע).
איך שטעל זיך פאר. אויב איז דאס דער געזעץ גייט ער עס צושטעלן, אזויווי ער טוט איבעראל.
2. פארוואס טראכסטו ס'זאל נישט זיין דארט קיין סיידוואקס? ס'קוקט מיר אויס אז ס'וועט זיין אזוי ווי יעדע דרייוו-וועי וואס מ'פארט אריבער דעם סיידוואק.
אין שכונת ויואל משה איז נישט אזוי, און אין עיקערס ענקלעיוו דאכט זיך מיר אויך נישט.
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:31 pm
דורך תורה ויראה
Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 2:40 pm
א יעדע בילדינג האט 30 דירות און ס'האט נאר 22/25 פארקינג ספאטס
לפי ידיעתי איז די געזעצן פונעם ק"י ווילעזש וואס זיי פארלאנגען וועגן פארקינג
5 רום דירה און העכער - א פארקינג פאר יעדע דירה
4 רום דירה - א פארקינג פאר יעדע 2 דירות
3 רום דירה - בכלל נישט קיין פארקינג
בעיסמענט ווייס איך נישט.
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג יוני 27, 2025 12:21 pm
דורך אסעמבלימאן
מ'קען דארט קויפן נאר דורך MK?
די אנדערע 2 זענען שוין אראפ פון טיש?
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג יוני 27, 2025 1:39 pm
דורך דער תהלים איד
אסעמבלימאן האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 27, 2025 12:21 pm
מ'קען דארט קויפן נאר דורך MK?
די אנדערע 2 זענען שוין אראפ פון טיש?
קוקט אויס אז די נייעס איז געווארן אריינגעשיקט דורך MK.
אבער אלע 3 פארקויפן פעסט.
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג יוני 27, 2025 1:42 pm
דורך דער תהלים איד
די חברה ארבעטן קאפ-אין-וואנט. כ'מיין... שאוול-אין-שטיין.
מ'האט שוין אנגעהויבן ארויסגראבן די גרויסע שטיינער און אויסגראדן דעם גאנצן שטח פון מאונטעין רידזש.
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: זונטאג יוני 29, 2025 12:54 pm
דורך בן תורה
א שטיק צייט צוריק איז געווען אין די נייעס אז מגייט בויען א גרויסע קהלישע בית מדרש אויף מאונטען ערגעץ צווישן ראוונע און טעיטש. מאכט סענס?
יעצט זעה איך אז דארט ביים קארנער קומט נאך איינס. נישט צו סאך אזוי נאנט?
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: זונטאג יוני 29, 2025 3:10 pm
דורך שמח
בן תורה האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 29, 2025 12:54 pm
א שטיק צייט צוריק איז געווען אין די נייעס אז מגייט בויען א גרויסע קהלישע בית מדרש אויף מאונטען ערגעץ צווישן ראוונע און טעיטש. מאכט סענס?
יעצט זעה איך אז דארט ביים קארנער קומט נאך איינס. נישט צו סאך אזוי נאנט?
כ'מיין ס'איז נישט אזוי נאענט, אבער בכלל איז נישט קלאר די סטאטוס פון יענע בנין ביי טעיטש ווען ס'וועט געבויט ווערן.
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: זונטאג יוני 29, 2025 3:14 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
יענע בנין האט געזאלט דינען די חברון געגנט אויב איך געדענק גוט. אויף וואס ווארט עס טאקע? אויף ר' יעקב סופר'ס דירות אפשר?
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: זונטאג יוני 29, 2025 4:58 pm
דורך חלום חלמתי
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 29, 2025 3:14 pm
יענע בנין האט געזאלט דינען די חברון געגנט אויב איך געדענק גוט. אויף וואס ווארט עס טאקע? אויף ר' יעקב סופר'ס דירות אפשר?
אויף אים זעלבסט...
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג יוני 30, 2025 4:30 pm
דורך ארבעט זאנע
סתם א נקודה למחשבה.
עס לאזט זיך ממש נישט גלייבן וואס עס האט זיך אפגעטוהן אין קרית יואל בנוגע די דירות
א קארגע יאר צירוק. איז נאך $300.00 א סק פיס געווען א ווייטע חלום ביים עמון עם
ווער האט געטראכט אז ניטעמאל א גאנצע יאר שפעטער האסטו א ריזן אויסוואל פון סיי וועלעכע גענגנט אין קרית יואל, שיינע גרויסע דירות פאר $300.00 א סקווער פיס
שכונת ויואל משה (רי עקיבא הערש קליין)
מאנטען ריזש (ר' עקיבא הערש קליין
לעיקסייד (ר' אברהם בראך)
פאלם טרי עסטיעט (ליוולענד)
פארעסט עיזש (ר' יחזקאל ובנו ר' יואל בראך)
ירשלים סט. (רי ... אינדיג)
איך געב סתם אויס מיינע געפילן אזא זאך וואס האט אויסגעזעהן ניטאמאל א חלום, איז א מציאות.....
ווען די רבי שליט'''א האט אנגעהויבן רידערן דערפון האט יעדער (ע''כ איך אין מיינע ארומיגע) געטראכט אז האלוואי זאל די רבי כאטש "עפעס" אראפברענגן די פרייזן.
יאפ..
איך מיין מ'קען נוצן דעם אויסדריק מיטן פילסטן מאס אמת, "ווער האט דאס געגבלייבט"
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג יוני 30, 2025 9:11 pm
דורך ChatGPT
נעכטן גערעדט מיט א וויליאמסבוגער, ברענגט ער מיר ארויס א שטארקע נקודה למחשבה.
אויב איז שוין "נישט נארמאל" ווי אזוי מען וואוינט אין וויליאמסבורג. איז אויך נישט נארמאל ווי אזוי די סטענדערט אין ק"י האט זיך געהויבן.
א יונגערמאן מיט 4 קינדער איז שוין ממש ענג און א 6 רום דירה, אזש אז געבן א דיפאזיט פאר א 7 רומיגע דירה איז נישט געניג, מוז זיין גרעסער. יעדער צווייטער שמויגער וואס האט א (פול) טיים זשאב מוז וואוינען אין א 8+ רומיגע דירה.
איז עס טאקע אזוי? איז דאס נארמאל? האט מען אמאל געוואוינט אזוי? ווי ווייט איך ווייס איז די סטענדערט נישט געווען אזוי. סמוז זיין אז די לעצטע 10 יאר האט זיך עס דראמאטיש געהויבן. די שאלה איז, פארוואס?
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג יוני 30, 2025 9:14 pm
דורך פופציגער
ChatGPT האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 9:11 pm
נעכטן גערעדט מיט א וויליאמסבוגער, ברענגט ער מיר ארויס א שטארקע נקודה למחשבה.
אויב איז שוין "נישט נארמאל" ווי אזוי מען וואוינט אין וויליאמסבורג. איז אויך נישט נארמאל ווי אזוי די סטענדערט אין ק"י האט זיך געהויבן.
א יונגערמאן מיט 4 קינדער איז שוין ממש ענג און א 6 בעדרום דירה, אזש אז געבן א דיפאזיט פאר א 7 רומיגע דירה איז נישט געניג, מוז זיין גרעסער. יעדער צווייטער שמויגער וואס האט א (פול) טיים זשאב מוז וואוינען אין א 8+ רומיגע דירה.
איז עס טאקע אזוי? איז דאס נארמאל? האט מען אמאל געוואוינט אזוי? ווי ווייט איך ווייס איז די סטענדערט נישט געווען אזוי. סמוז זיין אז די לעצטע 10 יאר האט זיך עס דראמאטיש געהויבן. די שאלה איז, פארוואס?
אמאל איז אין קרית יואל געווען דער סטאנדארט אז א גרויסע משפחה האט געוואוינט אין א 9 רומיגע דירה.
ס’האט זיך געטוישט, די סטאנדארטן זענען אראפ, און דאס קענסטו זען קלאר לויט וויפיל פראצענט דירות געבויט 15 יאר צוריק זענען געווען גרויסע, און וויפיל זענען היינט.
6 און 7 רומיגע דירות ווערן היינט באטראכט ווי דירות טו סטעי לאורך ימים ושנים.
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג יוני 30, 2025 10:01 pm
דורך מי שברך

סיי מיינע זיידעס, עלטערן און שווער וואינען אין א דירה פון 8 רומס + אלע האבן עס געקויפט פאר מער פון 25 יאר צוריק און קיינער פון זיי זענען נישט עשירום...
דאס איז אלץ געווען די סטענדערט אין קרית יואל פאר איינעם וואס האט א שטוב מיט קינדער.
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג יולי 01, 2025 3:08 am
דורך שטורעם
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 9:14 pm
ChatGPT האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 9:11 pm
נעכטן גערעדט מיט א וויליאמסבוגער, ברענגט ער מיר ארויס א שטארקע נקודה למחשבה.
אויב איז שוין "נישט נארמאל" ווי אזוי מען וואוינט אין וויליאמסבורג. איז אויך נישט נארמאל ווי אזוי די סטענדערט אין ק"י האט זיך געהויבן.
א יונגערמאן מיט 4 קינדער איז שוין ממש ענג און א 6 בעדרום דירה, אזש אז געבן א דיפאזיט פאר א 7 רומיגע דירה איז נישט געניג, מוז זיין גרעסער. יעדער צווייטער שמויגער וואס האט א (פול) טיים זשאב מוז וואוינען אין א 8+ רומיגע דירה.
איז עס טאקע אזוי? איז דאס נארמאל? האט מען אמאל געוואוינט אזוי? ווי ווייט איך ווייס איז די סטענדערט נישט געווען אזוי. סמוז זיין אז די לעצטע 10 יאר האט זיך עס דראמאטיש געהויבן. די שאלה איז, פארוואס?
אמאל איז אין קרית יואל געווען דער סטאנדארט אז א גרויסע משפחה האט געוואוינט אין א 9 רומיגע דירה.
ס’האט זיך געטוישט, די סטאנדארטן זענען אראפ, און דאס קענסטו זען קלאר לויט וויפיל פראצענט דירות געבויט 15 יאר צוריק זענען געווען גרויסע, און וויפיל זענען היינט.
6 און 7 רומיגע דירות ווערן היינט באטראכט ווי דירות טו סטעי לאורך ימים ושנים.
ווי גרויס איז א סאטמער דרייב דירה? איך מיין אז 7 אדער 8
Re: דירות אין קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג יולי 01, 2025 9:54 am
דורך רעדט צום דבר
ChatGPT האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 30, 2025 9:11 pm
נעכטן גערעדט מיט א וויליאמסבוגער, ברענגט ער מיר ארויס א שטארקע נקודה למחשבה.
אויב איז שוין "נישט נארמאל" ווי אזוי מען וואוינט אין וויליאמסבורג. איז אויך נישט נארמאל ווי אזוי די סטענדערט אין ק"י האט זיך געהויבן.
א יונגערמאן מיט 4 קינדער איז שוין ממש ענג און א 6 בעדרום דירה, אזש אז געבן א דיפאזיט פאר א 7 רומיגע דירה איז נישט געניג, מוז זיין גרעסער. יעדער צווייטער שמויגער וואס האט א (פול) טיים זשאב מוז וואוינען אין א 8+ רומיגע דירה.
איז עס טאקע אזוי? איז דאס נארמאל? האט מען אמאל געוואוינט אזוי? ווי ווייט איך ווייס איז די סטענדערט נישט געווען אזוי. סמוז זיין אז די לעצטע 10 יאר האט זיך עס דראמאטיש געהויבן. די שאלה איז, פארוואס?
איך וואלט עס צוטיילט אין צוויי נקודות
1, דאס אז יעדער אינגערמאן געבט א דיפאזעט פאר א גרויסע דירה.
א יונגערמאן וואס האט 4-5 קינדער און וואוינט אין א 5-6 רומיגע דירה, און וויל געבן א דיפאזעט פאר א נייע דירה
בדרך כלל ווייסט ער אז עס וועט נעמען עטליכע יאר ביז די דירה וועט זיין גרייט אריינצומאפן,
סא די חשבון איז זייער פשוט, ער געבט יעצט א דיפאזעט פאר א גרויסע דירה וואס וועט זיין פארטיג און עטליכע יאר, וואס דעמאלטס איז עס שוין בכלל נישט אזא ריזיגע דירה פאר אים, און בדרך כלל נעמט ער די דירה צו בלייבן וואוינען דארט עד שיבא משיח
2. גאנץ סאטמאר דרייוו, געציל בערגער, פראזשעקט וואס מ'האט געבויט בערך 40 יאר צוריק, באשטייט פון 7-8 רומיגע דירות,
רוב אידן, אונזערע טאטעס און זיידעס וואס האבן געקויפט דארטן דירות, זענען געווען ארבייטער וואס זענען יעדען טאג אריינגעפארן מיט די באס צו די ארבעט, און א גרויס חלק זענען אידן כלי קודש - סא דאס איז אלס געווען די סטאנדארט דא אין קרית יואל
ועוד, אין יענע דירות פיט אריין אין א בעדרום 3 בעטן "בהרחבה"
משא''כ היינטיגע דעוועלעפמענסט בויט מען שוין קלענערע בעד-רוםס, עס פיט שוין נישט קיין 3 בעטן און א שטוב, אפשר אין די גרעסטע בעד-רום, אבער נאך אלס נישט אזוי גרויס וואו די אלטע בעד רוםס